לײען

בײַם עלטער־זײדן אין שטעטל

לײזער איז בײַ באָבע־זײדע. ער זיצט מיטן זײדן אין סוכּה.

לײזער:
װי שײן עס זײַנען די װענט פֿון אײַער סוכּה מיט די שנה־טובֿות /שאָנע־טױװעס/!
דער זײדע:
יאָ, טאַקע שײן! די באָבע האָט זײ אױפֿגעהאַנגען װײַל זי װיל קוקן אױף די שײנע שנה־טובֿות פֿון חבֿרים און משפּחה בשעת מיר זיצן אין דער סוכּה.
לײזער:
דער זײדע:
דו מיט דײַן קאָמיש הינטל דרײדל. װוּ איז דרײדל? ער איז נישט מיטגעקומען?
לײזער:
יאָ מיטגעקומען – ער שפּילט זיך בײַ אײַך אין גאָרטן.
דער זײדע:
אַ, אױסגעצײכנט! נו, האָסט געשריבן אין דער שנה־טובֿה אַז דו האָסט ליב אַלטע מעשׂיות װעגן דער משפּחה. װילסט הערן אַ מעשׂה װאָס מײַן טאַטע עליו־השלום פֿלעגט דערצײלן װעגן זײַן משפּחהס סוכּה אין שטעטל?
לײזער:
פֿאַרשטײט זיך, דעם עלטער־זײדנס מעשׂיות זײַנען אַלע מאָל אינטערעסאַנט. און דרײדל האָט אַזױ ליב צו זײַן בײַ אײַך אין גאָרטן אַז ער װעט זיך נאָך לאַנג שפּילן, װעל איך קענען הערן אַ סך מעשׂיות!
דער זײדע:
גוט! אײן יאָר האָט דעם טאַטנס משפּחה געבױט אַ סוכּה מיט נידעריקע װענט – אַ קלײנע סוכּה, נאָר אַ שײנע. דער טאַטע האָט געהאָלפֿן צוטראָגן דעם סכך און אַרױפֿלײגן אױפֿן דאַך – לאַנגע, גרינע צװײַגן. די משפּחה האָט געגעסן אין דער סוכּה אין אָװנט, אָבער װען זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי איז אַ העלפֿט פֿונעם סכך נישט געװען! קודם האָבן זײ געמײנט אַז דער װינט האָט אַראָפּגעבלאָזן דעם סכך, אָבער דערנאָך האָבן זײ געזען װי די ציג גײט צו און שלעפּט אַראָפּ אַ צװײַג...
לײזער:
די ציג?
דער זײדע:
יאָ, דעמאָלט האָט דעם טאַטנס משפּחה געהאַט אַ ציג. כאָטש זי האָט געגעסן דעם סכך פֿון זײער סוכּה, האָבן זײ זי זײער ליב געהאַט װײַל זי האָט זײ געגעבן אַ סך מילך. זײ האָבן זי אַזױ ליב געהאַט, אַז װען ס׳איז געװען זײער קאַלט אין דרױסן, האָט זי געמעגט שלאָפֿן אין שטוב.
לײזער:
טאַקע?! זי איז אַ מאָל געשלאָפֿן בײַם עלטער־זײדן אין צימער, אַזױ װי דרײדל שלאָפֿט בײַ מיר?
דער זײדע:
װוּ אין שטוב זי איז געשלאָפֿן װײס איך נישט, אָבער איך װײס יאָ אַז קײן צימער פֿאַר זיך האָט דער טאַטע נישט געהאַט. װען איך בין געװען אַ ייִנגל און איך האָב אים געזאָגט אַז מײַן צימער איז צו קלײן, פֿלעגט ער לאַכן און מיר ענטפֿערן אַז װען ער איז געװען אַ ייִנגל, האָט ער אַפֿילו נישט געחלומט װעגן אַ צימער פֿאַר זיך. זײַן גאַנצע משפּחה פֿון זעקס מענטשן האָט געהאַט צװײ צימערן: אַ קיך און אַ שלאָפֿצימער.
לײזער:
זעקס מענטשן? איך האָב געמײנט אַז דער עלטער־זײדע האָט נאָר געהאַט צװײ ברידער.
דער זײדע:
ער האָט טאַקע געהאַט צװײ ברידער, אָבער נישט נאָר – ער האָט אױך געהאַט אַ שװעסטער.
לײזער:
אַאַאַ... הײסט עס, אַז טאַטע־מאַמע מיט די פֿיר קינדער זײַנען אַלע געשלאָפֿן אין אײן צימער?
