נאָך פּרטים

רעלאַטיװע בײַזאַצן

רעלאַטיװע בײַזאַצן מיט װאָס

  • אַ מענטש װאָס שרײַבט לידער הײסט אַ פּאָעט.
  • דאָס ליד װאָס נעמי האָט געשריבן איז קורץ און שײן.
  • גיב אַ קוק אױף די קאַטשקעס װאָס גײען לעבן דעם װאַסער!
  • די קאַטשקע װאָס איך האָב איר צוגעװאָרפֿן עסן שװימט צו.

אַ רעלאַטיװער בײַזאַץ גיט מער פּרטים װעגן אַ זאַך צי מענטש (דעם „אַנטעצעדענט“) װאָס װערט דערמאָנט אינעם הױפּטזאַץ אָדער אין אַ פֿריִערדיקן בײַזאַץ. אײן אופֿן צו פֿאַרבינדן דעם רעלאַטיװן בײַזאַץ מיטן אַנטעצעדענט איז מיטן װאָרט װאָס. אין אַזאַ ראָלע דינט װאָס װי אַ רעלאַטיװער פּראָנאָם.

דער רעלאַטיװער פּראָנאָם װאָס קען שטענדיק געפּאָרט װערן מיט אַ פּערזענלעכן צי פּאָסעסיװן פּראָנאָם װאָס באַציט זיך צום אַנטעצעדענט. אין טײל זאַצן זײַנען אַזעלכע פּראָנאָמען ברירהדיק, אין אַנדערע זײַנען זײ אַ מוז. דער באַניץ מיט אָט די פּראָנאָמען װענדט זיך אין זײער ראָלע אינעם בײַזאַץ, װי עס װײַזן די משל־זאַצן אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער.

קאַנטיקע קלאַמערן [ ]: דער פּערזענלעכער פּראָנאָם איז ברירהדיק
אונטערגעשטראָכן: דער פּראָנאָם װאָס באַציט זיך צום אַנטעצעדענט
פֿעטע אותיות: דער רעלאַטיװער פּראָנאָם װאָס מיטן בײגיקן װערב אינעם רעלאַטיװן בײַזאַץ
ראָלע פֿונעם
אַנטעצעדענט אין
רעלאַטיװן בײַזאַץ
משל־זאַצן מיטן רעלאַטיװן פּראָנאָם װאָס
סוביעקט דער חבֿר, װאָס [ער] טראָגט געװײנטלעך אַ היטל, הײסט מאירקע.
דער חבֿר, װאָס געװײנטלעך טראָגט ער אַ היטל, הײסט מאירקע.
דירעקטער אָביעקט די מעשׂה, װאָס מאירקע האָט [זי] הײַנט דערצײלט, איז אינטערעסאַנט.
די מעשׂה, װאָס הײַנט האָט זי מאירקע דערצײלט, איז אינטערעסאַנט.
אומדירעקטער אָביעקט די חבֿרטע, װאָס איך האָב איר געגעבן מײַן בוך, איז הײַנט נישט אין שול.
די חבֿרטע, װאָס איר האָב איך געגעבן מײַן בוך, איז הײַנט נישט אין שול.
אָביעקט פֿון אַ פּרעפּאָזיציע דאָס בענקל, װאָס אױף אים זיצט מאָבי, איז נישט זײער שטאַרק.
דאָס בענקל, װאָס מאָבי זיצט אױף אים, איז נישט זײער שטאַרק.
פּאָסעסיװ רײזל, װאָס אירע קיכעלעך האָב איך נעכטן געגעסן, קומט הײַנט צו גאַסט.
רײזל, װאָס איך האָב נעכטן געגעסן אירע קיכעלעך, קומט הײַנט צו גאַסט.

באַמערקט:

דער פּערזענלעכער פּראָנאָם איז ברירהדיק –

אין די צװײ פֿאַלן לאָזט מען אָפֿט אױס דעם פּערזענלעכן פּראָנאָם. אין אַלע אַנדערע פֿאַלן מוז דער רעלאַטיװער פּראָנאָם װאָס קומען מיט אַ פּערזענלעכן צי פּאָסעסיװן פּראָנאָם.

װערטער־סדר מיטן רעלאַטיװן פּראָנאָם װאָס

װען דאָס װאָרט װאָס פֿירט אַרײַן אַ רעלאַטיװן בײַזאַץ איז עס אַ פֿאַרבינדװאָרט און נישט קײן זאַצאײנס. װי עס װײַזן די משל־זאַצן אין דער טאַבעלע דאָ אױבן, איז דער װערטער־סדר פֿונעם בײַזאַץ אַ געװײנטלעכער: דער װערב איז דער צװײטער זאַצאײנס און פֿאַרשײדענע זאַצאײנסן קענען קומען פֿאַר אים (זען 5.3 נאָך פּרטים). באַמערקט אַז װען דער אַנטעצעדענט איז דער סוביעקט פֿונעם רעלאַטיװן בײַזאַץ און מע לאָזט אױס דעם פּערזענלעכן פּראָנאָם, בלײַבט דער ערשטער זאַצאײנס נישט־דערזאָגט.

נאָך רעלאַטיװע פּראָנאָמען

אינעם פֿילמעלע פֿון דער לעקציע הערן מיר נאָר רעלאַטיװע בײַזאַצן מיט װאָס. אַנדערע פֿרעגװערטער קענען אױך דינען װי רעלאַטיװע פּראָנאָמען. דאָ װײַטער װעלן מיר אַרומרעדן װי עס פֿורעמען זיך רעלאַטיװע בײַזאַצן מיט װעמען/װעמענס, פּרעפּאָזיציע + װעלכ–, װוּ, און װען. באַמערקט אַז:

װעמען / װעמענס

די פֿרעגװערטער װעמען און װעמענס טרעפֿט מען זײער אָפֿט װי רעלאַטיװע פּראָנאָמען.

װעמען איז די אָביעקט־פֿאָרמע פֿון װער (זען לעקציע 4.3).
װעמענס איז די פּאָסעסיװ־פֿאָרמע פֿון װער (זען נאָך פּרטים 6.1).

באַמערקט:

זען דעם װערטער־סדר אין די בײַשפּילן אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער װאָס װײַזט די פֿאַרשײדענע ראָלעס װאָס װעמען און װעמענס קענען שפּילן אינעם רעלאַטיװן בײַזאַץ.

