נאָך פּרטים

דער װערטער־סדר אין צונױפֿגעזעצטע זאַצן

אין 5.3 נאָך פּרטים האָבן מיר באַמערקט אַז אַ צונױפֿגעזעצטער זאַץ באַשטײט פֿון כאָטש צװײ זאַצן, אָפֿט צוזאַמענגעבונדן מיט אַ קאָניונקציע צי קאָניונקציעס. דאָרט האָבן מיר דערמאָנט אָבער נישט דערקלערט דעם װערטער־סדר װען דער צונױפֿגעזעצטער זאַץ הײבט זיך אָן מיט דער קאָניונקציע. פֿאַרגלײַכט למשל:

  • נעמי קען נישט שפּילן אין קױשבאָל װען זי האָט אַ סך הײמאַרבעט.
  • װען זי האָט אַ סך הײמאַרבעט, קען נעמי נישט שפּילן אין קױשבאָל.

װען דער צונױפֿגעזעצטער זאַץ הײבט זיך אָן מיט דער קאָניונקציע װען, בײַט זיך דער סדר פֿון װערב און סוביעקט אינעם צװײטן פֿון די צװײ פֿאַרבונדענע זאַצן: קען נעמי (אַנשטאָט נעמי קען). אַזאַ װערטער־סדר קומט פֿאָר אין צונױפֿגעזעצטע זאַצן װאָס הײבן זיך אָן מיט געװיסע קאָניונקציעס. מע קען דאָס פֿאַרשטײן אַזױ:

בײַזאַץ און הױפּטזאַץ

מע רופֿט דעם טײל פֿון זאַץ מיט דער קאָניונקציע דעם בײַזאַץ; דעם אַנדערן טײל רופֿט מען דעם הױפּטזאַץ:

[בײַזאַץ:] װען זי האָט אַ סך הײמאַרבעט,

[הױפּטזאַץ:] קען נעמי נישט שפּילן אין קױשבאָל.

די באַצײכענונג איז אױך גילטיק װען די קאָניונקציע איז אין מיטן זאַץ:

[הױפּטזאַץ:] נעמי קען נישט שפּילן אין קױשבאָל

[בײַזאַץ:] װען זי האָט אַ סך הײמאַרבעט.

װערטער־סדר אין אַ צונױפֿגעזעצטן זאַץ מיט אַ בײַזאַץ און אַ הױפּטזאַץ

װי מיר האָבן געזען אין 5.3 נאָך פּרטים, איז די קאָניונקציע נישט קײן זאַצאײנס און יעדער פֿון די זאַצן װאָס זי פֿאַרבינדט האָט זיך זײַן אײגענעם װערטער־סדר. לױט דער סכעמע װאָס מיר האָבן באַשריבן אין 5.3 נאָך פּרטים איז דער װערטער־סדר פֿון אונדזער משל־זאַץ אַזאַ:

1 2 6 7 8 0 1 2 8
נעמי קען נישט שפּילן אין קױשבאָל װען זי האָט אַ סך הײמאַרבעט.

װען דער בײַזאַץ קומט פֿאַרן הױפּטזאַץ װערט דער גאַנצער בײַזאַץ פֿאַררעכנט פֿאַרן ערשטן זאַצאײנס אינעם הױפּטזאַץ, און דער װערב (פֿונעם הױפּטזאַץ) קומט גלײַך נאָכן בײַזאַץ, אױפֿן צװײטן אָרט פֿונעם הױפּטזאַץ:

סדר אין הױפּטזאַץ 1 2 3 6 7 8
סדר אין בײַזאַץ 0 1 2 8
װען נעמי האָט אַ סך הײמאַרבעט קען זי נישט שפּילן אין קױשבאָל.