דער זײדע:
נײן, פֿינף אין שלאָפֿצימער און אײנער אין קיך. װען דער טאַטע איז געװען זעקס יאָר אַלט, איז אײן ברודער געװען פֿיר, דער אַנדערער צװײ, און דאָס שװעסטערל איז געװען אַן עופֿעלע. ביז דעמאָלט זײַנען אַלע געשלאָפֿן אין שלאָפֿצימער, אָבער װען דאָס שװעסטערל איז אָנגעקומען, האָט דער זײדע גענומען דעם טאַטנס בעט פֿון שלאָפֿצימער און זי אַרײַנגעטראָגן אין קיך, װײַל פֿאַר זעקס מענטשן איז אין שלאָפֿצימער שױן געװען צו ענג.
לײזער:
אַפֿילו פֿאַר פֿינף מענטשן האָט געמוזט זײַן ענג.
דער זײדע:
נו יאָ, אין שטוב איז טאַקע געװען ענג, בײַ נאַכט און אױך בײַ טאָג. דערפֿאַר איז דער טאַטע אַ גאַנצן טאָג נישט געװען אין שטוב – אָדער ער האָט זיך געשפּילט מיט חבֿרים אין דרױסן, אָדער ער איז געװען אין חדר.
לײזער:
אין חדר… איך האָב געזען בילדער פֿון ייִנגלעך אין חדר – זײ זיצן מיטן לערער בײַ אַ לאַנגן טיש.
דער זײדע:
יאָ, ריכטיק, אַזױ האָט דער טאַטע געלערנט. אָבער דער לערער אין חדר האָט דאָך נישט געהײסן „לערער“, נאָר „מלמד“ /מעלאַמעד/.
לײזער:
אַ, איך געדענק שױן. מלמד...אָדער „רבי“, נישט אַזױ?
דער זײדע:
יאָ, טאַקע אַזױ – „מלמד“ אָדער „רבי“. דער טאַטע האָט גוט געדענקט זײַן מלמד, װײַל ער האָט זײער ליב געהאַט די מעשׂיות װאָס דער מלמד פֿלעגט דערצײלן – מעשׂיות װעגן גרױסע רבנים, װעגן אַלטע באָבעס, װעגן חיות, און אַפֿילו װעגן דיבוקים. דער טאַטע האָט אַזױ ליב געהאַט די מעשׂיות אַז ער האָט אַ סך פֿון זײ געדענקט און זײ מיר דערצײלט װען איך בין געװען אַ ייִנגל.
לײזער:
דו פֿלעגסט מיר אױך דערצײלן מעשׂיות װעגן חיות און דיבוקים…דאָס זײַנען געװען דעם עלטער־זײדנס מעשׂיות?
דער זײדע:
יאָ, די מעשׂיות װאָס ער האָט געהערט פֿון זײַן מלמד.
לײזער:
בײַ אונדז אין שול הערן מיר נישט אַזױ פֿיל מעשׂיות…
דער זײדע:
אָבער בײַ אײַך אין שול טוט איר אַ סך אַנדערע זאַכן – איר האָט ספּאָרט, איר לערנט זיך מוזיק, איר מאָלט… דער טאַטע פֿלעגט זאָגן אַז װיפֿל ער האָט געהערט מעשׂיות, איז אים קײן מאָל נישט געװען גענוג. און לערנען איז געװען צו פֿיל – אַ גאַנצן טאָג האָט ער געמוזט לערנען, לערנען, לערנען! עס זײַנען געװען װײניק הפֿסקות, װען די ייִנגלעך האָבן געמעגט זיך שפּילן אין דרױסן.
לײזער:
אױך איך מיט די חבֿרים מײנען אַז די הפֿסקות זײַנען צו װײניק און צו קורץ! מיר האָבן אַזױ ליב צו זײַן אין דרױסן און שפּילן אין קױשבאָל.
דער זײדע:
און דער טאַטע מיט די חבֿרים פֿלעגן שפּילן אין פֿוסבאָל. אַפֿילו װען זײ האָבן נישט געהאַט קײן פּילקע, האָבן זײ געשפּילט – זײ האָבן זיך געמאַכט אַ פּילקע פֿון אַלטע קלײדער.
לײזער:
אוּװאַ!
דער זײדע:
זײ פֿלעגן אױך ליב האָבן אַרױסצוגײן פֿון שטעטל און שפּאַצירן אין װאַלד, אָדער צוגײן צום װאַסער און כאַפּן פֿיש. אױב עס האָט גערעגנט האָבן זײ זיך געשפּילט אַ מאָל אונטער אַ בױם, אַ מאָל טאַקע אין שטוב, אָבער… אײַ, דער טאַטע פֿלעגט לאַכן װען ער האָט דערצײלט װי די מאַמע האָט פֿײַנט געהאַט ייִנגלעך אין קיך בשעת זי קאָכט!
לײזער:
אָבער זי האָט דאָך געלערנט דעם עלטער־זײדן װי צו מאַכן אַ קאַרטאָפֿל־קוגל, און ער האָט דיך געלערנט, און דו מאַכסט ביז הײַנט דער עלטער־עלטער־באָבעס קאַרטאָפֿל־קוגל.