ראָלע פֿונעם אַנטעצעדענט
אין רעלאַטיװן בײַזאַץ
רעלאַטיװער בײַזאַץ אַרײַנגעפֿירט מיט װעמען / װעמענס
סוביעקט ־־־־
דירעקטער אָביעקט די חבֿרטע, װעמען איך האָב געזוכט, איז געװען אין פּאַרק.
אומדירעקטער אָביעקט די חבֿרטע, װעמען איך האָב געגעבן מײַן בוך, איז הײַנט נישט אין שול.
אָביעקט פֿון אַ פּרעפּאָזיציע דער בחור, מיט װעמען דאָס מײדל איז געגאַנגען שפּאַצירן, איז אַ פּאָעט.
פּאָסעסיװ רײזל, װעמענס קיכעלעך איך האָב נעכטן געגעסן, קומט הײַנט צו גאַסט.

פּרעפּאָזיציע + װעלכ–

װען די ראָלע פֿונעם אַנטעצעדענט אין אַ רעלאַטיװן בײַזאַץ איז „אָביעקט פֿון אַ פּרעפּאָזיציע“, װערט דער רעלאַטיװער בײַזאַץ נישט זעלטן אַרײַנגעפֿירט מיט פּרעפּאָזיציע + װעלכ–. למשל:

  • דער בחור, מיט װעלכן דאָס מײדל איז געגאַנגען שפּאַצירן, איז אַ פּאָעט.
  • די קאַטשקע, װעגן װעלכער נעמי שרײַבט אַ ליד, האָט צװײ קאַטשקעלעך.
  • דאָס בענקל, אױף װעלכן מאָבי זיצט, איז נישט זײער שטאַרק.
  • די פֿראַגעס, אױף װעלכע איך האָב הײַנט געדאַרפֿט ענטפֿערן, זײַנען געװען זײער שװער.

באַמערקט:

פֿאַרן נײַגעריקן לײענער, אַ הערה װעגן דעם פֿרעגװאָרט װעלכער

  • װעלכער לאָזט פֿרעגן װעגן אײן זאַך אָדער אַ פּאָר זאַכן צװישן עטלעכע, למשל:
    • װעלכער חבֿר קומט הײַנט צו גאַסט, מאָבי אָדער מאירקע?
    • מיט װעלכן אױטאָבוס װעסטו פֿאָרן?
    • װעלכע לידער װילסטו זינגען בײַם סדר?
  • װעלכער בײגט זיך װי אַ סובסטאַנטיװירטער אַדיעקטיװ; די פֿאָרמע אין נײטראַל איז װעלכס:
    • װעלכס געטראַנק װילסטו, דאָס קאַלטע אָדער דאָס װאַרעמע?

אַנדערע פֿרעגװערטער

מע טרעפֿט אױך װוּ, װען, און אַנדערע פֿרעגװערטער אין דער ראָלע פֿון רעלאַטיװע פּראָנאָמען. למשל:

  • לאָמיר גײן אינעם פּאַרק, װוּ מע קען שפּילן אין קױשבאָל.
  • פּורים איז דער יום־טובֿ, װען מע פֿאַרשטעלט זיך.

דער סופּערלאַטיװ

  • נעמיס ליד איז לאַנג. מאָביס ליד איז לענגער. און קאַדיע מאָלאָדאָװסקיס ליד איז דאָס לענגסטע.
  • די געשמאַקסטע קיכעלעך זײַנען נישט די געזינטסטע.
  • יאַנקל איז דאָס ייִנגסטע קינד אין נעמיס משפּחה. נעמי איז דאָס עלטסטע.

דער אַדיעקטיװ אין סופּערלאַטיװ שאַפֿט זיך מיטן סופֿיקס –⁠סט װאָס מע גיט צו צום שטאַם פֿון אַדיעקטיװ. אױב אין קאָמפּאַראַטיװ איז דאָ אַן איבערקלאַנג, איז דאָ אין סופּערלאַטיװ דער זעלבער איבערקלאַנג. אָט פֿאַרגלײַכן מיר דעם קאָמפּאַראַטיװ און סופּערלאַטיװ פֿון עטלעכע אַדיעקטיװן:

שטאַם קאָמפּאַראַטיװ סופּערלאַטיװ
שטאַרק שטאַרקער שטאַרקסט
געשמאַק געשמאַקער געשמאַקסט
אינטערעסאַנט אינטערעסאַנטער אינטערעסאַנטסט
קלײן קלענער קלענסט
לאַנג לענגער לענגסט
געזונט געזינטער געזינטסט

אַ טאַבעלע מיט אַדיעקטיװן, געלערנטע אין ייִדישפּאָפּ, װאָס קומען מיט אַן איבערקלאַנג געפֿינט זיך אין 6.3 נאָך פּרטים.

באַמערקט אָט די צװײ גאָר אומרעגולערע פֿאָרמעס אין קאָמפּאַראַטיװ/סופּערלאַטיװ:

אַדיעקטיװן אין סופּערלאַטיװ קומען שטענדיק אין דער לאַנגער פֿאָרמע מיט די געװײנטלעכע אַדיעקטיװ־ענדונגען. אָט זײַנען נאָך עטלעכע משל־זאַצן:

  • די עלטסטע מומע קומט צו גאַסט.
  • איך גײ שפּאַצירן מיט דער עלטסטער מומע.
  • דער גרעסטער טעלער איז פֿאַר די מצות.
  • די מצות ליגן אױפֿן גרעסטן טעלער.
  • איך האָב שױן געענטפֿערט אױף די שװערסטע פֿראַגעס.
  • דער פֿעטער האָט ליב צו באַקן קוגל. זײַן געשמאַקסטן קוגל מאַכט ער מיט לאָקשן און עפּל.
  • אױף דער חתונה װעל איך טראָגן מײַן שענסט קלײד.

[באַמערקט אַז אין דעם זאַץ איז דער סופּערלאַטיװ שענסט אין דער „לאַנגער פֿאָרמע“ מיט דער נולענדונג.]

  • נעמיס בעסטע חבֿרים הײסן מאָבי, פּערל, און מאירקע.
  • דעם זײדנס קאָמישסטע מעשׂה איז װעגן צװײ הינער און אַ ציג.

זען אױך דאָ װײַטער װעגן דעם סופּערלאַטיװ מיט װערבן װי זײַן, װערן, און אױסזען.

