קולטור

אױף די פּאָליצעס פֿון ביבליאָטעק:  קאַדיע מאָלאָדאָװסקי און נאָך גרױסע שרײַבער Image

אױף די פּאָליצעס פֿון ביבליאָטעק:
קאַדיע מאָלאָדאָװסקי און נאָך גרױסע שרײַבער

װען נעמי װיל װערן אַ פּאָעטעסע, איז איר אינספּיראַציע קאַדיע מאָלאָדאָװסקי. נעמי װײַזט מאָבין מאָלאָדאָװסקיס בוך און װײַזט אױך אָן אױף די ביכער פֿון אַנדערע גרױסע שרײַבער אױף דער פּאָליצע אין ביבליאָטעק.

דאָ װײַטער געפֿינען זיך קורצע באַשרײַבונגען פֿון מאָלאָדאָװסקין און די אַנדערע ייִדישע שרײַבער װאָס נעמי דערמאָנט צוזאַמען מיט נאָך קירצערע ידיעות װעגן די אַנדערע שרײַבער אױף דער פּאָליצע. אױב דו קוקסט זיך גוט צו צו דער פּאָליצע בשעת דו זעסט דאָס פֿילמעלע, װעסטו אפֿשר באַװײַזן צו געפֿינען אַלע זײערע נעמען.

קאַדיע מאָלאָדאָװסקי

1894–1975. מאָלאָדאָװסקי איז געבױרן געװאָרן אין שטעטל קאַרטוז־בערעזע װאָס געפֿינט זיך הײַנט אין בעלאַרוס. אין 1921 איז זי אָנגעקומען אין װאַרשע װוּ זי האָט געװױנט ביז זי האָט אין 1935 אױסגעװאַנדערט קײן ניו־יאָרק. זי איז געװען אַ לערערין, אַ רעדאַקטאָרשע און די מחברטע פֿון פּראָזע און לידער, אַרײַנגערעכנט אַ שײנע צאָל לידער פֿאַר קינדער און װעגן קינדער. סײַ אין װאַרשע סײַ אין ניו־יאָרק איז זי געװען אַ באַקאַנטע פֿיגור אין דער ליטעראַטן־סבֿיבֿה.

מאָלאָדאָװסקיס ביאָגראַפֿיע אין בערל כּהנס לעקסיקאָן פֿון ייִדיש־שרײַבערס
מאָלאָדאָװסקיס ביאָגראַפֿיע אין דער ייִװאָ־ענציקלאָפּעדיע (אױף ענגליש)

מאָלאָדאָװסקי – צום לײענען

פּאַפּירענע בריקן: געקליבענע לידער פֿון קאַדיע מאָלאָדאָװסקי, מיט ענגלישער איבערזעצונג פֿון קעטרין העלערשטײן.
(Paper Bridges: Selected Poems of Kadya Molodowsky, translated by Kathryn Hellerstein)

יצחק־לייבוש פּרץ

1852–1915. י. ל. פּרץ האָט געשפּילט אַן אָנפֿירנדיקע ראָלע אין דער אַנטװיקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און דעם צװײַג פֿון דער מאָדערנער קולטור בײַ ייִדן װאָס האָט אַװעקגעשטעלט ייִדיש אין צענטער פֿון אַ װעלטלעכער נאַציאָנאַלער אידענטיטעט. ער האָט אָנגעשריבן דערצײלונגען, פּיעסעס, און לידער. טײל מעשׂיות זײַנע פֿאַרבינדן ייִדישע פֿאָלקסמאָטיװן מיט אוניװערסאַלע הומאַניסטישע השׂגות; אַנדערע פֿאַרנעמען זיך מיט אומרעכט אינעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן אָדער מיט דער שפּאַנונג בײַ ייִדן װאָס פֿילן זיך געכאַפּט צװישן טראַדיציע און מאָדערניטעט. װעגן געזעלשאַפֿטלעכע און קולטורעלע ענינים האָט ער זיך אױך אַרױסגעזאָגט אין אַ היפּשער צאָל װאָגיקע אַרטיקלען און עסײען. זײַן דירה אין װאַרשע איז געװאָרן אַ ליטעראַרישער זאַמלפּונקט און יונגע שרײַבער פֿלעגן שטראָמען אַהין צו באַקומען זײַן הסכּמה.

