„אַ גוטן ראָבאָט, װער קען געפֿינען?“
דאָס הײַנטיקע פֿילמעלע קומט פֿאָר האַרט פֿאַר די ימים־נוראָים ראָש־השנה און יום־כּיפּור. נעמי זאָגט מאָבין אַז ער קען זיך צוגרײטן צו די יום־טובֿים דורך זײַן אַ גוטער מענטש — בעסער געזאָגט, אַ גוטער ראָבאָט. דאָ איז זי אויסן די טראַדיציאָנעלע פֿאָרשטעלונג פֿון דעם חודש פֿאַר די ימים־נוראָים — אלול — װי אַ ספּעציעלע צײַט פֿון חשבון־הנפֿש און תּשובֿה. דערבײַ טוט זי אַ שמײכל און פֿרעגט רעטאָריש, ציטירנדיק — נאָר מיט אַ ראָבאָטישן קנײטש — אַ פּסוק פֿון משלי: „אַ גוטן ראָבאָט, װער קען געפֿינען?“.
דער דערמאָנטער פּסוק פֿון משלי (ל״א, י׳) איז דער אָנהײב פֿון אַ לויבגעזאַנג צו דער „אשת־חיל“, װאָס װערט געזונגען פֿרײַטיק צו נאַכטס בײַם שבת־טיש:
אֵשֶׁת־חַיִל, מִי יִמְצָא; וְרָחֹק מִפְּנִינִים מִכְרָהּ.
טײַטש: אַן אשת־חיל, װער קען געפֿינען? און העכער פֿון פּערל איז איר װערט.
דער ייִדישער נוסח װאָס נעמי אַדאַפּטירט — „אַן אשת־חיל, װער קען געפֿינען?“ — נעמט זיך פֿון דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון תּנך פֿון יהואש־שלמה בלומגאַרטן, באַקאַנט אונטערן פּעננאָמען יהואש. געבוירן אין 1872 אין דער ליטע האָט ער יונגערהײט אַריבערגעװאַנדערט קײן ניו־יאָרק װוּ ער איז באַקאַנט געװאָרן װי אַ ייִדישער פּאָעט, שרײַבער, און געלערנטער. צום בעסטן געדענקט מען אים פֿאַר זײַן מײַסטערדיקער איבערזעצונג פֿון גאַנץ תּנך אויף אַ מאָדערנעם ליטעראַרישן ייִדיש, אַ װערק װאָס איז טיף אײַנגעװאָרצלט אין דער לאַנגער ייִדישער טראַדיציע פֿון פֿאַרטײַטשן און אויסטײַטשן די פּסוקים. װען יהואשעס תּנך איז פּובליקירט געװאָרן אין די 1920ער יאָרן האָבן אים באַגריסט מיט ענטוזיאַזם אי װעלטלעכע, אי פֿרומע לײענערס װי אַ מײַסטערװערק און אַ װיכטיקע בײַשטײַערונג צום ייִדישן ליטעראַרישן קאַנאָן.
מיר זעען אַזוי אַרום אַז הינטער נעמיס אַלוזיע צום פּסוק אין משלי שטעקט אַ ברײטע נעץ פֿון קולטורעלע פֿאַרבינדונגען: פֿונעם אוראַלטן לשון פֿון תּנך צו יהואשעס פּראַכטפֿולער איבערזעצונג ביזן מינהג פֿון זינגען „אשת־חיל“ בײַם שבת־טיש.