דער זײדע:
אַלץ ריכטיק! דער טאַטע פֿלעגט זאָגן אַז אָן דעם שטיקל קאַרטאָפֿל־קוגל איז דער שבת קײן שבת נישט. אױב דו װילסט, קען איך דיך אױך לערנען װי צו מאַכן דעם שבתדיקן קאַרטאָפֿל־קוגל.
לײזער:
יאָ, אַ דאַנק, זײדעשי, איך װיל! קענסט מיך אױך לערנען װי צו באַקן חלות?
דער זײדע:
נו, דאָס קען דײַן מאַמע – װאָס פֿאַר אַ חלות זי באַקט! מײַן טאַטע האָט נישט געבאַקן קײן חלות, אָבער הער װי ער האָט יאָ געהאָלפֿן דער מאַמען מיט די חלות אין שטעטל. װען אין דרױסן איז געװען הײס, האָט זי אין דער הײם נישט געהײצט דעם אױװן. װי האָט זי דעמאָלט געבאַקן די חלות? דער טאַטע האָט זײ געטראָגן צום בעקער און דער בעקער האָט זײ געבאַקן אין זײַן גרױסן אױװן.
לײזער:
אַזױ אינטערעסאַנט!
דער זײדע:
װײסט װאָס דאָס איז אַ „פּורים־קױלעטש“?
לײזער:
איך װײס אַז פּורים איז דער יום־טובֿ פֿון המן־טאַשן און שלח־מנות, אָבער װאָס איז אַ „קױלעטש“?
דער זײדע:
אַ קױלעטש איז זײער אַ גרױסע חלה. אַלע פּורים פֿלעגט די מאַמע באַקן אַזאַ חלה.
לײזער:
און מע האָט אַרײַנגעלײגט שטיקלעך קױלעטש אין די שלח־מנותן?
דער זײדע:
נײן, דעם קױלעטש האָבן מיר געגעסן אין דער הײם. אױף שלח־מנות האָט מען געגעבן המן־טאַשן, אַנדערע קיכעלעך, און מאַראַנצן.
לײזער:
אין שטעטל זײַנען געװען מאַראַנצן?
דער זײדע:
נו, נישט אױף די בײמער! אָבער לכּבֿוד פּורים האָט מען געקױפֿט מאַראַנצן און זײ אַרײַנגעלײגט אין שלח־מנות. דער טאַטע איז געװען אַ שלח־מנות־טרעגער, דאָס הײסט אַז ער האָט געטראָגן די שלח־מנותן פֿון אַ סך מענטשן, נישט נאָר פֿון זײַן משפּחה, און מע האָט אים געגעבן אַ ביסל געלט. דאָס האָט ער זײער ליב געהאַט.
לײזער:
פֿאַרשטײט זיך.
דער זײדע:
ער האָט אױך ליב געהאַט די פּורים־שפּילער װאָס זײַנען אַרײַנגעגאַנגען צו מענטשן אין שטוב שפּילן טעאַטער.
לײזער:
טעאַטער אין שטוב…?
דער זײדע:
יאָ, אַזױ איז געװען פּורים. די פּורים־שפּילערס זײַנען געגאַנגען צו מענטשן מיט אַ סך געלט און אַ גרױסער שטוב און געשפּילט בײַ זײ. דעם טאַטנס שטוב איז געװען צו קלײן פֿאַר פּורים־שפּילערס, דערפֿאַר האָט ער געמוזט קוקן װי זײ שפּילן בײַ אַנדערע. אַרײַנגײן האָט ער אָבער נישט געטאָרט, איז ער געשטאַנען אין דרױסן בײַם פֿענצטער און אַרײַנגעקוקט.
לײזער:
אוּװאַ, האָט ער טאַקע געװאָלט זען די פּורים־שפּילערס!
דער זײדע:
אַלץ האָט ער געװאָלט זען. ער איז אױך געװען אױף אַלע חתונות /כאַ'סענעס/ אין שטעטל, געקוקט אױף חתן־כּלה /כאָסן־קאַלע/, אױף די כּלי־זמרים, און איז אַפֿילו אַרײַן אין קיך זען װי מע קאָכט און באַקט! ער האָט גוט געדענקט דער מומעס חתונה. לכּבֿוד איר שװעסטער האָט די מאַמע געבאַקן זײער אַ גרױסן קױלעטש און די פֿרױען האָבן געטאַנצט מיט אים. …אײן מינוט! פֿאַר װאָס טאַנצט אַזױ די װאַנט פֿון דער סוכּה?
לײזער:
גיב אַ קוק – ס׳איז דרײדל! ער זוכט אונדז!