פּרצעס ביאָגראַפֿיע אין לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור
פּרצעס ביאָגראַפֿיע אין דער ייִװאָ־ענציקלאָפּעדיע (אױף ענגליש)

פּרץ – צום לײענען

פֿון פּרצעס אוצר, צונױפֿגעשטעלט פֿון זלמן יעפֿרױקין. אַנטאָלאָגיע פֿון פּרעצעס װערק צוגעגרײט פֿאַר די ייִדישע שולן מיט גלאָסאַרן װאָס טײַטשן שװערע װערטער אױף ענגליש.

שלום־עליכם

1859–1916. שלום ראַבינאָװיטש – װאָס אַלע רופֿן אים מיט זײַן פּסעװדאָנים שלום־עליכם – איז אפֿשר דער באַליבטסטער פֿון אַלע מאָדערנע ייִדישע שרײַבער. אין זײַנע דערצײלונגען, ראָמאַנען, און פּיעסעס שילדערט ער דאָס שװערע לעבן פֿון ייִדן אין דער רוסישער אימפּעריע סוף נײַנצנטן, אָנהײב צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. די מעשׂיות װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט די ערגסטע צרות – פֿון דלות ביז פּאָגראָמען – צײכענען זיך אָפֿט אױס מיט הומאָר װאָס לאָזט „לאַכן דורך טרערן“. כאָטש זײַן װערק איז טיף אײַנגעװאָרצלט אינעם ייִדישן לעבן, גיט ער זיך אױך אָפּ מיט אוניװערסאַלע טעמעס. די באַרימטע סעריע דערצײלונגען „טבֿיה דער מילכיקער“, למשל, פֿאַרנעמט זיך סײַ מיט די מיטצײַטלערישע איבערקערענישן אינעם ייִדישן לעבן סײַ מיט אַלגעמײנע טעמעס װי דעם ריס צװישן דורות און דעם גורל פֿונעם טראַדיציאָנעלן שטײגער אין דער מאָדערנער צײַט.

שלום־עליכמס ביאָגראַפֿיע אין לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור
שלום־עליכמס ביאָגראַפֿיע אין דער ייִװאָ־ענציקלאָפּעדיע (ענגליש)

שלום־עליכם – צום לײענען

מאָטל פּײסע דעם חזנס, באַאַרבעט פֿאַר סטודענטן פֿון שבֿע צוקער און חנה גאַװענדאַ. מאָטל, אַ נײַן־יעריק ייִנגל, איז דער נאַראַטאָר פֿון אָט דער סעריע מעשׂיות װעגן זײַן לעבן נאָכן טאַטנס פּטירה. כאָטש די מעשׂיות שילדערן די נױט פֿון אַן אָרעמער משפּחה אין שטעטל, איז זײער טאָן – אַ דאַנק מאָטלס פּערספּעקטיװ – אַ קאָמישער און האָפֿערדיקער.

איציק מאַנגער

1901–1969. איציק מאַנגער איז געבױרן געװאָרן אין טשערנאָװיץ (די שטאָט האָט דעמאָלט געהערט צו דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע, פֿון 1918 צו רומעניע, און איז הײַנט אין אוקראַיִנע). ער האָט אָנגעהױבן זײַן שרײַבערישע טעטיקײט אין רומעניע און איז דערנאָך אַריבער אין װאַרשע װוּ ער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע שאַפֿערישסטע יאָרן (1928–1938). ער האָט אױסגעדריקט אַ מאָדערניסטישע סענסיביליטעט דורך די פֿאָרמען פֿון דער פֿאָלקסשאַפֿונג: זײַנע באַלאַדעס דרינגען אַרײַן אין דער טונקעלער זײַט פֿונעם מין מענטש; זײַנע שפּילערישע נוסחאָות פֿון תּנכישע מעשׂיות, װאָס שטעלן פֿאָר די העלדן פֿון תּנך װי מיזרח־אײראָפּעיִשע שטעטלייִדן, ניצן אױס די גראַמען און ריטמען פֿון פֿאָלקסליד. נאָך דעם װי ער איז אַװעק פֿון װאַרשע, האָט מאַנגער געװױנט אין פּאַריז, לאָנדאָן, ניו־יאָרק, און צום סוף ישׂראל. אין אָט די װאַנדער־יאָרן זײַנען װאָגלעניש און גלות געװאָרן בײַ אים עיקר־טעמעס.

