נאָך פּרטים

אַדיעקטיװ־ענדונגען

  1. דאָס קלײד איז װײַס.
  2. ראָש־השנה װעל איך טראָגן דאָס װײַסע קלײד.
  3. די חבֿרים זײַנען פֿרײלעך.
  4. די פֿרײלעכע חבֿרים טאַנצן.

װען בײגט זיך דער אַדיעקטיװ?

ביז איצט האָבן מיר אין ייִדישפּאָפּ נאָר געטראָפֿן די קורצע פֿאָרמע פֿון אַדיעקטיװן (זען למשל זאַצן 1 און 3 דאָ אױבן). ס׳רובֿ אַדיעקטיװן האָבן אױך לאַנגע פֿאָרמעס װאָס באַשטײען פֿון דער קורצער פֿאָרמע מיט אַן ענדונג. װען עס קומט צו אַן ענדונג, זאָגן מיר אַז דער אַדיעקטיװ בײגט זיך. מע ניצט די לאַנגע פֿאָרמעס ווען דער אַדיעקטיוו קומט גלײַך פֿאַרן סובסטנאַטיװ (זען זאַצן 2 און 4).

װי אַזױ בײגט זיך דער אַדיעקטיװ?

אַזױ װי דער געװיסיקער אַרטיקל, בײגט זיך דער אַדיעקטיװ לױטן מין, צאָל, און בײגפֿאַל פֿונעם סובסטאַנטיװ צו װעלכן ער ציט זיך. דער געװיסיקער אַרטיקל קען דינען װי אַ װעגװײַזער צו דער בײגונג פֿון אַדיעקטיװ, װײַל יעדע פֿאָרמע פֿונעם געװיסיקן אַרטיקל פּאָרט זיך מיט אַן ענדונג:

דער –⁠ער די –⁠ע דאָס –⁠ע דעם –⁠ן*

*די ענדונג –⁠ן האָט די װאַריאַנטן –⁠ען און –⁠עם. זען די כּללים דאָ װײַטער.

עס מאַכט למשל נישט אױס צי דער איז מאַסקולין־נאָמינאַטיװ צי פֿעמינין־דאַטיװ: דער אַרטיקל פּאָרט זיך שטענדיק מיט דער ענדונג –⁠ער:

  • דער רױטער מאַנטל הענגט לעבן דער בלאָער שאַל.

דעם קומט שטענדיק מיט דער ענדונג –⁠ן; אינעם װײַטערדיקן זאַץ איז דעם אײן מאָל מאַסקולין־אַקוזאַטיװ און אײן מאָל נײטראַל־דאַטיװ:

  • איך טראָג דעם רױטן מאַנטל מיטן (= מיט דעם) געלן היטל.

מיט די קומט די ענדונג –⁠ע. דאָס פּאָר די –⁠ע גילט נישט נאָר פֿאַר פֿעמינין־נאָמינאַטיװ און פֿעמינין־אַקוזאַטיװ אין אײנצאָל, נאָר אויך פֿאַר אַלע מינים און בײגפֿאַלן אין מערצאָל. למשל:

  • איך טראָג די בלאָע שאַל און דו טראָגסט די שװאַרצע שיך.
  • די גוטע חבֿרים קוקן אױף די אַלטע בילדער.

אַפֿילו װען דער געװיסיקער אַרטיקל איז נישטאָ, בײגט זיך דער אַדיעקטיװ מיט די זעלבע ענדונגען לױט מין, צאָל, און בײגפֿאַל (מיט אײן װיכטיקן אױסנאַם, זען דאָ װײַטער „די נולענדונג“). פֿאַרגלײַכט די װײַטערדיקע זאַצן מיט דעם געװיסיקן אַרטיקל, דעם אומגעװיסיקן אַרטיקל, דעם נעגאַטיװן אַרטיקל קײן, דעם פּאָסעסיװן פּראָנאָם, און דאָרט װוּ מע זעט נישט קײן אַרטיקל:

  • דער רױטער מאַנטל הענגט לעבן דער בלאָער שאַל.
  • רױטער מאַנטל הענגט לעבן בלאָער שאַל.
  • מײַן רױטער מאַנטל הענגט לעבן דײַן בלאָער שאַל.
  • קײן רױטער מאַנטל הענגט נישט לעבן קײן בלאָער שאַל.
  • ער טראָגט דעם רױטן מאַנטל מיט די שװאַרצע שיך.
  • ער טראָגט רױטן מאַנטל מיט שװאַרצע שיך.
  • ער טראָגט זײַן רױטן מאַנטל מיט מײַנע שװאַרצע שיך.
  • ער טראָגט נישט קײן רױטן מאַנטל און אױך נישט קײן שװאַרצע שיך.

װאַריאַנטן פֿון דער ענדונג –⁠ן

  • ער טראָגט אַ בלאָען מאַנטל מיט אַ גרינעם שירעם.