קאָניונקציעס װאָס פֿירן אַרײַן אַ בײַזאַץ

מיר קענען שױן עטלעכע קאָניונקציעס װאָס פֿירן אַרײַן אַ בײַזאַץ:

װען, װײַל, אױב, כאָטש, אַז

װען אַ זאַץ הײבט זיך אָן מיט אָט די קאָניונקציעס, האָט ער דעם סדר פֿון „אַ בײַזאַץ פּלוס אַ הױפּטזאַץ". אָט זײַנען עטלעכע בײַשפּילן פֿון ייִדישפּאָפּ־לעקציעס:

  • װען מענדל װעט זײַן דאָ, װעלן מיר טאָן אַ סך זאַכן צוזאַמען. (3.4)
  • װען איך האָב דיך נישט לאַנג געזען, ביסטו דאָך געװען געזונט און שטאַרק! (5.3)
  • אױב מיר האָבן לאָקשן, קענען מיר מאַכן אַ לאָקשן־קוגל. (װאָקאַבולאַר 5.5)
  • כאָטש ער לאַכט נישט אױפֿן בילד, איז דער עלטער־זײדע געװען אַ פֿרײלעכער מענטש. (6.1)

באַמערקט:

  • אַ בײַזאַץ מיט װײַל קומט געװײנטלעך נאָכן הױפּטזאַץ, און נאָר זעלטן פֿאַר אים.
  • די קאָניונקציע אַז אָנהײב זאַץ האָט אַן ענלעכן באַטײַט װי אױב. למשל:

    • אַז די לערערין װעט נישט געבן צו פֿיל הײמאַרבעט, װעל איך הײַנט באַקן קיכעלעך.

    די קאָניונקציע װען האָט אױך אַ מאָל אַזאַ באַטײַט (זען װעגן תּנאַי־זאַצן אין 6.3 נאָך פּרטים).

קאָניונקציעס װאָס פֿאַרבינדן צװײ הױפּטזאַצן

די קאָניונקציעס און, אָבער, אָדער פֿירן נישט אַרײַן קײן בײַזאַץ, קען מען זאָגן אַז זײ פֿאַרבינדן צװײ הױפּטזאַצן. אױב זײ שטײען אין אָנהײב זאַץ איז געװײנטלעך דאָ אַ פֿאַרבינדונג מיט עפּעס פֿון פֿריִער. למשל:

נעמי:
הײַנט האָב איך געדענקט צו ברענגען מײַן העפֿט אין שול.
די מאַמע:
און דײַן מיטאָג האָסטו אױך נישט פֿאַרגעסן!
נעמי:
װילסט קומען, פּערל? איך גײ אין װאַלד.
פּערל:
אָבער מיר האָבן דאָך אַ סך הײמאַרבעט און עס װעט באַלד זײַן נאַכט!

פֿלעג: אַמאָליקע איבערגעחזרטע טוּונגען

  • די עלטער־באָבע פֿלעגט אַלע פֿרײַטיק באַקן אַ בולבע־קוגל אױף שבת.
  • װען איך בין געװען קלײן, פֿלעגן טאַטע־מאַמע מיר לײענען אַ סך מעשׂיות.
  • אַ מאָל פֿלעג איך שפּילן אין קױשבאָל מיט מאָבין אַלע זונטיק, אָבער איצט האָב איך צו פֿיל הײמאַרבעט.
  • באָבעניו, פֿלעגסט טאַקע באַקן קיכעלעך אַלע פֿרײַטיק װען די מאַמע איז געװען קלײן?

די פֿאָרמע:

דער באַטײַט:

  • אין זאַצן מיט פֿלעג קומען אָפֿט צײַטאַדװערבן װאָס װײַזן אָן אױף איבערחזרונג, למשל אַלע [טאָג, שבת, יאָר…], שטענדיק, אָפֿט, געװײנטלעך, זעלטן, אַ מאָל (= נישט אַלע מאָל אָבער מער װי אײן מאָל).
  • מע טרעפֿט אױך אָפֿט מיט פֿלעג אַזעלכע אַדװערבן װי פֿריִער און אַ מאָל (= פֿריִער) װאָס הײבן אַרױס דעם פֿאַקט װאָס מע טוט שוין נישט אָט די [איבערגעחזרטע] טוּונג.

באַמערקט די צװײ באַטײַטן פֿונעם אַדװערב אַ מאָל, אַ נײַעם װאָקאַבל אין לעקציע 6.1:

  1. נישט אַלע מאָל אָבער מער װי אײן מאָל, למשל:
    • אַלע טאָג עס איך פֿרוכט, אַ מאָל אַן עפּל און אַ מאָל אַ באַנאַנע.
  2. פֿריִער, אין עבֿר, למשל:
    • אַ מאָל פֿלעגט דער טאַטע שפּילן אין קױשבאָל, אָבער איצט שפּילט ער נאָר אין טעניס.