דער סופּערלאַטיװ װי אַן אַדװערב

אין 5.5 און 6.3 נאָך פּרטים האָבן מיר באַמערקט אַז די קורצע פֿאָרמע פֿון אַן אַדיעקטיװ, אַרײַנגערעכנט אַ קאָמפּאַראַטיװ, קען דינען װי אַן אַדװערב. בײַם סופּערלאַטיװ איז דאָס אָבער נישט מעגלעך, װײַל מע ניצט קײן מאָל נישט די קורצע פֿאָרמע פֿון אַ סופּערלאַטיװ.

כּדי צו ניצן דעם סופּערלאַטיוו ווי אַן אַדווערב גיט מען אים צו די פּרעפּאָזיציע צו אין דער קאָנסטרוקציע: צום __סטן.

למשל:

  • איך זינג שײן, דו זינגסט שענער, און די פֿײגעלעך זינגען צום שענסטן.
  • װער שפּרינגט צום העכסטן, נעמי, מאָבי, אָדער מאירקע?
  • צװישן אַלע קינדער שלאָפֿט יאַנקל צום לענגסטן.

זײַן / װערן / אױסזען + אַדיעקטיװ

אין 5.5 נאָך פּרטים האָבן מיר באַמערקט אַז מע ניצט די קורצע פֿאָרמע פֿון אַדיעקטיװ (דאָס הײסט אַז עס קומט נישט צו קײן ענדונג) װען דער װערב זײַן פֿאַרמיטלט צװישן סובסטאַנטיװ און אַדיעקטיװ, למשל

  • די קאַטשקע איז קלײן.
  • דער פּאָעט איז אַלט.

אין דער איצטיקער לעקציע לערנען מיר נאָך צװײ װערבן װאָס שפּילן די זעלביקע פֿאַרמיטלענדיקע ראָלע: װערן און אױסזען, למשל:

  • די קאַטשקע איז געװאָרן גרױס.
  • דער פּאָעט זעט אױס יונג.

אױך אַדיעקטיװן אין קאָמפּאַראַטיװ קומען אין דער קורצער פֿאָרמע מיט אָט די פֿאַרמיטלענדיקע װערבן, אָבער אַדיעקטיװן אין סופּערלאַטיװ מוז מען סובסטאַנטיװירן, למשל:

  • דײַן עפּל איז גרעסער.
  • לײבעלע װערט העכער – ער איז מער נישט קײן קלײן ייִנגל.
  • די בלױע קלײדלעך זעען אױס לענגער.
  • דעם זײדנס מעשׂה איז די לענגסטע.
  • פֿון די דרײַ קעצעלעך איז דאָס שװאַרצע געװאָרן דאָס גרעסטע.
  • אָט דער עפּל זעט אױס דער שענסטער.

באַמערקט: אַ סובסטאַנטיװירטער אַדיעקטיוו נאָך זײַן, װערן, און אױסזען איז אין דער פֿאָרעם פֿון נאָמינאַטיוו.

סדר־צאָלן

  • נעמי איז דאָס ערשטע קינד, ליבע איז דאָס צװײטע, און יאַנקל איז דאָס דריטע.
  • יאַנקל עסט שױן דאָס פֿינפֿטע קיכעלע און מאָבי דאָס אַכטע!
  • „אַ ראָבאָט װאָס שרײַבט לידער“ איז די נײַן און צװאַנציקסטע לעקציע ייִדישפּאָפּ.

סדר־צאָלן זײַנען אַדיעקטיװן װאָס װײַזן אָן אױף סדר. זײ שאַפֿן זיך פֿון די צאָלן מיט די סופֿיקסן –⁠ט און –⁠סט, אַזױ װי מיר גיבן אָן אין דער טאַבעלע:

צאָל 1–19 20 און העכער
סופֿיקס פֿון סדר־צאָל –⁠ט –⁠סט

למשל:

2 צװײ צװײט
11 עלף עלפֿט
15 פֿופֿצן פֿופֿצנט
20 צװאַנציק +סט צװאַנציקסט
53 דרײַ און פֿופֿציק +סט דרײַ און פֿופֿציקסט

באַמערקט אַז צו דער צאָל אַכט גיט מען נישט צו קײן צװײטן –⁠ט: דאָס אַכטע קיכעלע.

אָט די פֿיר סדר־צאָלן שאַפֿן זיך נישט לױטן מוסטער:

1 אײנס ערשט
3 דרײַ דריט
4 פֿיר פֿערט
7 זיבן זיבעט

די סדר־צאָלן קומען מיט די געװײנטלעכע אַדיעקטיװ־ענדונגען, למשל:

  • בײַם ערשטן סדר האָט ליבע געפֿרעגט די פֿיר קשיות; בײַם צװײטן סדר האָט מאָבי זײ געפֿרעגט!
  • אין דער ערשטער מעשׂה פֿון ייִדישפּאָפּ דאַרפֿן מאָבי און מאירקע זוכן די פּילקע. די צװײטע מעשׂה איז װעגן זײער אַ הײסן טאָג. און אױב דו קוקסט אױף דער דריטער מעשׂה, װעסטו זען װי נעמי און מאָבי מאַכן אַ פֿרוכטגעטראַנק.
  • מײַן ערשטער נאָמען איז חיה, און מײַן צװײטער נאָמען איז שׂרה.
  • יאַנקלס צװײט קיכעלע איז געפֿאַלן, האָט די מאַמע אים געגעבן אַ דריטס.
  • איך לײען דאָס פֿינף און דרײַסיקסטע ביכל פֿון אָט דעם מיסטעריע־שרײַבער. עס געפֿעלט מיר בעסער װי דאָס פֿיר און דרײַסיקסטע!

צום אונטערשייד פֿון אַ סך אַדיעקטיוון, קען מען נישט ניצן די יסוד־פֿאָרמע פֿון אַ סדר־צאָל ווי אַן אַדווערב אָדער אומגעבױגן מיט אַ פֿאַרבינדווערב (זען דאָ אױבן זײַן / װערן / אױסזען + אַדיעקטיװ). אַ סדר־צאָל מוז מען סובסטאַנטיווירן:

  • פּערל איז אָנגעקומען די ערשטע און מאירקע איז געװען דער דריטער.
  • װער װעט מאָרגן אױפֿשטײן דער ערשטער?

עפּעס ...ס

  • הײַנט האָב איך געלײענט עפּעס אינטערעסאַנטס.
  • פּערל װיל טרינקען עפּעס װאַרעמס.
  • ס׳איז געשען עפּעס גוטס!