די ענדונג –⁠ן װערט אַ מאָל אַרױסגערעדט און דערפֿאַר אױך אױסגעלײגט –⁠ען אָדער –⁠עם. עס װענדט זיך אינעם קלאַנג אױף װעלכן דער אַדיעקטיװ ענדיקט זיך, װי מיר דערקלערן אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער:

–⁠ן ← –⁠ען / –⁠עם
װען דער אַדיעקטיװ
ענדיקט זיך אױף...
–⁠ם אַ באַטאָנטן װאָקאַל
צי דיפֿטאָנג*
–⁠ן
...קומט אַנשטאָט –⁠ן –⁠ען –⁠עם
למשל קרומען בלאָען, פֿרײַען רײנעם, קלײנעם, שײנעם
*דער אַדיעקטיװ נײַ איז אַן אױסנאַם און קומט מיט –⁠עם:
איך טראָג דעם נײַעם מאַנטל.

די נולענדונג

אַן אַדיעקטיװ האָט די נולענדונג װען:

1. ער קומט פֿאַר אַ סובסטאַנטיװ אין אײנצאָל פֿון נײטראַלן מין

און

2. ער קומט מיט אַן אומגעװיסיקן אַרטיקל אַ/אַן/קײן (אָדער מיט אַן אַנדער דעטערמינאַטיװ װאָס בײַט זיך נישט לױטן בײגפֿאַל װי: אַזאַ, אײן, מײַן, דײַן...).

למשל:

  • דאָס גרינע העמד הענגט לעבן דעם געלן העמד.
  • גרין העמד הענגט לעבן געל העמד.
  • מײַן גרין העמד הענגט לעבן דײַן געל העמד.
  • קײן גרין העמד הענגט נישט לעבן קײן געל העמד.
  • איך האָב אײן גרין העמד און צװײ געלע העמדער.
  • װעמענס גרין העמד הענגט לעבן דײַן געל העמד?
  • אַזאַ שמוציק העמד קען איך נישט טראָגן.

אין דאַטיװ טרעפֿט מען אַ מאָל די ענדונג –⁠ן אַנשטאָט דער נולענדונג, למשל:

מײַן גרין העמד הענגט לעבן דײַן געלן העמד.

אין ייִדישפּאָפּ ניצן מיר אָבער אין אַזאַ פֿאַל שטענדיק די נולענדונג.

אַ הערה פֿאַרן נײַגעריקן לײענער:
װי אַן אַדיעקטיװ־ענדונג אַנטפּלעקט אַ פֿאַרשװוּנדענעם געװיסיקן אַריטקל

באַמערקט דעם חילוק צװישן די װײַטערדיקע צװײ זאַצן:

א. מאָבי האָט ליב צו שװימען אין קאַלט װאַסער.

ב. דאָס װאַסער איז קאַלט. מאָבי שפּרינגט אַרײַן אין קאַלטן װאַסער.

די נולענדונג בײַם אַדיעקטיװ קאַלט אין זאַץ (א) איז לױט די צװײ טײלן פֿונעם כּלל:

1. דער אַדיעקטיװ קאַלט קומט מיט אַ סובסטאַנטיװ אין אײנצאָל פֿון נײטראַלן מין (װאַסער).

2. דעם „נול־אַרטיקל“ בײַם סובסטאַנטיװ װאַסער קען מען באַטראַכטן װי „אַ װאָרט װאָס בײַט זיך נישט לױטן בײגפֿאַל“. (ס׳איז גרינגער צו פֿאַרשטײן דעם באַגריף „נול־אַרטיקל“ װען מע פֿאַרגלײַכט מיטן פֿאַרנײנטן זאַץ װוּ עס פֿאַרנעמט דאָס זעלביקע אָרט דער נעגאַטיװער אַרטיקל: „מאָבי האָט נישט ליב צו שװימען אין קײן קאַלט װאַסער“.)

לױטן זעלבן כּלל, זעט אױס אַז אױך אין זאַץ (ב) דאַרף דער אַדיעקטיװ קאַלט האָבן די נולענדונג. איז פֿאַר װאָס זשע קומט ער מיט דער ענדונג –⁠ן, קאַלטן?

דער ענטפֿער איז: װײַל דאָס איז פֿאַקטיש דער זאַץ „מאָבי שפּרינגט אַרײַן אין דעם קאַלטן װאַסער“, נאָר דער געװיסיקער אַרטיקל איז געבליבן נישט־דערזאָגט, אַזױ װי ס׳איז אָפֿט דער פֿאַל נאָך די פּרעפּאָזיציעס אין און פֿון װען עס רעדט זיך װעגן אַ ספּעציפֿיש אָרט (זען אין 5.1 נאָך פּרטים װעגן אין און פֿון + סובסטאַנטיװ פֿון אָרט).

נאָך אַ הערה פֿאַרן נײַגעריקן לײענער:
סובסטאַנטיװירטע אַדיעקטיװן

אַ מאָל ניצט מען די לאַנגע פֿאָרמע פֿון אַדיעקטיװ אַפֿילו װען קײן סובסטאַנטיװ איז נישטאָ. אַ בײַשפּיל דערפֿון געפֿינט זיך אין דער איצטיקער לעקציע װען נעמי זאָגט װעגן דער שאַל:

– זי איז טאַקע אַ שײנע.

