לײען

שיכעלעך

אָט אָ, אָט אָ איז אַ באַרג,
אָט אָ, אָט אָ איז אַ טאָל,
זיצט אַ שוסטער אױפֿן באַרג
מיט אַ האַמער, מיט אַ נאָל.

שטעכט דער שוסטער מיטן נאָל,
מיטן האַמער שלאָגט ער גיך,
אײנס און צװײ,
און אײנס און צװײ,
װאַקסן אױס צװײ קלײנע שיך.

זאָגט דער שוסטער:
– שיכלעך, גײט!
גײען שיכעלעך אַװעק,
װוּ די װעלט האָט נאָר אַן עק,
גײען שיכעלעך אַרום,
װוּ דער שוסטער שיקט זײ אום.

גײען שיכעלעך נאָך ברױט,
גײען שיכעלעך נאָך זאַלץ,
גײען שיכעלעך אַרום
פֿאַרן שוסטער ברענגען אַלץ.

אײן מאָל נעמען שיכלעך גײן,
בײַ אַ טױער בלײַבן שטײן.

קלאַפּט דאָס רעכטע שיכל: אײנס,
קלאַפּט דאָס לינקע שיכל: צװײ,
עפֿנט זיך אַ טיר פֿאַר זײ.

זיצט אַ קינד דאָרטן אַלײן
באָרװעס, נאַקעט, װינד און װײ.

דאָרטן בלײַבן שיכלעך שטײן,
װילן ערגעץ מער נישט גײן.

און דער שוסטער אױפֿן באַרג
װאַרט, און װאַרט,
און װאַרט, און װאַרט.

1
דער שוסטער זיצט אױף אַן אָרט װאָס איז…
  1. א
    הױך
  2. ב
    נידעריק
  3. ג
    שװער
  4. ד
    גרינג
2
װאָס טוט דער שוסטער מיטן האַמער?
  1. א
    ער לױפֿט.
  2. ב
    ער גײט אַװעק.
  3. ג
    ער מאַכט שיך.
  4. ד
    ער שיקט שיך.
3
די שיכעלעך גײען װײַל…
  1. א
    דער שוסטער טראָגט זײ.
  2. ב
    דער שוסטער זאָגט, זײ זאָלן גײן.
  3. ג
    זײ דאַרפֿן אַרױף אױפֿן באַרג.
  4. ד
    זײ דאַרפֿן אַראָפּ פֿונעם באַרג.
4
װוּ גײען די שיכעלעך?
  1. א
    אין אַלע ערטער װוּ דער שוסטער שיקט זײ.
  2. ב
    אין אַלע ערטער װוּ דאָס קינד שיקט זײ.
  3. ג
    אין טאָל.
  4. ד
    אױפֿן ים.
5
װאָס ברענגען די שיכעלעך?
  1. א
    אַ האַמער און אַ נאָל.
  2. ב
    זאַכן װאָס דער שוסטער דאַרף.
  3. ג
    עסן פֿאַר די קינדער.
  4. ד
    די עקן פֿון דער װעלט.
6
װען די שיכעלעך „בלײַבן שטײן“...
  1. א
    גײען זײ צוריק צום שוסטער.
  2. ב
    נעמען זײ נאָך עפּעס פֿאַרן שוסטער.
  3. ג
    קלאַפּן זײ מיטן האַמער.
  4. ד
    זײַנען זײ אין דרױסן, לעבן אַ הױז.
7
די שיכעלעך קלאַפּן װײַל…
  1. א
    זײ װילן מאַכן נאָך שיכעלעך.
  2. ב
    זײ װילן זײַן אַלײן.
  3. ג
    זײ װילן, די טיר זאָל זיך עפֿענען.
  4. ד
    זײ װילן, דער שוסטער זאָל קומען.
8
דאָס קינד װאָס זיצט בײַ דער טיר…
  1. א
    קלאַפּט מיטן רעכטן שיכל.
  2. ב
    קלאַפּט מיטן לינקן שיכל.
  3. ג
    האָט נעבעך נישט קײן שיך.
  4. ד
    האָט נעבעך נישט קײן שטוב.
9
די שיכעלעך גײען נישט צוריק צום שוסטער װײַל…
  1. א
    דער שוסטער װיל זײ נישט.
  2. ב
    דער שוסטער װאַרט נישט גענוג לאַנג.
  3. ג
    דאָס קינד כאַפּט זײ.
  4. ד
    דאָס קינד דאַרף זײ מער װי דער שוסטער.
10
װאָס װיל די פּאָעטעסע אונדז זאָגן מיטן ליד „שיכעלעך“?
  1. א
    שיכעלעך קענען ברענגען ברױט, זאַלץ און נאָך זאַכן.
  2. ב
    אין אַלע עקן װעלט געפֿינט מען שיכעלעך.
  3. ג
    ס׳איז גוט צו העלפֿן קינדער װאָס האָבן נישט גענוג.
  4. ד
    אַ שוסטער האָט ליב צו װאַרטן.