מאַנגערס ביאָגראַפֿיע אין לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור
מאַנגערס ביאָגראַפֿיע אין דער ייִװאָ־ענציקלאָפּעדיע (אױף ענגליש)

מאַנגער – צום לײענען

ליד און באַלאַדע. דער באַנד נעמט אַרײַן אַ גרױסן טײל פֿון די לידער װאָס מאַנגער האָט אָנגעשריבן ביז דער באַנד איז אַרױס אין 1952.

יצחק באַשעװיס (זינגער)

1904–1991. װי אַ יונגער שרײַבער האָט זיך יצחק באַשעװיס אַקטיװ באַטײליקט אין די װאַרשעװער קרײַזן ייִדישע ליטעראַטן. אין 1935 האָט ער אימיגרירט קײן ניו־יאָרק װוּ ער האָט זיך כּסדר געדרוקט אין דער ייִדישער פּרעסע. דערצו האָט ער מיטגעאַרבעט אױף ענגלישע איבערזעצונגען פֿון זײַנע װערק – פֿון אַלע מחברים װאָס האָבן געשריבן אױף ייִדיש איז ער אפֿשר געװאָרן דער באַקאַנטסטער אין איבערזעצונג. אין 1978 האָט ער געװוּנען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור. זײַן װערק איז טיף אײַנגעװאָרצלט אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער מיזרח־אײראָפּעיִשער װעלט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן, אָבער ער שילדערט אױך דאָס ייִדישע לעבן אין דער נאָך־מלחמהדיקער אַמעריקע. דער עיקר האָט ער געשריבן פֿאַר דערװאַקסענע, נאָר ער האָט אױך אָנגעשריבן מעשׂיות פֿאַר קינדער װאָס שעפּן מאָטיװן פֿון דער דורותדיקער מעשׂה־טראַדיציע בײַ ייִדן.

הערה: יצחק האָט אָנגענומען דעם פּסעװדאָנים באַשעװיס כּדי זיך אונטערצושײדן פֿון זײַן עלטערן ברודער י. י. זינגער, אױך אַ באַקאַנטער ייִדישער שרײַבער. אױף ייִדיש רופֿט מען אים „יצחק באַשעװיס“ אָדער „באַשעװיס“. אױף ענגליש האָט ער אָבער צוגעגעבן זײַן משפּחה־נאָמען, רופֿט מען אים „יצחק באַשעװיס זינגער“ אָדער „זינגער“.

באַשעװיסעס ביאָגראַפֿיע אין בערל כּהנס לעקסיקאָן פֿון ייִדיש־שרײַבערס
באַשעװיסעס ביאָגראַפֿיע אין דער ייִװאָ־ענציקלאָפּעדיע (אױף ענגליש)

באַשעװיס – צום לײענען

מײַן טאַטנס בית־דין שטוב. דאָס אױטאָביאָגראַפֿישע װערק באַשטײט פֿון קורצע קאַפּיטלען אין װעלכע באַשעװיס באַשרײַבט טשיקאַװע פֿאַלן װאָס מע ברענגט זײַן טאַטן דעם רבֿ אױף אַ פּסק. דורך זײ באַקענט זיך דער לײענער מיט כּלערלײ טיפּן און געשעענישן פֿון װאַרשעװער ייִדישן לעבן. דערצו שילדערט באַשעװיס זיך אַלײן װי אַן אונטערװאַקסנדיק קינד װאָס נעמט אױף אַלץ אַרום זיך מיט גרױס נײַגער.