אינעם פֿילם פֿון דער לעקציע װערט אַ מאָל געניצט נאָר מיטן ערשטן באַטײַט.

דער פּאָסעסיװ

דער פּאָסעסיװ גיט איבער צו װעמען עפּעס געהערט.

פּערזאָן־נעמען

  • נעמיס שװעסטער
  • פּערלס בילד
  • מאירקעס היטל

צו אַ פּערזאָן־נאָמען גיט מען צו די בײַ פּאָסעסיװ־ענדונג –⁠ס.

אױב דער נאָמען ענדיקט זיך אױף –⁠ז, –⁠זש, –⁠ס, –⁠שׂ, –⁠ת, –⁠ש, –⁠ץ, –⁠טש, –⁠דזש, –⁠דז גיט מען צו די ענדונג –⁠עס, למשל:

  • לײזער־הירשעס משפּחה
  • י. ל. פּרצעס מעשׂיות

אױב דער נאָמען ענדיקט זיך אױף –⁠ס און דער טראָפּ איז אױפֿן לעצטן טראַף, װײַזט מען אָן שריפֿטלעך אױפֿן פּאָסעסיװ מיט אַן אַפּאָסטראָף:

  • לערער װײַס׳ ביכער (אַרױסגערעדט /װײַס/ אָדער /װײַסעס/)

באַלעבטע סובסטאַנטיװן

די פּאָסעסיװ־ענדונג –⁠ס קען מען אױך ניצן מיט אַ סובסטאַנטיװ, נישט קײן פּערזאָן־נאָמען, װאָס באַציט זיך צו אַ לעבעדיק באַשעפֿעניש (אַ מענטש צי אַ חיה). אַרטיקלען און אַדיעקטיװן װאָס ציִען זיך צום סובסטאַנטיװ האָבן די פֿאָרמע פֿון דאַטיװ.

אַ מאָל צוליב סטיליסטישע סיבות דריקט מען אויס אַזאַ פּאָסעסיװע באַציִונג מיט דער פּרעפּאָזיציע פֿון; באַמערקט אַז אַרטיקלען און אַדיעקטיװ־ענדונגען זײַנען די זעלבע אינעם פּאָסעסיװ און אין דער קאָנסטרוקציע מיט פֿון. למשל:

  • דעם רבֿס סוכּה (די סוכּה פֿון דעם רבֿ)
  • דער חבֿרטעס אתרוג (דער אתרוג פֿון דער חבֿרטע)
  • דעם ייִנגלס פּילקע (די פּילקע פֿון דעם ייִנגל)
  • דעם הױכן לערערס בוך (דאָס בוך פֿון דעם הױכן לערער)
  • דער יונגער לערערינס רוקזאַק (דער רוקזאַק פֿון דער יונגער לערערין)
  • דעם הונגעריקן הינטלס עסן (דאָס עסן פֿון דעם הונגעריקן הינטל)

װי מע זעט אין די בײַשפּילן דאָ אױבן, קומט דער פּאָסעסיװ אױפֿן אָרט פֿונעם געװיסיקן אַרטיקל װאָס ציט זיך צו דער „פֿאַרמאָגטער“ זאַך; אַזױ איז נישט דער פֿאַל אין דער קאָנסטרוקציע מיט פֿון. למשל:

  • דעם רבֿס סוכּהדי סוכּה פֿון דעם רבֿ
  • דער חבֿרטעס אתרוגדער אתרוג פֿון דער חבֿרטע
  • אַ כּלי־זמרס היטלדאָס היטל פֿון אַ כּלי־זמר

די פֿאָרמע פֿון פּאָסעסיװ בײַט זיך נישט מיטן מין, צאָל צי בײגפֿאַל פֿונעם סובסטאַנטיװ װאָס נאָך אים. דאָס הײסט למשל אַז דער פּאָסעסיװ דעם ברודערס ניצט מען מיט סובסטאַנטיװן פֿון אַלע מינים:

  • [דער עפּל:] דעם ברודערס עפּל
  • [די באַנאַנע:] דעם ברודערס באַנאַנע
  • [דאָס ברױט:] דעם ברודערס ברױט

מיט אײנצאָל און מערצאָל:

  • דעם ברודערס קיכעלע
  • דעם ברודערס קיכעלעך

און מיט סובסטאַנטיװן אין אַלע בײגפֿאַלן:

  • דעם ברודערס זשאַבע ליגט אױף דער סאָפֿע.
  • די מאַמע װאַשט דעם ברודערס זשאַבע.
  • ליבע שלאָפֿט לעבן דעם ברודערס זשאַבע.