אַזאַ אַדיעקטיװ הײסט סובסטאַנטיװירט. מיר דערקלערן דעם ענין בפֿרטיות אין לעקציע 6.3.

אַדװערבן

די קורצע פֿאָרמע פֿון זײער אַ סך אַדיעקטיװן דינט אױך װי אַן אַדװערב. למשל:

  • מאָבי שפּרינגט הױך.
  • די מוזיקער שפּילן שײן.
  • די קינדער טאַנצן פֿרײלעך.

אָט זײַנען עטלעכע זאַצן פֿון ייִדישפּאָפּ־פֿילמעלעך מיט אַדיעקטיוון אין זייער קורצער פֿאָרמע, וואָס דינען ווי אַדווערבן:

  • שטײט גלײַך, שטעקלעך! שטײט נישט קרום! (2.5)
  • אױ, פּינטל, דו קענסט נישט כאַפּן, דו קענסט נישט ברענגען – אָבער דו קענסט גוט שלאָפֿן! (3.1)
  • די הײמאַרבעט איז: „קוק גוט אָן אַ חיה, און שרײַב װעגן איר“. (5.1)
  • װען איך האָב דיך נישט לאַנג געזען, ביסטו דאָך געװען געזונט און שטאַרק. (5.3)
  • נאָך דעם איז מיר װײַטער געגנאַנגען אַזױ שרעקלעך. (5.4)
  • אָבער דאָס קלײד איז מיר אַזױ שטאַרק געפֿעלן! (5.5)

פֿאַראַן אױך אַדװערבן װאָס זײַנען נישט גלײַך מיט דער קורצער פֿאָרמע פֿון אַן אַדיעקטיװ. אָט זײַנען עטלעכע װאָס מיר האָבן געלערנט אין ייִדישפּאָפּ:

דאָ, דאָרט, נאָך, איצט, אַפֿילו, קודם, דערנאָך, נאָר, הײַנט, מאָרגן, נעכטן, אפֿשר, שױן, זײער, טאַקע, דערפֿאַר, נעבעך, דעמאָלט, דאָך, גענוג.

הערה: בלאָ = בלױ

פֿאַראַן צװײ װאַריאַנטן פֿון אָט דעם אַדיעקטיװ: בלאָ און בלױ.

סך־הכּל

אָט זײַנען צװײ סך־הכּלען פֿון די אַרטיקלען מיט די אַדיעקטיװ־ענדונגען:

א. לױטן אַרטיקל (סך־הכּל גענומען פֿונעם גראַמאַטיק־פֿילם):

–⁠ן ← –⁠ען / –⁠עם: זען דאָ אױבן

ב. לױט מין, בײגפֿאַל און צאָל:


מאַסקולין
איינצאָל

פֿעמינין
איינצאָל
נייטראַל – איינצאָל
אַלע מינים
מערצאָל
מיטן געװיסיקן אַרטיקל** מיט אַ, קײן, מײַן***
נאָמינאַטיוו דער –⁠ער די –⁠ע דאָס –⁠ע –∅
די –⁠ע
אַקוזאַטיוו דעם –⁠ן*
דאַטיוו דער –⁠ער דעם –⁠ן*
* –⁠ן / –⁠ען / –⁠עם: זען דאָ אױבן
** און אַנדערע דעטערמינאַטיװן װאָס בײגן זיך
*** און אַנדערע דעטערמינאַטיװן װאָס בײגן זיך נישט

מע קען אָפּדרוקן/אַראָפּלאָדן אַ סך־הכּל פֿון די אַדעיקטיװ־ענדונגען דאָ: אַדיעקטיװ־ענדונגען.

פּערזענלעכער פּראָנאָם + װערב: קירצונגען

1. דער פּערזענלעכער פּראָנאָם װערט געקירצט

  • װוּ הענגט דאָס בילד? ס׳הענגט אין דער סוכּה.
  • װאָס טרינקסטו? כ׳טרינק אַ גלעזל טײ.
  • דער טאַטע איז דאָ? נײן, ר׳איז אַרױס.

טײל פּערזענלעכע פּראָנאָמען װערן אַ מאָל געקירצט פֿאַרן װערב: דער פּראָנאָם עס װערט אָפֿט געקירצט אױף ס׳, און דער פּראָנאָם איך אױף כ׳, פֿאַר כּלערלײ װערבן. מע טרעפֿט אױך קירצונגען מיטן פּראָנאָם ער: ר׳איז, ר׳האָט.

נאָך בײַשפּילן מיט די דרײַ געקירצטע פּראָנאָמען געפֿינען זיך אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער.