שרײַבער אױף דער פּאָליצע װאָס נעמי דערמאָנט נישט בײַם נאָמען
מענדעלע מוכר־ספֿרים שלום־יעקבֿ אַבראַמאָװיטש, 1835–1917, איז געבױרן געװאָרן אין (װאָס איז הײַנט) בעלאַרוס און האָט זיך צום סוף באַזעצט אין אַדעס (אוקראַיִנע). ער האָט אָנגענומען װי אַ פּסעװדאָנים דעם נאָמען פֿון זײַנס אַ פֿיקטיװ געשטאַלט: מענדעלע מוכר־ספֿרים. זײַנע מעשׂיות שילדערן די כּוחות װאָס האָבן געדריקט אױפֿן טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן אין מיזרח־אײראָפּע סײַ פֿון אינעװײניק, סײַ פֿון דרױסן. ער איז אױך געװען אַ װיכטיקער העברעיִשער שרײַבער און זײַנע װערק האָבן געשפּילט אַן עיקרדיקע ראָלע אין שאַפֿן אַ מאָדערנע ליטעראַרישע שפּראַך סײַ אױף העברעיִש סײַ אױף ייִדיש.
ש. אַנ–⁠סקי ש. אַנ־סקי, פּסעװדאָנים פֿון שלמה־זײַנװל ראַפּאָפּאָרט, 1863–1920. װעגן אים קען מען לײענען אין 4.5 קולטור.
יהואש יהואש, פּסעװדאָנים פֿון שלמה בלומגאַרטן, 1872–1927. װעגן אים קען מען לײענען אין 5.5 קולטור.
אליעזר שטײנבאַרג אליעזר שטײנבאַרג, 1880–1932, איז געװען אַ דערציִער און שרײַבער אין טשערנאָװיץ (איצט אין אוקראַיִנע). צום בעסטן באַקאַנט זײַנען זײַנע געגראַמטע משלים װאָס זײער מעטאַפֿאָרישער באַניץ פֿון חיות און אומבאַלעבטע אָביעקטן דריקט אױס אַ קריטיק פֿונעם מענטשלעכן אױפֿפֿיר װי אױך די גײַסטיקע ראַנגלענישן פֿונעם מאָדערנעם שרײַבער און מענטש.
לײב קװיטקאָ לײב קװיטאָ, 1890 [אָדער 1893]–1952, אַ סאָװעטיש־ייִדישער שרײַבער און צװישן די ייִדישע אינטעלעקטואַלן װאָס סטאַלין האָט געלאָזט דערמאָרדן דעם 12טן אױגוסט 1952. מע געדענקט אים צום בעסטן װי דער מחבר פֿון מעשׂיות אין פֿערזן פֿאַר קינדער װאָס זײַנען געװאָרן פּאָפּולער נישט נאָר אױף ייִדיש, נאָר אױך אין רוסישער און אוקראַיִנישער איבערזעצונג.
שלמה סײַמאָן שלמה סײַמאָן, 1895–1970, האָט אימיגרירט קײן ניו־יאָרק אין 1913 װוּ ער האָט געשפּילט אַן אָנפֿירנדיקע ראָלע אין די ייִדישיסטישע שלום־עליכם־שולן. צװישן זײַנע פֿילצאָליקע שריפֿטן זײַנען דאָ עטלעכע ביכער פֿאַר קינדער װאָס שעפּן אָפֿט פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר און שילדערן דאָס לעבן אין מיזרח־אײראָפּע.
לאה קאַפּילאָװיטש האָפֿמאַן לאה קאַפּילאָװיטש האָפֿמאַן, 1898–1952, אַריבערגעװאַנדערט קײן ניו־יאָרק אין 1913. זי האָט אַ סך געשריבן פֿאַר קינדער, אַרײַנגערעכנט לידער, מעשׂיות, און פּיעסעס. איר פֿאַנטאַסטישע און סימבאָלישע פּיעסע קראַפֿט האָט לעצטנס אינספּירירט אַ ייִדיש־טעאַטראַלישן אָפּרוף אױפֿן קאָראָנאַ־װירוס.
כאַװער־פּאַװער כאַװער־פּאַװער, פּסעװדאָנים פֿון גרשון אײַנבינדער, 1901–1964. אָנגעקומען אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן אין 1923, האָט ער געװױנט קודם אין ניו־יאָרק און דערנאָך אין לאָס־אַנדזשעלעס. ער האָט געלערנט אין די לינקע ייִדישע שולן און חוץ זשורנאַליסטיק און ראָמאַנען, אָנגעשריבן אַ סך מעשׂיות פֿאַר קינדער. צװישן זײ איז אַ סעריע װעגן „לאַבזיק, דעם קריזיס־הינטל“, װאָס זײַנע אַװאַנטורעס שטעלן דעם טראָפּ אױף געזעלשאַפֿטלעכן יושר אין דער תּקופֿה פֿון דער גרױסער דעפּרעסיע.
מלכּה לי מלכּה לי, 1904–1976, האָט אַריבערגעװאַנדערט קײן ניו־יאָרק אין 1921 װוּ זי האָט אָנגעהױבן איר לעבנסלאַנגע טעטיקײט װי אַ פּאָעטעסע. אירע לידער שילדערן סײַ די װעלט װאָס זי האָט איבערגעלאָזט אין אײראָפּע, סײַ אירע איבערלעבונגען אין אַמעריקע. חוץ לידער האָט זי אָנגעשריבן זכרונות און אַ ביכל מעשׂיות פֿאַר קינדער.
בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן, 1920–2013. װעגן איר קען מען לײענען אין 4.2 קולטור.