קולטור

דער דיבוק Image

ש. אַנ–⁠סקי און „דער דיבוק“

דער דיבוק, אָדער צווישן צוויי וועלטן פֿון ש. אַנ–⁠סקי איז אײנע פֿון די באַקאַנטסטע פּיעסעס פֿונעם ייִדישן טעאַטער. נישט אומזיסט האָט דער מחבר אָנגערופֿן די פּיעסע מיטן אונטערטיטל „צווישן צוויי וועלטן“: טעמאַטיש שטעלט זי אַנטקעגן לעבן און טויט, די וועלט און יענע וועלט, נאָר אין אַ ברייטערן קולטורעלן זינען רעפּרעזענטירט זי אויך דעם צונויפֿטרעף און די שפּאַנונג צווישן דער מאָדערנער אייראָפּעיִשער קולטור און דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטייגער.

ש. אַנ–⁠סקי (פּסעוודאָנים פֿון שלמה־זײַנוול ראַפּאָפּאָרט, 1863–1920) איז געווען אַ שרײַבער, אַן עטנאָגראַף, און אַ רעוואָלוציאָנער, און איז אויך באַקאַנט פֿאַר זײַן ליד „די שבֿועה“, װאָס איז געוואָרן דער הימען פֿונעם בונד. ער איז געװאָרן איינער פֿון די ערשטע ערנצטע פֿאָלקלאָר־זאַמלער צווישן ייִדן. ער האָט אָרגאַניזירט אַן עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע אין שטעטלעך איבער אוקרײַנע, זאַמלענדיק דערבײַ ייִדישע מעשֹיות, מינהגים, און לידער, װי אויך הונדערטער פֿאָטאָגראַפֿיעס און רעליגיעזע חפֿצים.

אין זײַן פּיעסע דער דיבוק האָט אַנ–⁠סקי געשעפּט פֿון די רײַכע מאַטעריאַלן וואָס מ׳האָט אָנגעזאַמלט בײַם פֿאָלק. די פּיעסע נעמט אַרײַן כּלערליי פּרטים פֿונעם שטעטלשן שטייגער לעבן, פֿון קאָנקרעטע ביז עזאָטערישע. ספּעציעל שטאַרק פֿאַרטראָטן אין דער פּיעסע זײַנען פֿאָלקס־גלייבענישן וועגן טויט, דער עיקר דער מאָטיוו פֿונעם דיבוק: די נשמה פֿון אַ טויטן וואָס קען נישט געפֿינען קיין רו און דרינגט אַרײַן אינעם גוף פֿון אַ לעבעדיקן.

די העלדן פֿון דער פּיעסע, װי נעמי דערקלערט מאָבין, זענען לאה, אַ גבֿירישע טאָכטער, און חנן, אַן אָרעמער ישיבֿה־בחור, װאָס פֿאַרליבן זיך. לאהס טאַטע װיל זי אָבער חתונה מאַכן פֿאַר אַ בחור פֿון אַ רײַכער היים. חנן װענדט אָן מסוכּנע קאַבאַליסטישע מיטלען צו פּרוּװן שטערן דעם שידוך, נאָר ער קומט אום בשעת־מעשֹה. ער קומט אָבער צוריק אין דער פֿאָרעם פֿון אַ דיבוק, און דערמיט הייבט זיך אָן דאָס ראַנגלעניש צװישן די ערדישע און אומערדישע כּוחות.

אַנ–⁠סקי האָט זיך יאָרן לאַנג באַמיט צו ברענגען „דער דיבוק“ אויף דער בינע, נאָר האָט עס נישט דערלעבט. נאָך זײַן פֿריצײַטיקן טויט האָט אָבער די פּיעסע געהאַט אַן אומגעריכטע און אויסערגעװיינטלעכע הצלחה. נאָך דער ערשטער פֿאָרשטעלונג אין װאַרשע האָבן ייִדישע טעאַטערס איבער גאַנץ פּוילן גענומען אויפֿפֿירן די דראַמע, און דערנאָך, אין אַ צענדליק שפּראַכן, איבער גאָר דער װעלט. אין 1937 האָט מען אין פּוילן געמאַכט אַ פֿילם דער דיבוק באַזירט אויף אַנ–⁠סקיס פּיעסע, וואָס איז צווישן די סאַמע באַקאַנטע פֿילמען אויף ייִדיש.

אין דער פּיעסע שפּילן ייִדישע מינהגים און פֿאָלקס־גלייבענישן אַ גרויסע ראָלע, אָבער די מעשׂה וועגן צוויי באַשערטע איז אַן אוניווערסאַלע, און די פֿאָרעם פֿונעם ווערק (די דראַמע) איז אַ מאָדערן אייראָפּעיִשע. מיטן צונויפֿגאָס פֿון די דאָזיקע עלעמענטן האָט אַנ–⁠סקי געשאַפֿן אַ ווערק וואָס איז טיף ייִדישלעך און הויך מאָדערן.

רעסורסן

א) די פּיעסע דער דיבוק געפֿינט זיך אין דער דיגיטאַלער ביבליאָטעק בײַם ייִדישן ביכער־צענטער, אין אַנ–⁠סקיס

געזאַמלטע שריפֿטן (1928) באַנד 2.

ב) מע קען באַקומען דעם פֿילם פֿון נאַציאָנאַלן צענטער פֿאַרן ייִדישן פֿילם; מע קען אים אויך זען אויף יוטיוב.