פּראָנאָם קירצונג למשל...
עס עס איז ← ס׳איז װי געפֿעלט דיר דאָס בוך? ס׳איז אינטערעסאַנט, אָבער זײער לאַנג!
עס האָט ← ס׳האָט װיפֿל האָט געקאָסט דאָס קלײד? ס׳האָט געקאָסט צװאַנציק.
עס ליגט ← ס׳ליגט װוּ איז מײַן זײגערל? ס׳ליגט אונטער דער בעט.
איך איך בין ← כ׳בין כ׳בין הונגעריק.
איך האָב ← כ׳האָב כ׳האָב געקױפֿט די װײַסע שאַל.
איך גײ ← כ׳גײ כ׳גײ אין שול.
איך װעל ← כ׳װעל כ׳װעל טראָגן די װײַסע שאַל שבת.
ער ער איז ← ר׳איז ר׳איז געלעגן אין בעט.
ער האָט ← ר׳האָט ר׳האָט מײַן העפֿט.

די קירצונגען זײַנען זײער נאַטירלעך אין דער גערעדטער שפּראַך און מע טרעפֿט זײ אױך אָפֿט אין דער געשריבענער שפּראַך.

באַמערקט:

  • די געקירצטע פּראָנאָמען װערן געניצט נאָר פֿאַרן װערב, נישט נאָך אים. למשל:
    • כ׳האָב געקױפֿט די װײַסע שאַל. / נעכטן האָב איך געקױפֿט די װײַסע שאַל.
  • אױב דער פּראָנאָם װערט אַקצענטירט, װערט ער נישט געקירצט:
    • פּערל האָט געקױפֿט די װײַסע שאַל און איך האָב געקױפֿט די רױטע.
  • דער פּראָנאָם דו פֿאַרן װערב װערט זעלטן געקירצט, נאָר מע לאָזט אים אָפֿט אױס אין גאַנצן (זען 2.3 נאָך פּרטים), למשל:
    • האָסט געגעבן צדקה?
    • גײסט דאָך אַלע טאָג אַרױס מיטן הינטל!
  • נאָכן װערב װערט דער פּראָנאָם דו צונױפֿגעגאָסן מיטן װערב (זען 1.4 נאָך פּרטים), למשל:
    • נעכטן האָסטו געגעבן צדקה.
    • אַלע טאָג גײסטו דאָך אַרױס מיטן הינטל!
  • דער עקספּלעטיװער פּאַרטיקל עס װערט געקירצט אױפֿן זעלבן אופֿן װי דער פּראָנאָם עס, װי מיר האָבן געזען אין 1.3 נאָך פּרטים און 4.1 נאָך פּרטים. למשל:
    • ס׳איז דאָ אַ ראָבאָט.
    • ס׳גײט אַ רעגן.
  • דער אַרטיקל דאָס װערט אַ מאָל געקירצט אױפֿן זעלבן אופֿן װי עס. למשל:
    • ס׳קלײד [דאָס קלײד] איז װײַס.
    • ס׳פֿײגעלע [דאָס פֿײגעלע] זינגט.

2. דער העלפֿװערב װערט געקירצט

די העלפֿװערבן פֿון דער קומעדיקער און פֿאַרגאַנגענער צײַט (װעל און האָבן) װערן אַ מאָל געקירצט, מערסטנס נאָכן סוביעקט־פּראָנאָם. מיט טײל פּראָנאָמען איז די קירצונג די זעלבע מיט בײדע העלפֿװערבן, װי מע זעט אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער. אַ קירצונג פֿונעם העלפֿװערב װעל קומט, פֿאַרשטײט זיך, מיטן אינפֿיניטיװ; אַ קירצונג פֿונעם העלפֿװערב האָבן – מיטן פּאַרטיציפּ.

דעם געקירצטן העלפֿװערב טרעפֿט מען אָפֿטער אין דער גערעדטער װי אין דער געשריבענער שפּראַך.

קירצונג למשל...
איך װעל ← איכ׳ל איכ׳ל קומען.
דו װעסט / דו האָסט ← דו׳סט דו׳סט קומען. דו׳סט געגעסן.
ער װעט / ער האָט ← ער׳ט ער׳ט קומען. ער׳ט געגעסן.
זי װעט / זי האָט ← זי׳ט זי׳ט קומען. זי׳ט געגעסן.
עס װעט ← ס׳עט ס׳עט געשען.
מיר װעלן / מיר האָבן ← מיר׳ן מיר׳ן קומען. מיר׳ן געגעסן.
איר װעט / איר האָט ← איר׳ט איר׳ט קומען. איר׳ט געגעסן.

צאָלן

1–99

די צאָלן װערן אױסגערעכנט אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער אױף אַן אופֿן װאָס מאַכט בולט דעם מוסטער צאָל + „צן“, צאָל + „ציק“, למשל:

9 נײַן 19 נײַנצן 90 נײַנציק

אָט דער מוסטער גילט פֿאַר אַלע צאָלן פֿון 3 ביז 9, נאָר מיט פֿאַרשײדענע אָפּװײַכן, װי עס װײַזט די טאַבעלע.

