קולטור

דער ייִדישער טעאַטער און דאָס שטעטל Image

דער ייִדישער טעאַטער און דאָס שטעטל — צװײ צװײַגן פֿון נעמיס משפּחה

װי עס איז צו דערקענען פֿון נעמיס משפּחה־פֿאָטאָגראַפֿיעס אין דעם פֿילם, שטאַמט נעמיס פֿאַרצװײַגטע משפּחה אָפּ פֿון כּלערלײ ערטער, און שפּיגלט אָפּ איבער דורות אַ ברײטע גאַמע הינטערגרונטן און אינטערעסן. דאָס דעמאָגראַפֿישע בילד פֿון ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות איז אַ שטאַרק פֿאַרשיידנאַרטיקס — מען טרעפֿט סײַ שטאָטישע טיפּן סײַ דאָרפֿישע, רײַכע און אָרעמע, פֿרומע און פֿרײַע, און װאָס נישט? דאָ װעלן מיר זיך אָפּשטעלן אויף דער סבֿיבֿה פֿון צװײ ספּעציפֿישע צװײַגן אין נעמיס משפּחה: דער ייִדישער טעאַטער אין ניו־יאָרק, און דאָס מיזרח־אײראָפּעיִשע שטעטל.

נעמיס עלטער־באָבע זעלדע װערט געשילדערט װי אַ זינגערין און אַרטיסטקע בעת דער גאָלדענער תּקופֿה פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק. אינעם פֿילם זעען מיר אַן אַפֿיש װאָס אַנאָנסירט אַ פֿאָרשטעלונג אינעם „סעקאָנד עװעניו טעאַטער“, אײנעם פֿון די פֿילצאָליקע פּאָפּולערע ייִדישע טעאַטערס אין ניו־יאָרק. די שטאָט איז געװען אַ װיכטיקער צענטער פֿון ייִדישן טעאַטער זינט די 1880ער יאָרן, װען אַ כװאַליע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אײראָפּע האָט געבראַכט מיט זיך ייִדיש־רעדנדיקע אַרטיסטן און רעזשיסאָרן, און אַ גרויסן פּובליקום ענטוזיאַסטישע טעאַטער־גײערס. דער ייִדישער טעאַטער האָט געהאָלפֿן די אימיגראַנטן װערן הײמיש אין דער נײַער סבֿיבֿה און בשעת־מעשֹה אָנהאַלטן אַ גײַסטיקע פֿאַרבינדונג מיט דער אַלטער הײם אין אײראָפּע. ביז די 1910ער און 1920ער יאָרן האָט מען געװײנטלעך געקענט אין אײן אָװנט זען: קלאַסישע און אָריגינעלע פּיעסעס, דראַמעס, אָפּערעטעס, קאָמעדיעס, װי אויך מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונגען און װאָדעװיל. דער פֿאָלקסבינע־טעאַטער, געגרינדט אין 1915, פֿירט נאָך אויף ביזן הײַנטיקן טאָג פֿאָרשטעלונגען אויף דער בינע אין ניו־יאָרק און אָנלײַן.

אויף אַ צװײטער צװײַג פֿון נעמיס משפּחה טרעפֿן מיר גאָר אַן אַנדער סבֿיבֿה. דאָ זעען מיר נעמיס אַן עלטער־באָבע װי אַ יונג מײדעלע מיט איר ברודער אין אַ שטעטל אין דער פֿאַרמלחמהדיקער מיזרח־אײראָפּע. דאָס װאָרט „שטעטל“ קען טאַקע באַצײכענען יעדע קלענערע שטאָט אָבער אַז עס גײט אינעם ייִדישן לעבן אין מיזרח־אײראָפּע מײנט מען דער עיקר אַזעלכע ייִשובֿים װוּ ייִדן האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ באַטײַטיקן טײל פֿון דער באַפֿעלקערונג. להיפּוך צו דעם קלענערן דאָרף, האָט אַ שטעטל פֿאַרמאָגט אַלע װיכטיקסטע ייִדישע אינסטיטוציעס: כאָטש אײן שול, אַ מיקווה, אַ בית־עולם, קהלשע חבֿרות, און חדרים. אָבער אַקעגן אַ שטאָט האָבן די ייִדן פֿון אַ שטעטל מערסטן טײל געקענט אײנער דעם צװײטן.

אין דער מאָדערנער צײַט, אָנהײבנדיק אין נײַנצנטן יאָרהונדערט, איז דאָס „שטעטל“ געװאָרן אַ קולטורעלער באַגריף. אויסגעפֿורעמט דורך דער בעלעטריסטיק, פֿילמען, און זכרונות האָט דאָס „שטעטל װי אַ באַגריף“ כּמעט אַלע מאָל פֿאָרגעשטעלט דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן־שטײגער, נאָר פֿון די פֿאַרשײדנסטע קוקװינקלען: פֿון ביטולדיקער קריטיק ביז נאָסטאַלגישן לויב פֿאַר אַ געזעלשאַפֿט זיכער מיט איר ייִדישקײט. בשעת דאָס „שטעטל װי אַן אָרט“ האָט אַ געװיסע צײַט עקסיסטירט בײַנאַנד מיטן קולטורעלן באַגריף, בלײַבט בײַם הײַנטיקן טאָג נאָר דער דאָזיקער ליטעראַרישער און קולטורעלער גילגול.