אַ סובסטאַנטיװירטער אַדיעקטיװ נאָכן אומגעװיסיקן פּראָנאָם עפּעס קומט מיט דער ענדונג –⁠ס.

דער באַטײַט פֿון אַזאַ פֿאַרבינד איז „עפּעס וואָס איז...“, „אַ זאַך וואָס איז...“.

(זען אױך 6.3 נאָך פּרטים װעגן סובסטאַנטיװירטע אַדיעקטיװן װאָס ציִען זיך נישט צו קײן ספּעציפֿישן סובסטאַנטיװ.)

באַמערקט:

  • עס טרעפֿן זיך אויך זאַצן פֿון אַן אַנדער סאָרט, וווּ דער פּראָנאָם „עפּעס“ געפֿינט זיך צופֿעליק בשכנות מיט אַן אַדווערב וואָס איז מיט אים נישט פֿאַרבונדן. אין אַזאַ פֿאַל, װוּ ס׳איז נישטאָ קײן סובסטאַנטיװירטער אַדיעקטיװ, איז נישטאָ קײן ענדונג –⁠ס. אינעם זאַץ דאָ װײַטער באַװײַזט זיך דער אַדװערב גלײַך („איצט, די מינוט“):

    • איך וויל בויען עפּעס גלײַך. = איך וויל עפּעס בויען שוין איצט, די מינוט.

    באַטראַכט דעם חילוק:

    • איך וויל בויען עפּעס גלײַכס. = איך וויל בויען אַ גלײַכע זאַך.

די קאָנסטרוקציע איז דאָ / זײַנען דאָ: װען עס פֿעלט דאָס װאָרט דאָ

  • ס׳איז דאָ אַ קאַטשקע לעבן אונדזער שטוב.
  • נעכטן איז געװען אַ קאַטשקע לעבן אונדזער שטוב.

אין לעקציע 1.3 האָבן מיר געלערנט די קאָנסטרוקציע איז דאָ / זײַנען דאָ װאָס װײַזט אָן אױף פֿאַראַנענקײט צי דערבײַיִקײט. דאָס װאָרט דאָ געפֿינט זיך אין דער קאָנסטרוקציע נאָר מיט דער פּשוטער קאָניוגאַציע פֿונעם װערב זײַן אין דער איצטיקער צײַט: איז/זײַנען דאָ. דאָס װאָרט דאָ װערט נישט געניצט בײַ אַ צונױפֿגעזעצטער װערבפֿאָרמע:

למשל:

  • איז געװען
  • װעט זײַן
  • װאָלט געװען
  • פֿלעג זײַן
  • זאָל זײַן
  • דאַרף זײַן (און אַנדערע מאָדאַלע װערבן)

בײַשפּילן פֿון דער קאָנסטרוקציע איז דאָ מיט אַ צונױפֿגעזעצטן װערב געפֿינען זיך אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער.

װערבפֿאָרמע אָדער קאָנסטרוקציע פֿאַראַנענקײט/דערבײַיִקײט־קאָנסטרוקציע
אײנצאָל מערצאָל
איצטיקע צײַט ס׳איז דאָ אַ קאַטשקע לעבן אונדזער שטוב. עס זײַנען דאָ פֿיר באַרן אױפֿן טיש.
פֿאַרגאַנגענע צײַט ס׳איז געװען אַ קאַטשקע לעבן אונדזער שטוב. עס זײַנען געװען פֿיר באַרן אױפֿן טיש.
קומעדיקע צײַט עס װעט זײַן אַ קאַטשקע לעבן אונדזער שטוב. עס װעלן זײַן פֿיר באַרן אױפֿן טיש.
תּנאַי־זאַץ װען עס װאָלט געװען אַ קאַטשקע לעבן אונדזער שטוב, װאָלט איך איר געגעבן צו עסן. װען עס װאָלטן געװען פֿיר באַרן אױפֿן טיש, װאָלט איך אײנע געגעסן און די אַנדערע געלײגט אױף אַ טעלער.
אַמאָליקע איבערגעחזרטע טוּונג דער זיידע דערציילט אַז עס פֿלעגט זײַן אַ קאַטשקע לעבן אונדזער שטוב. בײַ באָבע־זײדע אין סוכּה פֿלעגן אַלע מאָל זײַן באַרן אױפֿן טיש.
װיל + זאָל + זײַן מיר ווילן, עס זאָל זײַן אַ קאַטשקע לעבן אונדזער שטוב. עס זײַנען דאָ פֿיר באַרן אױפֿן טיש, אָבער נעמי װיל אַז עס זאָלן זײַן פֿינף – גענוג פֿאַר אַלע אין דער משפּחה.
מיט אַ מאָדאַלן װערב עס דאַרף זײַן אַ קאַטשקע לעבן אונדזער שטוב. עס דאַרפֿן זײַן פֿיר באַרן אױפֿן טיש.

אינעם פֿילם פֿון לעקציע 5.2 זאָגט נעמי בײַם זוכן דעם אתרוג:

„דער אתרוג מוז נאָך זײַן דאָ אין דער סוכּה.“

דאָ אין דעם זאַץ געהערט נישט צו דער קאָנסטרוקציע איז דאָ, װאָס באַװײַזט זיך אין אַ צונױפֿגעזעצטער פֿאָרמע מיטן מאָדאַלן װערב מוז. דאָ איז אין דעם זאַץ דער אַדװערב װאָס װײַזט אָן אױפֿן פּינקטלעכן אָרט װעגן װעלכן עס גײט די רײד.

דאָס אַלץ גילט אױך אין אַ פֿאַרנײנטן זאַץ מיט דער קאָנסטרוקציע איז דאָ / זײַנען דאָ. אין דער פּשוטער איצטיקער צײַט װאַקסט זיך צונױף די פֿאַרנײנונג נישט מיטן װאָרט דאָ (זען 5.2 נאָך פּרטים):

  • ס׳איז נישטאָ קײן קאַטשקע לעבן אונדזער שטוב.
  • עס זײַנען נישטאָ קײן באַרן אױפֿן טיש.

מיט אַ צונױפֿגעזעצטן װערב פֿעלט דאָס װאָרט דאָ, איז נישט שײך דער צונױפֿװאַקס נישטאָ. באַמערקט די פֿאַרנײנונג נישט אין די װײַטערדיקע משל־זאַצן:

  • ס׳איז נישט געװען קײן קאַטשקע לעבן אונדזער שטוב.
  • בײַ באָבע־זײדע אין סוכּה פֿלעגן נישט זײַן קײן באַרן אױפֿן טיש.