צאָלן
צאָל +10 10×
1 אײנס* 11 עלף 10 צען
2 צװײ 12 צװעלף 20 צװאַנציק
3 דרײַ 13 דרײַצן 30 דרײַסיק
4 יר 14 ערצן 40 ערציק
5 ינף 15 ופֿצן 50 ופֿציק
6 זעקס 16 זעכצן 60 זעכציק
7 זיבן 17 זיבעצן 70 זיבעציק
8 אַכט 18 אַכצן 80 אַכציק
9 נײַן 19 נײַנצן 90 נײַנציק

–⁠ציק (–⁠סיק)

20, 30, 40, 50, 60, 70, 80, 90

צװאַנציק, דרײַסיק , פֿערציק, פֿופֿציק, זעכציק, זיבעציק, אַכציק, נײַנציק

דער סדר פֿון די אײנסן און די צענער

21 אײן און צװאַנציק
34 פֿיר און דרײַסיק
56 זעקס און פֿופֿציק

אין די צאָלן 21 ביז 99 קומען די אײנסן פֿאַר די צענער, און זיי װערן פֿאַרבונדן מיטן װאָרט און.

העכערע צאָלן

כאָטש אינעם גראַמאַטיק־פֿילם פֿון דער לעקציע לערנען מיר נאָר צו צײלן ביז הונדערט, גיבן מיר דאָ צו עטלעכע אָנװײַזונגען װעגן העכערע צאָלן.

100 הונדערט
1000 טױזנט
1,000,000 אַ מיליאָן

אָט זײַנען עטלעכע בײַשפּילן פֿון צאָלן העכער װי 100. באַמערקט אַז װוּ עס באַװײַזט זיך אין זײ אַ צאָל צװישן 21 און 99 איז דער סדר אַ „פֿאַרקערטער“ (די אײנסן פֿאַר די צענער):

221 צװײ הונדערט אײן און צװאַנציק
375 דרײַ הונדערט פֿינף און זיבעציק
5,944 פֿינף טױזנט נײַן הונדערט פֿיר און פֿערציק
65,944 פֿינף און זעכציק טױזנט נײַן הונדערט פֿיר און פֿערציק
27,687,812 זיבן און צװאַנציק מיליאָן זעקס הונדערט זיבן און אַכציק טױזנט אַכט הונדערט צװעלף

„אַ“ מיט אַ צאָל

מע זאָגט הונדערט און טױזנט אָן דעם װאָרט „אײן“ צי „אַ“:

100 הונדערט
115 הונדערט פֿופֿצן
1000 טױזנט
1001 טױזנט אײנס

דאָס װאָרט מיט אַ צאָל באַטײַט אַן ערך. למשל:

  • אַ פֿופֿציק פֿעדערס: אַן ערך פֿופֿציק פֿעדערס, אפֿשר אַ פּאָר מער אָדער אַ פּאָר װײניקער
  • אַ הונדערט עפּל: אַן ערך הונדערט עפּל, אפֿשר אַ פּאָר מער, אפֿשר אַ פּאָר װײניקער

דאָס איז אָבער נישט דער פֿאַל מיט „אַ מיליאָן“ װוּ „אַ“ האָט דעם באַטײַט פֿון „אײנס“, נישט פֿון „אַן ערך“.

מע קען מען אָפּדרוקן/אַראָפּלאָדן אַ בױגן מיט די צאָלן דאָ.

קאַפּיטל 5: סך־הכּל

אַרטיקלען און אַדיעקטיװ־ענדונגען

זען די סך־הכּל־טאַבעלעס דאָ אױבן, בײַם סוף פֿונעם אָפּטײל װעגן אַדיעקטיװ־ענדונגען.

דער געװיסיקער אַרטיקל: אַקצענטירט און אומאַקצענטירט

דער אַקצענטירטער געװיסיקער אַרטיקל דינט אויך װי דער אָנװײַזיקער פּראָנאָם. אַ מאָל קומט ער מיטן פֿאַרשטאַרקװאָרט אָט. למשל:

  • גיב אַ קוק אױף דעם קלײד. עס געפֿעלט מיר זײער!
  • די הױזן קאָסטן פֿופֿצן, און די קאָסטן דרײַסיק.
  • געװײנטלעך קען איך ענטפֿערן אױף אַלע פֿראַגעס, אָבער אױף אָט דער פֿראַגע קען איך נישט ענטפֿערן.

דער אומאַקצענטירטער געװיסיקער אַרטיקל קען געקירצט װערן אין די װײַטערדיקע פֿאַלן:

  • דעם װאַקסט זיך אָפֿט צונױף מיט אַ פּרעפּאָזיציע װאָס פֿאַר אים. למשל:

    • גיב אַ קוק אױפֿן קלײד!
    • איך קױף אַ מתּנה פֿאַרן ברודער.

    אַ רשימה צונױפֿװאַקסן מיט דעם געפֿינט זיך אין 5.1 נאָך פּרטים.

  • דאָס װערט אַ מאָל געקירצט אױף ס׳, למשל:

    • שטעל אַװעק ס׳גלעזל!
    • ס׳עסן איז גרײט.

    זען אױך דאָ אױבן אין די באַמערקונגען צו „דער פּערזענלעכער פּראָנאָם װערט געקירצט“.