טאַטנס, זײדנס, מאַמעס, באָבעס

מיר האָבן שױן געלערנט װען מע גיט צו אַ –⁠ן צו די סובסטאַנטיװן טאַטע, זײדע, מאַמע, באָבע (זען 5.2 נאָך פּרטים). דער –⁠ן געפֿינט זיך אין די פּאָסעסיװ־פֿאָרמעס פֿון טאַטע און זײדע, אָבער נישט אין די פֿון מאַמע און באָבע:

  • דעם טאַטנס שמײכל (דער שמײכל פֿון דעם טאַטן)
  • דעם זײדנס מתּנה (די מתּנה פֿון דעם זײדן)
  • דער מאַמעס פֿראַגע (די פֿראַגע פֿון דער מאַמען)
  • דער באָבעס פּושקע (די פּושקע פֿון דער באָבען)

אױך בײַם פֿרעגװאָרט װער בױט מען די פּאָסעסיװ־פֿאָרמע לױטן דאַטיװ װעמען:

װעמע(נ)ס פּילקע איז דאָס?

– ס׳איז מאָביס פּילקע.

װען מע ניצט נישט דעם פּאָסעסיװ

מיט אומבאַלעבטע אָדער אַבסטראַקטע סובסטאַנטיװן ניצט מען זעלטן די פּאָסעסיװ־ענדונג –⁠ס. גיכער ניצט מען די קאָנסטרוקציע מיט פֿון, למשל:

  • די טיר פֿון דער שטוב
  • די עפּל פֿונעם בױם

מיט סובסטאַנטיװן אין מערצאָל קומט מערסטנס די קאָנסטרוקציע מיט פֿון, כאָטש מיט באַלעבטע סובסטאַנטיװן טרעפֿט מען אױך די פּאָסעסיװ־ענדונג –⁠ס:

  • די עפּל פֿון די בײמער
  • די ביכער פֿון די קינדער (אױך: די קינדערס ביכער)

אַ מער פּרטימדיקע באַשרײַבונג פֿון דער טעמע „פּאָסעסיװ“ געפֿינט זיך אין שבֿע צוקערס לערנביכל ייִדיש, אַן אַרײַנפֿיר: לשון, ליטעראַטור און קולטור, באַנד 2, זז' 201–204.

דער ריכטונג־קאָנװערב צו מיט דער פּרעפּאָזיציע צו

  • זעץ זיך צו צו מיר!
  • יאַנקל איז צוגעגאַנגען צו דער טיר, אָבער ער איז נישט אַרױס פֿון צימער.

דער ריכטונג־קאָנװערב צו װײַזט אָן אױף אַ באַװעגונג אין דער ריכטונג פֿון אַ געװיסן ציל. מיט דער פּרעפּאָזיציע צו װײַזט מען אָן אױפֿן ציל אַלײן: אין די משל־זאַצן דאָ אױבן „צו מיר“, „צו דער טיר“.

פּרטימדיקערע דערקלערונגען װעגן דעם קאָנװערב צו און דער פּרעפּאָזיציע צו קען מען לײענען אין 6.2 נאָך פּרטים.

