קולטור

אַן אַלטער סימבאָל און אַ נײַ ליד Image

די גאָלדענע פּאַווע – אַ קולטור־סימבאָל

די פּאַווע איז אַ פֿויגל וואָס איז באַקאַנט בײַ ייִדן און בײַ אַנדערע פֿעלקער נאָך פֿון די תּנכישע צײַטן. ער איז תּמיד געווען אַ שם־דבֿר פֿאַר שיינקייט און פּראַכט. ער איז דעריבער אויך אָפֿט געניצט געוואָרן ווי אַן אָרנאַמענטאַלער מאָטיוו.

אָבער אין אַלטע ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות און נאָך מער אין פֿאָלקסלידער באַווײַזט זיך די פֿיגור פֿון אַ לעגענדאַרער „גאָלדענער פּאַווע“. אָט די פֿאָלקלאָר־געשטאַלט שפּילט געוויינטלעך די ראָלע פֿון אַ שליח, וואָס דאַרף איבערגעבן אַ סימן צי אַ בשׂורה: זי איז די וואָס פֿאַרבינדט צווישן זיך דערווײַטערטע חתן־כּלה, אָדער אַ פֿאַרוואָגלט קינד מיט זײַנע טאַטע־מאַמע.

מיט דעם אויפֿקום פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור האָבן זיך שרײַבער גענומען באַניצן מיט דעם מאָטיוו אין זייערע ווערק און אין אים אַרײַנגעבלאָזן נײַע באַטײַטן, מאַכנדיק פֿון דער גאָלדענער פּאַווע סײַ דעם סימבאָל פֿון אַן עכטער ייִדישער פֿאָלקס־שעפֿערישקייט און סײַ די פֿאַרקערפּערונג פֿון אַ דורותדיקער בענקשאַפֿט איבער תּקופֿות און מרחקים צו אַ פֿאַרגאַנגענעם „מקור“.

דער סימבאָל האָט זיך אַזוי שטאַרק אָנגענומען אין דער ייִדישער קולטורוועלט, אַז מע קען טרעפֿן די „גאָלדענע פּאַווע“ נישט נאָר ווי אַ מאָטיוו אין פֿאַרשיידענע ווערק, נאָר אויך ווי אַ טיטל פֿון אַ באַנד פּאָעזיע, פֿון אַ ראָמאַן, פֿון אַ זאַמלונג לידער פֿאַר דער ייִדישער שול, פֿון אַן אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער פּאָעזיע אין ענגלישער איבערזעצונג. און ווײַטער – ווי דער נאָמען פֿון אַ ייִדישן טעאַטער־אַנסאַמבל, פֿון אַ ייִדישן פֿאַרלאַג...

הײַנט צו טאָג קען שוין די „גאָלדענע פּאַווע“, אַן אָנגעלאָדענע מיט איר גאַנצן קולטורעלן באַגאַזש, דינען פֿאַר זיך אַליין ווי דער לאָגאָ פֿון אַזעלכע אינסטיטוציעס ווי דער ייִדישפּיל־טעאַטער אין ישׂראל, וואָס באַאַרבעט און שטעלט פֿאָר אַ ייִדיש־שפּראַכיקן רעפּערטואַר, אָדער ווי דער עלעקטראָנישער זשורנאַל אין געוועב, וואָס פֿאַרנעמט זיך דער עיקר מיטן געדרוקטן ייִדישן וואָרט.

„וואָס קוקט עס דאָרט אַרויס פֿון דר׳ערד?“
פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן

בײַם סוף פֿונעם פֿילם הערט מען אַן אויסצוג פֿון אַ נײַ ייִדיש ליד: „וואָס קוקט עס דאָרט אַרויס פֿון דר׳ערד?“ פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. אָט קענט איר הערן און איבערלייענען דאָס גאַנצע ליד, ווי אויך ביאָגראַפֿישע פּרטים וועגן דער מחברטע.

וואָס קוקט עס דאָרט אַרויס פֿון דר׳ערד?

ווערטער און מוזיק: ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן

וואָס קוקט עס דאָרט אַרויס פֿון דר׳ערד?

אַ בלימעלע, אַ בלימעלע!

וואָס זינגט עס אויפֿן בוים דאָרט, הערט?

אַ פֿייגעלע, אַ פֿייגעלע!

אַ בלימעלע בליט, אַ פֿייגעלע זינגט,

אַ פֿלאַטערל פֿליט, אַ זשאַבקעלע שפּרינגט,

דער פֿרילינג איז שוין דאָ.

דער פֿרילינג איז שוין דאָ.

דער פֿרילינג איז געקומען, יאָ!

דער פֿרילינג, דער פֿרילינג!

דער ליבער פֿרילינג איז שוין דאָ!

דער פֿרילינג, דער פֿרילינג!

אַ בלימעלע דאָ, אַ פֿלאַטערל דאָרט,

סע זינגט און שפּרינגט אויף יעדן אָרט,

דער פֿרילינג איז שוין דאָ.

דער פֿרילינג איז שוין דאָ.

דער טעקסט און די נאָטן פֿון ליד געפֿינען זיך אין:

ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, פֿלי, מײַן פֿלישלאַנג (ניו־יאָרק: ייִדיש־ליגע, 1999).

די רעקאָרדירונג געפֿינט זיך אויפֿן קאָמפּאַקטל:

Beyle Schaechter-Gottesman, Fli, mayn flishlang (2006).

ביילע שעכטער־גאָטעמאַן (1920–2013) איז אויפֿגעוואַקסן אין טשערנאָוויץ (דעמאָלט אין רומעניע, הײַנט אין אוקראַיִנע). דער טאַטע איז געווען אַ ייִדישיסט און די מאַמע האָט געקענט אַ שלל מיט פֿאָלקסלידער. געקומען קיין ניו־יאָרק אין 1951 האָט זי זיך באַזעצט מיט איר משפּחה לעבן נאָך ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות און גענומען שרײַבן פֿאַר די אייגענע קינדער און פֿאַר דער ייִדישער שול. זי האָט אויך געשריבן פּאָעזיע און זינגלידער וואָס שילדערן כּלערליי אַספּעקטן פֿון איר לעבן אי אין אייראָפּע, אי אין אַמעריקע, און דערצו געמאָלט און געצייכנט. מיט אירע קענטענישן פֿון דער פֿאָלקסמוזיק און מיט די אייגענע לידער האָט זי געמוטיקט אַ נײַעם דור ייִדישע זינגער.

די װערטער אָפּצודרוקן און אַן אַקטיוויטעט אויף צו באַאַרבעטן דאָס ליד אין קלאַס געפֿינען זיך דאָ.