דער אומאַקצענטירטער געװיסיקער אַרטיקל װערט אָפֿט דורכגעלאָזט אין אָט דעם פֿאַל:

  • װען עס רעדט זיך װעגן אַ ספּעציפֿיש אָרט באַגײט מען זיך אָפֿט אָן דעם געװיסיקן אַרטיקל (דעם/דער) מיט אַ סובסטאַנטיװ אין אײנצאָל נאָך די פּרעפּאָזיציעס אין און פֿון, למשל:

    • מאָבי שפּרינגט אַרײַן אין װאַסער.
    • די חבֿרים קומען אַרױס פֿון װאַלד.

    נאָך בײַשפּילן געפֿינען זיך אין 5.1 נאָך פּרטים.

אָבער דער אַקצענטירטער געװיסיקער אַרטיקל װערט קײן מאָל נישט געקירצט אָדער דורכגעלאָזט.

דער אַלגעמײנער פּראָנאָם דאָס/דעם

דער אַלגעמײנער פּראָנאָם דאָס/דעם פֿאַרטרעט עפּעס (אַן אָביעקט, אָביעקטן, אַ סיטואַציע, אַ טוּונג) אָן קײן גראַמאַטישער פֿאַרבינדונג מיט אַ ספּעציפֿישן סובסטאַנטיװ. אַ מאָל איז ער אָנװײַזיק (און דערפֿאַר אַקצענטירט) און אַ מאָל נישט. למשל:

  • דאָס איז מײַן הײמאַרבעט. (2.2)
  • אַ, אָט דאָס װילן מיר װיסן. (4.3)
  • װילסט הערן װעגן דעם?
  • נאָך דעם בין איך אַרױס פֿון שטוב.

נאָך בײַשפּילן געפֿינען זיך אין 5.4 נאָך פּרטים.

טאַטן, זײדן, מאַמען, באָבען

אױף ייִדיש בײגט זיך געװײנטלעך נישט דער סובסטאַנטיװ. אין לעקציע 5.2 האָבן מיר געלערנט אַ קלײנע צאָל אױסנאַמען – די װערטער טאַטע/זײדע/מאַמע/באָבע. די פֿאָרמעס אין אַלע בײגפֿאַלן געפֿינען זיך אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער:

נאָמינאַטיװ דער טאַטע דער זײדע די מאַמע די באָבע
אַקוזאַטיװ דעם טאַטן דעם זײדן די מאַמע די באָבע
דאַטיװ דעם טאַטן דעם זײדן דער מאַמען דער באָבען

דער רעפֿלעקסיװער פּראָנאָם זיך

דער אָביעקט־פּראָנאָם זיך איז רעפֿלעקסיװ, דאָס הײסט אַז סײַ ער סײַ דער סוביעקט פֿון זאַץ באַציִען זיך צום זעלבן מענטש אָדער זאַך. ער קען זײַן

דער פּראָנאָם זיך איז אַן אינװאַריאַנט: ער בײַט זיך נישט לױט דער פּערזאָן, נישט לױט דער צאָל, און נישט לױטן בײגפֿאַל.

װען אַ װערב קומט מיט זיך (שטענדיק אָדער װען ער האָט אַ געװיסן באַטײַט), װערט ער פֿאַרצײכנט מיט זיך אין אַ ייִדיש־װערטערבוך. אַזױ גיבן מיר אָן דעם סאָרט װערבן אין די װאָקאַבולאַר־אָפּטײלן פֿון ייִדישפּאָפּ.

װײַטערדיקע ידיעת װעגן זיך קען מען לײענען אין 6.5 נאָך פּרטים.

נישטאָ

די קאָנסטרוקציע איז דאָ/זײַנען דאָ װײַזט אָן אױף פֿאַראַנענקײט צי דערבײַיִקײט. װען מע פֿאַרנײנט זי, װאַקסט זיך צונױף נישט מיטן װאָרט דאָ:

  • דער אתרוג איז דאָ. ← דער אתרוג איז נישטאָ.

מיט אַן אומבאַשטימטן סובסטאַנטיװ קומט צו דער נעגאַטיװער אַרטיקל קײן:

  • ס׳איז דאָ אַ מאַלפּע. ← ס׳איז נישטאָ קײן מאַלפּע.
  • עס זײַנען דאָ בענקלעך. ← עס זײַנען נישטאָ קײן בענקלעך.

דער אַדװערב דאָ (אַקעגן דאָרט) װאַקסט זיך נישט צונױף מיט דער פֿאַרנײנונג נישט:

  • דער אתרוג איז נישט דאָ, אין דער פּושקע. ער איז דאָרט, בײַ יאַנקלען.

זען אױך 5.2 נאָך פּרטים.

די פֿאַרגאַנגענע צײַט

העלפֿװערב + פּאַרטיציפּ

אַ ווערב אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט האָט צוויי טיילן – אַ העלפֿווערב און אַ פּאַרטיציפּ:

  • איך האָב געקאָכט.
  • מאָבי איז געקומען.

דער העלפֿווערב איז האָבן אָדער זײַן. מע ניצט דערבײַ די קאָניוגירטע פֿאָרמעס פֿון די װערבן, װי אין דער איצטיקער צײַט.