דער העלפֿװערב זאָל אין פֿראַגעס

דעם העלפֿװערב זאָל האָבן מיר געלערנט אין לעקציע 6.2 אין זאַצן מיטן װערב װעלן/װיל, למשל:

  • נעמי װיל אַז מאָבי זאָל גײן שפּאַצירן מיט איר.

אין דער איצטיקער לעקציע הערן מיר דעם העלפֿװערב זאָל אין פֿראַגעס. נעמי פֿרעגט מאָבין:

  • װאָס זאָלן מיר לײענען?
  • װעגן װאָס זאָלן מיר שרײַבן?

און אין איר ליד װעגן ראָבאָטישער פּאָעזיע פֿרעגט זי:

  • װאָס זאָל איך טראַכטן? װאָס זאָל איך מײנען?

מיטן העלפֿװערב זאָל אין אַ פֿראַגע גיט מען איבער אַז מע באַטראַכט עפּעס, מע זוכט אַן עצה, אָדער אַז מע געפֿינט נישט קײן גרינגן ענטפֿער:

  • „װאָס זאָלן מיר לײענען?“ דאָס הײסט, „האָסט אַן עצה, װאָס צו לײענען צוזאַמען?“
  • „װעגן װאָס זאָלן מיר שרײַבן?“ דאָס הײסט, „װאָס זאָגסטו? װעגן װאָס איז בעסער צו שרײַבן?“
  • „װאָס זאָל איך טראַכטן?“ דאָס הײסט, „איך װײס נישט װאָס צו טראַכטן.“

אָט זײַנען נאָך אַ פּאָר בײַשפּילן:

  • אין לעקציע 3.3, בײַם גרייטן זיך צו קאָכן צוזאַמען, האָט נעמי געקענט פֿרעגן מאָבין: „װאָס זאָלן מיר קאָכן?“
  • בײַם באַטראַכטן די פֿאַרשײדענע גוטע זאַכן װאָס זי האָט אַרײַנצולײגן אין פּערלס שלח־מנות (לעקציע 4.4), האָט נעמי געקענט פֿרעגן: „װאָס זאָל איך איר געבן?“
  • אין לעקציע 4.3 האָט נעמי געקענט איבערגעבן נאָך שטאַרקער איר נײַגעריקייט אַרום דעם זײגערל מיט דער פֿראַגע: „פֿון װעמען זאָל עס זײַן?“

דער דימינוטיװ

אין ייִדישפּאָפּ האָבן מיר שױן געלערנט דעם דימינוטיװ פֿון עטלעכע סובסטאַנטיװן, למשל: הינטל, קעצל, פֿײגעלע, היטל, בילדל, שטעקל (דימינוטיװן פֿון הונט, קאַץ, פֿױגל, הוט, בילד, שטעקן). מיר האָבן געלערנט אָט די דימינוטיװן װי באַזונדערע װאָקאַבלען. איצט װעלן מיר זיך אָפּשטעלן אױף די אַלגעמײנע פּרינציפּן פֿון דער פֿורעמונג און דעם באַטײַט פֿונעם דימינוטיװ.

דעם דימינוטיװ שאַפֿט מען מיט צװײ סופֿיקסן: –⁠ל און –⁠עלע. פֿאַראַן:

  1. סובסטאַנטיװן װאָס האָבן נאָר דעם דימינוטיװ אױף –⁠ל
  2. סובסטאַנטיװן װאָס האָבן נאָר דעם דימינוטיװ אױף –⁠עלע
  3. סובסטאַנטיװן װאָס האָבן סײַ אַ דימינוטיװ אױף –⁠ל, סײַ אַ דימינוטיװ אױף –⁠עלע.
  4. סובסטאַנטיװן װאָס האָבן גאָר נישט קײן דימינוטיװ־פֿאָרמע.

װי אַזױ קען מען װיסן װאָס ס׳איז די דימינוטיװ־פֿאָרמע פֿון אַ געװיסן סובסטאַנטיװ? מע דאַרף קוקן אױפֿן סובסטאַנטיװ אַלײן, דאָס הײסט, װיפֿל טראַפֿן ער האָט, װוּ עס פֿאַלט דער טראָפּ, אױף װאָסער אות ער ענדיקט זיך. די אַלע פּרטים רעכענען מיר אױס דאָ װײַטער. אײדער מיר נעמען זיך אָבער צו די פּרטי־פּרטים פֿון דער פֿאָרמע פֿון דימינוטיװ, לאָמיר זיך אָפּשטעלן אױף זײַן באַטײַט און פֿונקציע.

באַטײַט און פֿונקציע פֿון דימינוטיװ

דער דימינוטיװ האָט צװײ פֿונקציעס:

  • קאָנקרעט: אָנצוּװײַזן אַז די גרײס פֿון עפּעס איז קלענער. מיר װײַזן למשל אין די װאָקאַבולאַר־פֿילמען אַז אַ בילדל איז קלענער װי אַ בילד (4.3), און אַ שטעקל איז קלענער װי אַ שטעקן (3.1).
  • אַפֿעקטיװ: דער דימינוטיװ װײַזט אָן אױף אַ באַזונדער געפֿיל. געװײנטלעך איז דאָס אַ װאַרעם געפֿיל צו דעם אָדער אין שײַכות מיט דעם וואָס דאָס װאָרט באַצײכנט (זען אינעם קעסטל דאָ װײַטער װעגן אַנדערע מינים געפֿיל). װען נעמי ניצט די װערטער הינטל און קעצל אַנשטאָט הונט און קאַץ, איז דאָס אַ סימן אַז זי האָט אַ װאַרעמע באַציִונג צו די חיות. נעמיס באָבע־זײדע שרײַבן דעם דימינוטיװ פֿון איר נאָמען נעמילע אינעם זײגערל װאָס זײ שענקען איר (4.3), כּדי אַרויסצוּװײַזן ליבשאַפֿט.

