קולטור

ייִדישע הינט Image

ייִדישע הינט

אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט אין מיזרח־אייראָפּע האָט די געשטאַלט פֿונעם הונט מערסטנס געהאַט נעגאַטיווע אַסאָציאַציעס: אַ הונט רעפּרעזענטירט – לויטן פֿאַל – אַכזריות, עגאָיִזם, הפֿקרות, פֿאַרשווענדערישקייט... אַז עס באַווײַזט זיך אַ מאָל אין דער ייִדישער ליטעראַטור אַ פּערסאָנאַזש פֿון אַ הונט, איז עס געוויינטלעך אַ נעגאַטיווע פֿיגור.

ערשט בײַם אָנהייב פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, מיטן אויפֿקום פֿון אַ מאָדערנער זאָרג פֿאַר דערציִונג צווישן די ייִדיש־רעדנדיקע מאַסן, ווערט איבערגענומען פֿון אַנדערע אייראָפּעיִשע קולטורן דער אינטערעס פֿאַר חיות און פֿאַר דער נאַטור בכלל, און אין דער ליטעראַטור – די פֿיגור פֿונעם וווילן, קלוגן און געטרײַען הונט, וואָס האָט ליב זײַן בעל־הבית, פֿאַרשטייט אים און העלפֿט אים אַרויס אין אַ נויט.

אַזאַ װױל הינטל איז לאַבזיק, דער העלד פֿון אַ קינדער־ביכל מיטן טיטל לאַבזיק (1935) פֿון כאַװער־פּאַװער (פּעסװדאָנים פֿון גרשון אײַנבינדער). די מעשׂה קומט פֿאָר אין ניו־יאָרק אױפֿן פֿאָן פֿון דער עקאָנאָמישער דעפּרעסיע. לאַבזיק מיט זײַן משפּחה (אַ טאַטע, אַ מאַמע, אַ ייִנגל, און אַ מײדל) האָבן פֿאַרשײדענע חנעװדיקע און שפּאַנענדיקע אַװאַנטורעס װאָס גיבן איבער אַ בולטע לינקע פּאָליטיק. אַ צװײט ביכל כאַװער־פּאַװערס, װאָװיק (1947), דערצײלט די אַװאַנטורעס פֿון לאַבזיקס מיזיניקל. װאָװיקס מעשׂיות פֿאַרנעמען זיך מיטן טעגלעכן משפּחה־לעבן און זײַנען פּונקט אַזױ חנעװדיק װי לאַבזיקס, נאָר נישט אַזױ פּאָליטיש געשטימט. אין 2021 האָט מען געמאַכט אַ מאַריאָנעטן־פֿאָרשטעלונג אױפֿן סמך פֿון די לאַבזיק־מעשׂיות; אָט איז אַ ליד דערפֿון!

די נעגאַטיװע און פּאָזיטיװע אַסאָציאַצעס מיט הינט בײַ ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן שפּיגלען זיך אָפּ אין דער שפּראַך דורכן באַניץ מיט פֿאַרשיידענע סינאָנימען:

  • דער הונט: אַ נייטראַלער טערמין, וואָס קען דינען אין יעדער סיטואַציע, אָבער דריקט נישט אויס קיין שום באַזונדערע ליבשאַפֿט צו אַזאַ באַשעפֿעניש. דאָס איז דאָס וואָרט וואָס מע טרעפֿט אין די מערסטע ווערטלעך און אויסדרוקן וואָס דערמאָנען די חיה, געוויינטלעך מיט אַ נעגאַטיווער באַפֿאַרבונג.
  • דער כּלבֿ [קיילעוו]: אַ וואָרט פֿאַר אַ בייזן הונט, וואָס ס׳איז אומאײַנגענעם אָדער געפֿערלעך צו באַגעגענען; דאָס זעלבע וואָרט קען אויך אַ מאָל באַצייכענען אַ בייזן מענטשן.
  • דאָס הינטל: אַ דימינוטיוו וואָס באַצייכנט אַ יונגן הונט, אַ קליינעם הונט, אָבער גיט אויך איבער היימישקייט, צערטלעכקייט, און מיטגעפֿיל. דאָס איז אַוודאי דאָס וואָרט וואָס לייגט זיך אויף דער צונג בײַם פֿאָרשטעלן מאָביס חבֿר „פּינטל“ אין דער איצטיקער לעקציע.

אַגבֿ, אין דער ייִדיש־שפּראַכיקער קינאָ־אינדוסטריע, וואָס האָט געבליט אין די 1930ער יאָרן, האָט דער הונט כּמעט נישט קיין אָרט. עס קומט אויס אַז מאָביס הינטל „פּינטל“ איז – אויף די עקראַנען – אפֿשר דאָס סאַמע ערשטע „ייִדיש־רעדנדיקע“ וווילע הינטל.