דער פּאַרטיציפּ ענדיקט זיך אױף –⁠ט אָדער אױף –⁠ן. ער קומט מיטן פּרעפֿיקס גע– װען דער טראָפּ פֿאַלט אױפֿן ערשטן טראַף פֿונעם אינפֿיניטיװ.

אין 5.2 נאָך פּרטים געפֿינען זיך מער פּרטימדיקע אָנװײַזונגען װעגן פּאַרטיציפּן, און רשימות מיטן העלפֿװערב און פּאַרטיציפּ פֿון אַלע װערבן װאָס מ׳האָט געלערנט אין ייִדישפּאָפּ ביז לעקציע 5.2. פֿון לעקציע 5.3 אָן לערנט מען דעם העלפֿװערב מיטן פּאַרטיציפּ פֿון נײַע װערבן אינעם װאָקאַבולאַר־פֿילם. אין 6.5 נאָך פּרטים געפֿינען זיך טאַבעלעס מיטן העלפֿװערב און פּאַרטיציפּ פֿון אַלע װערבן װאָס מיר לערנען אין ייִדישפּאָפּ.

דער פּאַרטיציפּ פֿון אַ ווערב מיט אַ קאָנווערב איז דער זעלבער ווי דער פּאַרטיציפּ פֿונעם ווערב אָן דעם קאָנווערב, נאָר מיטן קאָנװערב צוגעטשעפּעט צום אָנהײב:

  • אַרױסגײן – אַרױסגעגאַנגען
  • אַרײַנלײגן – אַרײַנגעלײגט

װען צװײ אָדער מער װערבן אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט זײַנען קאָאָרדינירט (און ציִען זיך ממילא צום זעלביקן סוביעקט), איז נײטיק נאָר דער ערשטער העלפֿװערב. דאָס איז דער פֿאַל אַפֿילו װען טײל װערבן קומען מיט האָבן און אַנדערע מיט זײַן:

  • איך האָב געקױפֿט די שאַל און (האָב) געגעבן צדקה.
  • דאָס מײדל האָט אָנגעטאָן דעם מאַנטל, (איז) אַרױסגעלאָפֿן פֿון שטוב און (האָט) געכאַפּט דעם אױטאָבוס.

װערטער־סדר

װעגן װערטער־סדר אין זאַצן מיט אַ װערב אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט, זען דאָ װײַטער װערטער־סדר אין אַ רויִקן דערצײלזאַץ.

ריכטונג־קאָנווערבן: װען עס פֿעלט דער װערבאַלער שטאַם

װען אַ װערב פֿון באַװעגונג קומט מיט אַ ריכטונג־קאָנװערב (למשל: אַרײַן, אַרױס, צוריק, אַרױף, אַראָפּ) און דער אופֿן באַװעגן זיך איז שױן גענוג קלאָר אָדער נישט װיכטיק, װערט אָפֿט קײן װערבאַלער שטאַם נישט דערמאָנט:

  • פּינטל װיל אַרײַן װײַל ס׳איז קאַלט אין דרױסן.
  • זיבן אַ זײגער בין איך אַרױס פֿון שטוב.

דורכלאָזן דעם װערבאַלן שטאַם איז אַ סטיליסטישער ענין. די זאַצן זײַנען אױך קאָרעקט מיט אים:

  • פּינטל װיל אַרײַנגײן װײַל ס׳איז קאַלט אין דרױסן.
  • זיבן אַ זײגער בין איך אַרױסגעגאַנגען פֿון שטוב.

באַמערקט:

זען אױך 5.4 נאָך פּרטים.

(צו) + אינפֿיניטיװ

אין 5.1 נאָך פּרטים האָבן מיר אױסגערעכנט די פֿאַלן װען פֿאַרן אינפֿיניטיװ קומט דער פּאַרטיקל צו. דאָ האָבן מיר דערגאַנצט די קאַטעגאָריעס „װערבן װאָס קומען מיט אַן אינפֿיניטיװ מיט צו און אָן צו“ מיט נײַע װאָקאַבלען פֿון די לעקציעס 5.2 ביז 5.5. אין 6.5 נאָך פּרטים געפֿינט זיך נאָך אַ דערגאַנצטער נוסח װאָס נעמט אַרײַן די װאָקאַבלען פֿון קאַפּיטל 6.

(צו) + אינפֿיניטיװ למשל…
סובסטאַנטיװ + צו + אינפֿיניטיװ װאַסער צו טרינקען
אַדיעקטיװ גרײט צו גײן
פֿרעגװאָרט װען צו קומען

אַ סך װערבן, צװישן זײ:

ליב האָבן, געבן, היטן זיך, פֿאַרגעסן

געבן צו פֿאַרשטײן

מאָדאַלע װערבן/העלפֿװערבן:

קענען, װעלן (װיל), דאַרפֿן, מוזן
װעל (קומעדיקע צײַט), נעמען (=„אָנהײבן“)

+ אינפֿיניטיװ קענען שװימען

באַװעגװערבן:

גײן, קומען, לױפֿן, שפּרינגען, פֿליִען, זעצן (זיך), לײגן (זיך), שטעלן (זיך), אױפֿשטײן, שלעפּן

קומען עסן

געצײלטע אַנדערע:

העלפֿן

העלפֿן בױען

װען דער אינפֿיניטיװ האָט אין זיך אַ קאָנװערב, קומט צו צװישן דעם קאָנװערב און דעם װערבאַלן שטאַם, און מע שרײַבט אַלץ אין אײנעם. למשל:

  • ביסט גרײט אַרױסצוגײן אין דרױסן?
  • נעמי האָט פֿאַרגעסן אַרײַנצולײגן איר העפֿט אין רוקזאַק.