דער זײדע:
נו, איך האָב שױן אַ סך דערצײלט. לאָמיר מאַכן אַ הפֿסקה און אַרױסגײן זיך שפּילן מיט דרײדלען. ער װיל כאַפּן אַ פּילקע?
לײזער:
אַ פֿראַגע? לױפֿן און כאַפּן האָט ער זײער ליב! און זײדעשי, איך האָב זײער ליב דײַנע מעשׂיות. אַ דאַנק װאָס דו האָסט אַזױ פֿיל דערצײלט!
1
װאָס האָט לײזער געשריבן דעם זײדן און דער באָבען אין דער שנה־טובֿה?
  1. א
    אַז ער װיל אױפֿהענגען אַלע שנה־טובֿות אין דער סוכּה.
  2. ב
    אַז ער װיל העלפֿן דער באָבען מאַכן שײן די סוכּה.
  3. ג
    אַז ער װיל הערן װעגן דער משפּחה.
  4. ד
    אַז ער װיל דערצײלן קאָמישע מעשׂיות װעגן זײַן הינטל.
2
בשעת לײזער הערט דעם זײדנס מעשׂיות...
  1. א
    איז דרײדל אין דרױסן.
  2. ב
    ליגט דרײדל אין סוכּה.
  3. ג
    כאַפּט דרײדל אַ פּילקע.
  4. ד
    איז דרײדל מיט דער באָבען.
3
די ציג האָט געקענט עסן דעם סכך פֿונעם עלטער־זײדנס סוכּה װײַל...
  1. א
    זי האָט אַרױפֿגעקלעטערט אױף אַ װאַנט.
  2. ב
    דער דאַך איז נישט געװען הױך.
  3. ג
    די צװײַגן זײַנען אַראָפּגעפֿאַלן בשעת די משפּחה איז געשלאָפֿן.
  4. ד
    דער װינט האָט אַראָפּגעבלאָזן די צװײַגן פֿון דאַך.
4
װוּ איז דער עלטער־זײדע געשלאָפֿן װען ער איז געװען אַ ייִנגל?
  1. א
    בײַ זיך אין צימער
  2. ב
    בײַ דער ציג
  3. ג
    קודם מיט טאַטע־מאַמע, דערנאָך מיט די ברידער
  4. ד
    קודם אין שלאָפֿצימער, דערנאָך אין קיך
5
װען דער עלטער־זײדע איז געװען צװעלף יאָר אַלט,
  1. א
    איז די שװעסטער געװען אַן עופֿעלע.
  2. ב
    איז די שװעסטער געװען צװײ יאָר אַלט.
  3. ג
    איז די שװעסטער געװען זעקס יאָר אַלט.
  4. ד
    איז די שװעסטער געװען זעכצן יאָר אַלט.
6
אין חדר האָט דער עלטער־זײדע ליב געהאַט...
  1. א
    צו לערנען אַ גאַנצן טאָג.
  2. ב
    צו זיצן בײַם לאַנגן טיש.
  3. ג
    צו דערצײלן מעשׂיות.
  4. ד
    צו הערן װי דער רבי דערצײלט מעשׂיות.
7
לײזער און דער עלטער־זײדע האָבן בײדע ליב...
  1. א
    לאַנגע הפֿסקות.
  2. ב
    מוזיק.
  3. ג
    פֿוסבאָל.
  4. ד
    צו גײן שפּאַצירן אין װאַלד.
8
דער בעקער האָט געבאַקן דער עלטער־עלטער־באָבעס חלות אין זײַן גרױסן אױװן...
  1. א
    װען די חלות זײַנען געװען צו גרױס צו באַקן אין שטוב.
  2. ב
    װען ס׳איז געװען צו הײס צו באַקן אין שטוב.
  3. ג
    װײַל ס׳איז נישט געװען קײן אױװן אין שטוב.
  4. ד
    װײַל אין שטוב האָט מען געבאַקן דעם קאַרטאָפֿל־קוגל.
9
פּורים האָט דער עלטער־זײדע געהאַט אַ ביסל געלט װײַל…
  1. א
    ער האָט געקױפֿט מאַראַנצן פֿאַר די שלח־מנותן.
  2. ב
    עס האָט געקאָסט געלט צו זען די פּורים־שפּילער.
  3. ג
    ער האָט געשפּילט צוזאַמען מיט די פּורים־שפּילער.
  4. ד
    ער האָט געטראָגן שלח־מנותן פֿאַר אַנדערע משפּחות.
10
װען דרײדל קומט צו צו דער סוכּה...
  1. א
    ברענגט ער אַ פּילקע.
  2. ב
    טאַנצט דער זײדע.
  3. ג
    גײען לײזער מיטן זײדן אַרױס פֿון דער סוכּה.
  4. ד
    דערצײלט דער זײדע װעגן אַ הינטל אין שטעטל.