אַן אַנדער

[דער פֿעטער] אַן אַנדער פֿעטער
[די פּושקע] אַן אַנדער פּושקע
[דאָס שטעטל] אַן אַנדער שטעטל

װי מיר האָבן שױן געלערנט, האָט אַן אַדיעקטיװ די נולענדונג װען ער קומט נאָכן אומגעװיסיקן אַרטיקל אַ און פֿאַר אַ נײטראַלן סובסטאַנטיװ, למשל גוט אין אַ גוט בוך (זען 5.5 נאָך פּרטים). דער אַדיעקטיװ אַנדער, װען ער קומט מיטן אומגעװיסיקן אַרטיקל בײַ אַ סובסטאַנטיװ אין אײנצאָל, האָט זײער אָפֿט די נולענדונג – אומאָפּהענגיק פֿון מין צי בײגפֿאַל. מע קען באַטראַכטן די װערטערפּאָרן אַן אַנדער און קײן אַנדער װי אינװאַריאַנטן. אָט למשל:

  • נײן, נישט דעם זינגער. כ׳האָב געהערט אַן אַנדער זינגער, אָבער איך געדענק נישט װי ער הײסט.
  • אין דער פּושקע איז שױן דאָ אַ סך געלט. לײג בעסער אַרײַן דײַן צדקה־געלט אין אַן אַנדער פּושקע.
  • קײן אַנדער טײ האָב איך נישט. אױב דו האָסט נישט ליב די טײ קענסטו טרינקען מילך אָדער װאַסער.

מיטן געװיסיקן אַרטיקל און אין מערצאָל קומט אַנדער מיט די געװײנטלעכע ענדונגען:

  • דער אַנדערער פֿעטער
  • די אַנדערע פּושקע
  • דאָס אַנדערע שטעטל
  • נעם דעם אַנדערן שירעם.
  • אַנדערע מענטשן
  • די אַנדערע מענטשן

דער אױסרוף „װאָס פֿאַר אַ…“

װען נעמי װיל קאָמענטירן װי שטאַרק עס געפֿעלט איר דער עלטער־באָבעס שמײכל באַניצט זי זיך מיט אַן אױסרוף װאָס הײבט זיך אָן מיט די װערטער װאָס פֿאַר אַ:

  • װאָס פֿאַר אַ שײנעם שמײכל זי האָט!

אָט זײַנען נאָך עטלעכע בײַשפּילן װוּ װאָס פֿאַר אַ הײבט אַרױס אַ סובסטאַנטיװ־פֿראַזע אין אַן אױסרוף. באַמערקט אַז דער בײגפֿאַל פֿון אַ סובסטאַנטיװ נאָך דער אױסרוף־פֿראַזע װאָס פֿאַר אַ װערט נישט באַשטימט פֿון דער פּרעפּאָזיציע פֿאַר, נאָר פֿון דער ראָלע װאָס דער סובסטאַנטיװ שפּילט אין זאַץ.

  • װאָס פֿאַר אַ שײנע מתּנה באָבע־זײדע האָבן מיר געגעבן!
  • װאָס פֿאַר אַ שרעקלעכן טאָג איך האָב הײַנט געהאַט!
  • װאָס פֿאַר אַ שטאַרקער רעגן עס גײט!
  • װאָס פֿאַר אַ זינגער ער איז!
  • װאָס פֿאַר אַ געשמאַקע חלות דו האָסט הײַנט געבאַקן!
  • װאָס פֿאַר אַן אינטערעסאַנטע פֿראַגעס איר האָט דאָ געשטעלט!

באַמערקט אַז מיט אַ סובסטאַנטיװ אין מערצאָל קען (אָבער מוז נישט!) אַרױספֿאַלן דער אַ:

  • װאָס פֿאַר געשמאַקע חלות דו האָסט הײַנט געבאַקן!
  • װאָס פֿאַר אינטערעסאַנטע פֿראַגעס איר האָט דאָ געשטעלט!

דער װערטער־סדר מיט דער אינטאָנאַציע מאַכן קלאָר אַז דאָ האָט מען צו טאָן מיט אַן אױסרוף און נישט מיט קײן פֿראַגע. דער װערטער־סדר איז דער זעלבער װי אין אַן אומדירעקטער פֿראַגע: דאָס הײסט אַז עס װערן נישט גערעכנט װי קײן זאַצאײנס דאָס פֿרעגװאָרט און די װערטער װאָס זײַנען מיט אים פֿאַרבונדן. די אינטאָנאַציע שײדט אָבער אונטער צװישן אַן אומדירעקטער פֿראַגע און אַן אױסרוף.