צי אַ דימינוטיװ װײַזט אָן אױף קלײנקײט, אױף געפֿיל צי אױף בײדע לאָזט זיך צום בעסטן אַרױסדרינגען פֿון קאָנטעקסט. אָט איז אַ בײַשפּיל פֿון יעדן פֿאַל:

  • קלײנקײט: די שטעקלעך מיט װעלכע נעמי און מאָבי בױען אין 2.5 זײַנען קלײן; קײן װאַרעם געפֿיל האָט מען צו זײ נישט.
  • געפֿיל: מיר האָבן באַמערקט אין 5.3 נאָך פּרטים אַז אַ גלאָז און אַ גלעזל קענען זײַן פֿון גענױ דער זעלביקער גרײס, נאָר אַ גלעזל טײ קומט מיט אַ שטאַרקער געפֿיל פֿון הײמישקײט און דערקװיקונג װי אַ גלאָז טײ.
  • סײַ קלײנקײט, סײַ געפֿיל: װען מע רעדט מיט/װעגן אַ קלײן קינד, רעדט מען װעגן די הענטעלעך און די פֿיסעלעך אַנשטאָט די הענט און די פֿיס, נישט נאָר װײַל די הענט און די פֿיס בײַם קינד זײַנען טאַקע קלײן, נאָר אױך אַרױסצוּװײַזן ליבשאַפֿט צום קינד.

װען בײדע פֿאָרמעס פֿון דימינוטיװ זײַנען מעגלעך, דריקט אױס די פֿאָרמע אױף –⁠עלע אַ שטאַרקערן גראַד קלײנקײט אָדער אַ שטאַרקער געפֿיל װי די פֿאָרמע אױף –⁠ל. דאָס הײסט למשל, אַז אַ בילדעלע איז אין אַלגעמײן קלענער פֿון אַ בילדל, אָדער אַז צום בילדעלע האָט מען אַ שטאַרקער געפֿיל װי צום בילדל. דעם פּינקטלעכן מײן קען מען אָבער, װי שטענדיק, ריכטיק פֿאַרשטײן נאָר מיט דער הילף פֿונעם קאָנטעקסט.

װאַרעמקײט איז נישט דאָס אײנציקע געפֿיל װאָס עס גיט איבער דער דימינוטיװ. נאָך צװײ זײַנען:

באַוווּנדערונג

  • האָט די לערערין נעכטן געשטעלט אַ פֿראַגעלע... בין איך נאָך דעם אַ גאַנצן טאָג געזעסן און געטראַכט!

דאָ מײנט דער דימינוטיװ נישט קײן קלײנע פֿראַגע נאָר גאָר אַ גרױסע און דאָס שאַפֿט אַ טאָן פֿון באַװוּנדערונג.

ביטול

  • – ווער שפּילט מוזיק אין פּאַרק?

    – איך ווייס? עפּעס אַ כּלי־זמרל דאָרט…

דאָ מײנט מען נישט אַז דער כּלי־זמר איז קלײנװוּקסיק, אָדער אַז מע האָט צו אים אַ װאַרעם געפֿיל, נאָר אַז מע האַלט אַז ער איז נישט פֿון די גרױסע כּלי־זמרים.

דימינוטיװן מיט אַ פֿאַרזיכדיקן באַטײַט

בײַ טײל װערטער װײַזט די פֿאָרמע פֿון דימינוטיװ נישט אָן אױף קלײנקײט אָדער געפֿיל, נאָר שאַפֿט אַ נײַ װאָרט מיט אַ באַטײַט פֿאַר זיך. אַ פּאָר בײַשפּילן געפֿינען זיך אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער:

דימינוטיװ מיט אַ באַטײַט פֿאַר זיך באַמערקונגען
עופֿעלע (קלײן קינד) דימינוטיװ פֿון עוף (הון)
בענקל (מעבלשטיק פֿאַר אײן מענטש) דימינוטיװ פֿון באַנק (מעבלשטיק פֿאַר מער װי אײן מענטש)
קלײדל (אַ בגד פֿון טאַליע אַראָפּ) דימינוטיװ פֿון קלײד (אַ בגד פֿאַרן גאַנצן קערפּער)
באַמערקט אַז קלײדל קען אױך מײנען „קלײד װאָס איז קלײן“, למשל װען מע רעדט װעגן דעם בגד פֿון אַ קינד.
שנײעלע (אַן אײנציק שטיקל שנײ) דימינוטיװ פֿון שנײ (דער אַלגעמײנער באַגריף)
ייִנגל, מײדל (קינד) דימינוטיװן פֿון יונג, מױד (יונגע דערװאַקסענע). דאָס הײסט, אַ ייִנגל איז נישט קײן יונג װאָס צװישן אַנדערע יונגען איז ער קלײן, נאָר אַ קינד פֿון מענלעכן מין.
די פֿאָרמעס אױף –⁠עלע, ייִנגעלע און מײדעלע, האָבן דעם געװײנטלעכן באַטײַט פֿון דימינוטיװ לגבי ייִנגל און מײדל: קלײנקײט אָדער געפֿיל.

נאָך װעגן דער פֿאָרמע פֿון דימינוטיװ

מין פֿון דימינוטיװ

אַלע דימינוטיװן אױף –⁠ל און אױף –⁠עלע זײַנען פֿון נײטראַלן מין (דאָס־װערטער). דערפֿאַר איז דער מין פֿון דימינוטיװ אָפֿט אַנדערש װי דער מין פֿון דער יסוד־פֿאָרמע פֿון סובסטאַנטיװ, למשל:

  • דער שטעקן – דאָס שטעקל
  • די קאַטשקע – דאָס קאַטשקעלע

באַמערקט אַז נישט יעדער סובסטאַנטיװ װאָס ענדיקט זיך אױף קאָנסאָנאַנט + ל איז אַ דימינוטיװ. סובסטאַנטיװן װאָס זײער יסוד־פֿאָרמע ענדיקט זיך אױף קאָנסאָנאַנט + ל זײַנען געװײנטלעך מאַסקולין. מיר האָבן געלערנט עטלעכע אין ייִדישפּאָפּ, למשל:

  • דער עפּל
  • דער שפּיגל
  • דער קאַרטאָפֿל
  • דער בױמל
  • דער שמײכל
  • דער הימל

מערצאָל־פֿאָרמע פֿון דימינוטיװ

די מערצאָל־ענדונג פֿון דימינוטיװ אױף –⁠ל איז –⁠עך, און אױף –⁠עלע איז –⁠ך, למשל:

  • שטעקל – שטעקלעך
  • קאַטשקעלע – קאַטשקעלעך

װערטער מיט אַ מערצאָל־פֿאָרמע אױף –⁠ים האָבן אַ מערצאָל־פֿאָרמע אין דימינוטיװ אױף –⁠ימלעך. די אײנצאָל־פֿאָרמע פֿון דימינוטיװ שאַפֿט זיך װי געװײנטלעך. למשל:

  • חבֿר /כאַ׳װער/ – חבֿרל /כאַ׳װערל/
  • חבֿרים /כאַװײ׳רים/ – חבֿרימלעך /כאַװײ׳רימלעך/
  • כּלי־זמר /קלע׳זמער/ – כּלי־זמרל /קלע׳זמערל/
  • כּלי־זמרים /קלעזמאָ׳רים/ – כּלי־זמרימלעך /קלעזמאָ׳רימלעך/
  • אתרוג /ע׳סרעג/ – אתרוגל /ע׳סרעגל/
  • אתרוגים /עסרױ׳גים/ – אתרוגימלעך /עסרױ׳גימלעך/

אױך דאָס װאָרט קינד האָט אַ באַזונדערע פֿאָרמע פֿאַרן דימינוטיװ אין מערצאָל: קינדערלעך. אין אײנצאָל ניצט מען די פֿאָרמע אױף –⁠עלע: קינדעלע.

באַמערקט: מע װאָלט זיך געריכט אַז דער דימינוטיװ פֿונעם װאָרט קינד זאָל זײַן זײער פֿאַרשפּרײט. די מערצאָל־פֿאָרמע קינדערלעך ניצט מען טאַקע זײער אַ סך; די אײנצאָל־פֿאָרמע קינדעלע טרעפֿט מען אָבער זעלטן.

איבערקלאַנג

אין טײל דימינוטיװן קומט פֿאָר אַן איבערקלאַנג. אױב ס׳איז דאָ אַן איבערקלאַנג, גײט ער געװײנטלעך נאָך אַן אַלגעמײנעם מוסטער. מע קען אָבער נישט פֿאָרױסזאָגן צי עס װעט זײַן אַן איבערקלאַנג, און דערפֿאַר װערן די איבערקלאַנגען געװײנטלעך אָנגעגעבן אין די װערטערביכער. באַמערקט אַז די מערצאָל־פֿאָרמע פֿונעם סובסטאַנטיװ האָט זײער אָפֿט דעם זעלבן איבערקלאַנג (למשל גלאָז, מערצאָל: גלעזער, דימינוטיװ: גלעזל).

אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער געפֿינען זיך סובסטאַנטיװן מיט אַן איבערקלאַנג אין דימינוטיװ װאָס מיר האָבן געלערנט אין ייִדישפּאָפּ. אַרױסגעהױבן מיט פֿעטע אותיות: מערצאָל־פֿאָרמעס װאָס האָבן נישט דעם איבערקלאַנג װאָס אין דימינוטיװ.

איבערקלאַנג אײנצאָל מערצאָל דימינוטיװ
אַ ← ע דאַך דעכער דעכל, דעכעלע
האַנט הענט הענטל, הענטעלע
װאַלד װעלדער װעלדל, װעלדעלע
װאַנט װענט װענטל, װענטעלע
קאַץ קעץ קעצל, קעצעלע
רוקזאַק רוקזעק רוקזעקל
אָ ← ע גלאָז גלעזער גלעזל, גלעזעלע
האָר האָר הערל, הערעלע
טאָפּ טעפּ טעפּל, טעפּעלע
נאָז נעזער נעזל, נעזעלע
פּנים /פּאָ׳נעם/ פּנימער /פּע׳נעמער/ פּנימל /פּע׳נעמל/
קאָפּ קעפּ קעפּל, קעפּעלע
ראָד רעדער רעדל, רעדעלע
שטאָט שטעט שטעטל, שטעטעלע
ו ← י בוך ביכער ביכל, ביכעלע
בלום בלומען בלימל, בלימעלע
הון הינער הינדל, הינדעלע
הונט הינט הינטל, הינטעלע
פֿוס פֿיס פֿיסל, פֿיסעלע
פֿוקס פֿוקסן פֿיקסל, פֿיקסעלע
קו קי קיִעלע
שוך שיך שיכל, שיכעלע
שטוב שטיבער שטיבל, שטיבעלע
ױ ← ײ אױג אױגן אײגל, אײגעלע
בױם בײמער בײמל, בײמעלע
ברױט ברױטן ברײטל, ברײטעלע
–– הױזן הײזלעך, הײזעלעך
מױל מײַלכל מײַלכל, מײַלכעלע
פֿױגל פֿײגל פֿײגעלע
ױ ← ײַ הױז הײַזער הײַזל, הײַזעלע
מױז מײַז מײַזל, מײַזעלע

דימינוטיװן נאָר אױף –⁠ל

װען אַ סובסטאַנטיװ האָט דעם אַקצענט אױפֿן פֿאַרלעצטן טראַף און ענדיקט זיך נישט אױף קײן װאָקאַלקלאַנג און נישט אױף קאָנסאָנאַנט + ל, איז מעגלעך נאָר דער דימינוטיװ אױף –⁠ל, למשל:

  • מעסער – מעסערל
  • שירעם – שירעמל
  • פּנים [אַרױסגערעדט /פּאָנעם/] – פּנימל [אַרױסגערעדט /פּע׳נעמל/]

דימינוטיװן נאָר אױף –⁠עלע

װען אַ סובסטאַנטיװ האָט דעם אַקצענט אױפֿן פֿאַרלעצטן טראַף און ענדיקט זיך אױף אַ װאָקאַלקלאַנג , איז מעגלעך נאָר דער דימינוטיװ אױף –⁠עלע. באַמערקט דעם אױסלײג: מע דאַרף נאָר צוגעבן –⁠לע װײַל דאָס װאָרט ענדיקט זיך שױן אױפֿן קלאַנג /ע/. למשל:

  • פּילקע – פּילקעלע
  • פּיזשאַמע – פּיזשאַמעלע
  • קאַטשקע – קאַטשקעלע
  • הפֿסקה – הפֿסקהלע
  • מתּנה – מתּנהלע

אין דער קאַטעגאָריע פּאַסט אױך אַרײַן נעמיס נאָמען:

  • נעמי – נאָמילע [אַרױסגערעדט /נאָמעלע/]

װען אַ סובסטאַנטיװ האָט דעם אַקצענט אױפֿן פֿאַרלעצטן טראַף און ענדיקט זיך אױף קאָנסאָנאַנט + ל איז מעגלעך נאָר דער דימינוטיװ אױף –⁠עלע. באַמערקט אַז דער סופֿיקס –⁠עלע קומט אױפֿן אָרט פֿונעם –⁠ל. למשל:

  • פֿױגל – פֿײגעלע
  • שמײכל – שמײכעלע
  • קאַרטאָפֿל – קאַרטאָפֿעלע

װען אַ סובסטאַנטיװ ענדיקט זיך אױף אַן אַקצענטירטן װאָקאַל צי דיפֿטאָנג איז מעגלעך נאָר דער דימינוטיװ אױף –⁠עלע, למשל:

  • אײ – אײעלע
  • טײ – טײעלע
  • קו – קיִעלע

סובסטאַנטיװן װאָס האָבן נישט קײן דימינוטיװ־פֿאָרמע

װען אַ סובסטאַנטיװ האָט דעם אַקצענט אױפֿן דריטן טראַף פֿון סוף איז בכלל נישט מעגלעך קײן דימינוטיװ. ס׳איז אױך נישט מעגלעך קײן דימינוטיװ װען דער סובסטאַנטיװ האָט שױן אַ סופֿיקס. ס׳איז למשל נישטאָ קײן דימינוטיװ פֿון די װערטער:

  • מוזיקער
  • אײניקל
  • חבֿרטע
  • לערערין

דימינוטיװן סײַ אױף –⁠ל, סײַ אױף –⁠עלע

סובסטאַנטיװן פֿון אײן טראַף, אָדער מיטן אַקצענט אױפֿן לעצטן טראַף, װאָס ענדיקן זיך אױף אַ קאָנסאָנאַנט, האָבן געװײנטלעך בײדע דימינוטיװ־פֿאָרמעס, סײַ אױף –⁠ל, סײַ אױף –⁠עלע, למשל:

  • װעלט – װעלטל – װעלטעלע
  • פּאַפּיר – פּאַפּירל – פּאַפּירעלע
  • קאָנצערט – קאָנצערטל – קאָנצערטעלע

װי מיר האָבן דערמאָנט דאָ אױבן: װען בײדע פֿאָרמעס זײַנען מעגלעך, דריקט אױס די פֿאָרמע אױף –⁠עלע אַן אינטענסיװערן גראַד קלײנקײט צי צערטלעכקײט װי די פֿאָרמע אױף –⁠ל.

שיכלעך אַקעגן שיכעלעך אין קאַדיע מאָלאָדאָװסקיס ליד

אפֿשר האָט איר באַמערקט אַז אין קאַדיע מאָלאָדאָװסקיס ליד „שיכעלעך“ װאָס נעמי ציטירט אינעם פֿילם, באַװײַזן זיך בײדע פֿאָרמעס פֿונעם דימינוטיװ:

שיכלעך, גײט! / גײען שיכעלעך אַװעק…

די פּאָעטעסע ניצט דאָ די צװײ פֿאָרמעס נישט כּדי אָנצוּװײַזן אױפֿן גראַד קלײנקײט צי צערטלעכקײט, נאָר כּדי אָפּצוהיטן דעם טראָכײיִשן ריטעם פֿון די שורות (באַטאָנטע און אומבאַטאָנטע טראַפֿן בײַטן זיך).

דימינוטיװן מיט אַ צװישנקלאַנג

מע גיט צו –⁠כ– פֿאַר דער דימינוטיװ־ענדונג װען דער סובסטאַנטיװ ענדיקט זיך אױף װאָקאַל + ל, למשל:

  • מױל – מײַלכל – מײַלכעלע
  • שאַל – שאַלכל – שאַלכעלע
  • שול – שולכל – שולכעלע

מע גיט צו –⁠ד– פֿאַר דער דימינוטיװ־ענדונג װען דער סובסטאַנטיװ ענדיקט זיך אױף –⁠ן, למשל:

  • שטײן – שטײנדל – שטײנדעלע
  • הון – הינדל – הינדעלע
  • רעגן – רעגנדל
  • שטערן – שטערנדל

אין געצײלטע פֿאַלן, װען דאָס װאָרט ענדיקט זיך אױף קאָנסאָנאַנט + –⁠ן, פֿאַלט אַרױס דער –⁠ן. אײן בײַשפּיל פֿון אַזאַ פֿאַל האָבן מיר געזען אין ייִדישפּאָפּ:

  • שטעקן – שטעקל – שטעקעלע

צערטל־סופֿיקסן בײַ פּערזאָן־נעמען און משפּחה־טערמינען

מיר האָבן דערמאָנט דאָ אױבן װי נעמיס באָבע־זײדע רופֿן זי אָן מיטן דימינוטיװ נעמילע כּדי אױסצודריקן ליבשאַפֿט. נישט נאָר די דימינוטיװ־ענדונגען –⁠ל און –⁠עלע װערן געניצט מיט פּרט־נעמען אױסצודריקן אַ װאַרעם געפֿיל, נאָר אױך אַ רײ אַנדערע סופֿיקסן. אױך מיט משפּחה־טערמינען טרעפֿט מען די דאָזיקע סופֿיקסן. דרײַ אַזעלכע האָבן מיר געהערט אין ייִדישפּאָפּ: –⁠ניו, –⁠שי און –⁠קע.

אין לעקציע 4.3, װען נעמי דאַנקט באָבע־זײדע פֿאַרן זײגערל, רופֿט זי זיך אָן:

  • באָבעשי! זײדעניו! אַ דאַנק! דאָס זײגערל איז אַזױ שײן.

נעמי קלײַבט אױס דעם סופֿיקס –⁠ניו װען זי װיל זיך װענדן צו מאָבין מיט אַ װאַרעם געפֿיל, למשל װען ער באַװײַזט זיך בײַ איר אין לעקציע 5.3:

  • געװאַלד, מאָביניו! דו האָסט זיך צעקלאַפּט! [אַרױסגערעדט /מאָבעניו/]

נעמיס חבֿר מאירקע האָט דעם נאָמען מאיר מיטן צערטל־סופֿיקס –⁠קע. עס טרעפֿט זיך אַ מאָל אַז אַזאַ פֿאַרצױגענער נאָמען װערט אַ צונאָמען און מע ניצט אים סײַ מיטן געפֿיל פֿון ליבשאַפֿט, סײַ סתּם װי דעם געװײנטלעכן נאָמען פֿונעם מענטש.

נאָך פּרטים װעגן צערטל־סופֿיקסן אױף פּרט־נעמען קען מען לײענען אין קולטור 4.3.