די פּאָזיציע־װערבן: לײגן, ליגן, זעצן, זיצן, שטעלן, שטײן

אָט זײַנען די זעקס עיקרדיקע פּאָזיציע־װערבן אין אינפֿיניטיװ און אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט:

ברענגען אין דער פּאָזיציע זײַן אין דער פּאָזיציע
לײגן (זיך)
האָט (זיך) געלײגט
ליגן
איז געלעגן
זעצן (זיך)
האָט (זיך) געזעצט
זיצן
איז געזעסן
שטעלן (זיך)
האָט (זיך) געשטעלט
שטײן
איז געשטאַנען

די דרײַ װערבן אין דער קאַטעגאָריע „ברענגען אין דער פּאָזיציע“:

משל־זאַצן מיט אַלע זעקס װערבן און מיט פֿאַרשײדענע קאָנװערבן, צוזאַמען מיט אַ דערקלערונג װעגן דעם „פּערפֿעקטיװן אַספּעקט“, געפֿינען זיך אין 5.4 נאָך פּרטים.

װערטער־סדר אין אַ רויִקן דערצײלזאַץ

די טאַבעלע דאָ װײַטער װײַזט דעם סדר פֿון די זאַצאײנסן אין אַ רויִקן דערצײלזאַץ. אין די מערסטע זאַצן געפֿינען זיך נישט אַלע 8 פּאָזיציעס, נאָר די זאַצאײנסן װאָס געפֿינען זיך יאָ אין אַ געװיסן זאַץ זײַנען געװײנטלעך אינעם סדר װאָס עס װײַזט די טאַבעלע. משל־זאַצן, און נאָך פּרטים װעגן יעדער פּאָזיציע און װעגן אָפּװײַכן פֿון דעם געװײנטלעכן װערטער־סדר, געפֿינען זיך אין 5.3 נאָך פּרטים.

1 2 3 4 5 6 7 8
כּמעט אַלע זאַצאײנסן חוץ דעם בײגיקן װערב בײגיקער װערב סוביעקט
(װען נישט אױפֿן ערשטן אָרט)
אָביעקט־
פּראָנאָם
(אַרײַנגערעכנט זיך)
אַדװערב נישט אינפֿיניטיװ;
קאָנװערב;
פּאַרטיציפּ
אָביעקטן;
פּרעפּאָזיציאָנעלע פֿראַזעס;
נאָך אינפֿיניטיװן

דער זעלבער װערטער־סדר גילט:

װערטער־סדר אין צונױפֿגעזעצטע זאַצן

אַ צונױפֿגעזעצטער זאַץ באַשטײט פֿון כאָטש צװײ זאַצן, אָפֿט צוזאַמענגעבונדן מיט אײן אָדער מער קאָניונקציעס. יעדער פֿון די צוזאַמענגעבונדענע זאַצן האָט זיך זײַן אײגענעם װערטער־סדר לױט די אַכט פּאָזיציעס אין דער טאַבעלע דאָ אױבן; די קאָניונקציע אַלײן פֿאַרנעמט נישט קײן אײנע פֿון די אַכט פּאָזיציעס װײַל זי איז אַ פֿאַרבינדער, נישט קײן זאַצאײנס. למשל:

  • נעמי האָט געזאָגט מאָבין אַז זי האָט געהאַט אַ שלעכטן טאָג.
  • נעמי קױפֿט די קלײנע שאַל װײַל זי װיל אױך געבן צדקה.
  • נעמי שפּילט אין קױשבאָל װען ס׳איז שײן אין דרױסן.

אָט זײַנען די קאָניונקציעס װאָס מיר האָבן ביז איצט געלערנט אין ייִדישפּאָפּ: און, אָדער, אָבער, אַז, װײַל און װען.

אַן אומדירעקטע פֿראַגע איז אַ צונױפֿגעזעצטער זאַץ װוּ דאָס פֿרעגװאָרט שפּילט די ראָלע פֿון אַ קאָניונקציע, למשל:

  • איך װײס נישט װען ער קומט.
  • זאָג מיר װאָס ער טוט.

װײַטער װעגן דער קאָניונקציע אַז און װעגן אומדירעקטע פֿראַגעס קען מען לײענען אין 5.3 נאָך פּרטים.

מע לערנט װײַטער װעגן װערטער־סדר אין צונױפֿגעזעצטע זאַצן אין לעקציע 6.1.