װעגן דעם װערטער־סדר אין אומדירעקטע פֿראַגעס האָבן מיר געשריבן אין 5.3 נאָך פּרטים. דאָ באַניצן מיר זיך מיט דער זעלבער סכעמע צו װײַזן װי דער װערטער־סדר פֿון אַן אױסרוף פֿאַרגלײַכט זיך מיט דעם פֿון אַ דירעקטער און פֿון אַן אומדירעקטער פֿראַגע. מע קען הערן די אינטאָנאַציע פֿון די װײַטערדיקע בײַשפּילן דאָ.

דירעקטע פֿראַגע
1 2 3
װאָס פֿאַר אַ שמײכל האָט זי?
אומדירעקטע פֿראַגע
1 2 6 0 1 2
איך װײס נישט װאָס פֿאַר אַ שמײכל זי האָט.
אױסרוף
0 1 2
װאָס פֿאַר אַ שײנעם שמײכל זי האָט!

דער דאָזיקער װערטער־סדר געפֿינט זיך אין פֿאַרשײדענע אױסרופֿן, נישט נאָר מיט „װאָס פֿאַר אַ“. אָט איז למשל אַן אױסרוף ענלעך צו דעם װאָס נעמי זאָגט אינעם פֿילם פֿון דער איצטיקער לעקציע װעגן אַ בילד פֿון זײדן:

0 1 2
װי יונג ער איז!

אַזױ

דאָס װערטעלע אַזױ באַװײַזט זיך עטלעכע מאָל אין דער לעקציע, איז איצט אַ גוטער מאָמענט צו געבן אַן איבערבליק איבער די פֿאַרשײדענע אופֿנים אױף װעלכע דאָס װאָרט װערט באַניצט און איז באַניצט געװאָרן אין די ייִדישפּאָפּ־פֿילמען.

אַדװערב: אַזױ – „אױף דעם אופֿן“

  • שפּרינגט אַזױ! (2.1, אַזױ זאָגט נעמי װען זי װײַזט מאָבין און מאירקען װי צו שפּרינגען).
  • מיר קענען נישט אַרױסגײן אַזױ (4.1, נעמי גיט איבער מאָבין אַז ס׳איז צו קאַלט אַרױסצוגײן אָן אַ מאַנטל).
  • אַזױ האָב איך נאָך געקענט געבן עלף אױף צדקה (5.5, נעמי האָט ערשט דערקלערט איר באַשלוס צו קױפֿן די שאַל אַנשטאָט דעם קלײד, כּדי עס זאָל בלײַבן געלט אױף צדקה).

אױסרוף: „אָט אַזױ!“ – „גוט געטאָן!“ / „אַזױ איז גוט!“

  • נעמי רופֿט אױס „אָט אַזױ“ װען מאָבי שפּרינגט אַריבער די באַריערן אין 2.1.
  • װען נעמי לײענט װעגן אַ הון אין לעקציע 3.5 און יאַנקל דערלאַנגט אַ שפּילכל אַ הון, זאָגט זי „אָט אַזױ!“.
  • דער פֿילם פֿון דער איצטיקער לעקציע ענדיקט זיך מיט די װערטער „אָט אַזױ“: נעמי װיל איבערגעבן װי גוט עס איז דאָס בילד פֿון איר מיט מאָבין, װי שײן עס איז אַז מאָבי זאָל זײַן אַ טײל פֿון איר משפּחה, און אַז מע האָט שױן עפּעס אױפֿגעטאָן, מאָבי זאָל נישט זײַן טרױעריק אַז ער האָט נישט קײן אײגענע שװעסטערקינדער.

פֿאַרגלײַך

אַזױ קען אָנװײַזן אױף אַ פֿאַרגלײַך (אַ דערזאָגטן צי נישט־דערזאָגטן), למשל:

  • נאָך דעם איז מיר װײַטער געגאַנגען אַזױ שרעקלעך (5.4, נעמי מײנט: אין פֿאַרגלײַך מיט פֿריִער).
  • פּאַװעס זײַנען נישט אַזױ קאָמיש (5.1, אין פֿאַרגלײַך מיט מאַלפּעס).

מע פֿירט אײַן דעם צװײטן טײל פֿון אַ פֿאַרגלײַך מיטן װאָרט װי. למשל:

  • דאָס בילד איז אַזױ אַלט װי די באָבע.
  • נעמי איז נישט אַזױ הױך װי מאָבי.
  • פּאַװעס זײַנען נישט אַזױ קאָמיש װי מאַלפּעס.

פֿאַרשטאַרקװאָרט

אַזױ איז אױך אַ פֿאַרשטאַרקװאָרט, ענלעך צו זײער, אָבער װאָס גיט צו מער עמפֿאַטישקײט און אָפֿט אַ געפֿיל פֿון באַװוּנדערונג אָדער חידוש. אָט זײַנען עטלעכע בײַשפּילן װוּ אַזױ פֿאַרשטאַרקט אַן אַדיעקטיװ צי אַן אַדװערב:

  • אַזױ שײן! אַ פּאַװע! (4.2, װען נעמי דערזעט די פּאַװע)
  • דײַנע שטעקלעך שטײען אַזױ גלײַך… (2.5)
  • לאה און חנן װילן חתונה האָבן… אָבער זײ קענען נישט. אַזױ טרױעריק! (4.5)
  • אַזױ פֿיל האָב איך הײַנט פֿאַרגעסן! (5.4)

דאָס פֿאַרשטאַרקװאָרט אַזױ טרעפֿט זיך אױך מיט װערבן, מיטן באַטײַט „זײער שטאַרק“. למשל:

  • איך האָב אַזױ ליב פּורים. (4.4)
  • איך װיל אַזױ שפּילן אין קױשבאָל! מאָבי, קענסט קומען איצט?

נאָכן פֿאַרשטאַרקװאָרט אַזױ קען מען אָנװײַזן אױף אַ רעזולטאַט אָדער קאָנסעקװענץ מיטן װאָרט אַז, למשל:

  • אין לעקציע 3.5 לײענט נעמי פֿאָר פֿון דער מעשׂה:

    • – מײַן שטוב איז אַזױ ענג! – זאָגט די פֿרױ. – איך קען אַפֿילו נישט שטײן גלײַך.

    די פֿרױ האָט געקענט פֿאַרבינדן אירע צװײ זאַצן מיט אַז, אָנװײַזנדיק אַז דאָס נישט קענען שטײן גלײַך איז דער רעזולטאַט פֿון דער ענגשאַפֿט:

    • – מײַן שטוב איז אַזױ ענג אַז איך קען אַפֿילו נישט שטײן גלײַך!

לאָמיר נישט פֿאַרגעסן די פֿראַזע זײַ אַזױ גוט / זײַט אַזױ גוט װאָס באַגלײט אַ העפֿלעכע בקשה.

עליו־השלום / עליה־השלום

אינעם פֿילם פון דער איצטיקער לעקציע זאָגט נעמי װעגן זײדע־באָבע פֿון טאַטנס צד:

  • דער זײדע לײזער־הירש עליו־השלום פֿלעגט זאָגן אַז זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן געהאַט אַ גרויסע משפּחה.
  • דאָס איז די באָבע ברכה, עליה־השלום.

אין בײדע פֿאַלן ניצט זי אַן אויסדרוק װאָס אָנערקענט אַז דער דערמאָנטער מענטש איז מער נישט צװישן די לעבעדיקע:

  • עליו־השלום („אויף אים דער שלום“, אַרױסגערעדט /אָלעװאַשאָלעם/) זאָגט מען נאָך אַ פֿאַרשטאָרבענעם.
  • עליה־השלום („אויף איר דער שלום“, אַרױסגערעדט /אָלעהאַשאָלעם/) זאָגט מען נאָך אַ פֿאַרשטאָרבענער.

עס זײַנען דאָ נאָך אַ היפּש ביסל ענלעכע אויסדרוקן, למשל:

  • אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל ער/זי האָבן
  • זאָל זיך מיִען
  • זכרונו לבֿרכה („זײַן אָנדענק זאָל זײַן געבענטשט“), זכרונה לבֿרכה („איר אָנדענק זאָל זײַן געבענטשט“), בײדע אַרױסגערעדט /זיכרױנע ליװראָכע/.

אַזעלכע אויסדרוקן ניצט מען זײער אָפֿט אין ייִדיש, ובפֿרט אַז עס רעדט זיך װעגן אַ מענטש װאָס איז דעם רעדער געװען נאָענעט צום האַרצן.