לײען
הײַנט איז זונטיק; דאָנערשטיק װעט זײַן ראָש־השנה. רײזל איז איצט אָנגעקומען צו לײזערן.
טײַערע באָבע־זײדע,
אָט װיל איך אײַך שרײַבן „אַ גוט, געזונט יאָר“ – פֿון מיר, און פֿון מײַן הינטל דרײדל.
איר װײסט דאָך אַז דרײדל האָט אײַך זײער ליב. װען ער דערזעט אײַער שטוב, לױפֿט ער צו צו דער טיר און שלעפּט מיך מיט. ער װײסט אַז בײַ אײַך זײַנען דאָ געשמאַקע הינטל־קיכעלעך און אַז איר האָט ליב צו װאַרפֿן פֿאַר אים אַ פּילקע.
איך האָב אױך זײער ליב צו קומען צו אײַך צו גאַסט, צו רעדן מיט אײַך װעגן דער שול און װעגן די חבֿרים, און צו הערן אַלטע מעשׂיות װעגן דער משפּחה. איך װיל קומען צו אײַך אַלע טאָג, אָבער איך קען נישט װײַל איך דאַרף דאָך גײן אין שול.
איך מיט דרײדלען װילן אָבער זײַן בײַ אײַך אַ סך אינעם נײַעם יאָר. מיר האָבן אײַך ליב!
אַ געזונט, פֿרײלעך יאָר!
מיט ליבשאַפֿט,
לײזער און דרײדל
טײַערער לערער גרינבױם,
ס׳גײט צו ראָש־השנה און איך װיל לכּבֿוד דעם יום־טובֿ אײַך שרײַבן אַ דאַנק. פֿאַר װאָס? װײַל איר האָט אונדז געװיזן װי מיר קענען געבן צדקה. ווי אַזוי? איך מיט רייזלען האָבן גערעדט וועגן געבן צדקה: מיר ווילן געבן צדקה פֿאַר יום־כּיפּור, אָבער וווּ נעמען מיר דאָס געלט? מיט אַ מאָל זאָגט מיר רײזל:
– איך װײס! מיר קענען טאָן אַזױ װי אין דער מעשׂה װאָס מיר האָבן געלײענט בײַם לערער גרינבױם אין קלאַס וווּ קינדער פֿאַרקויפֿן אײַזקרעם אין אַ הייסן טאָג און גיבן דאָס גאַנצע געלט אױף צדקה.
– װי אַזױ? – האָב איך געפֿרעגט. – אין דרױסן איז דאָך איצט נישט הײס.
– מיר קענען באַקן קיכעלעך! – האָט רײזל געענטפֿערט.
אַזוי ווילן מיר טאַקע טאָן. נאָך ראָש־השנה וועלן מיר באַקן קיכעלעך און זיי פֿאַרקויפֿן אונדזערע משפּחות און חבֿרים, און פֿאַר יום־כּיפּור וועלן מיר שוין געבן דאָס געלט אױף צדקה. מיר װילן מיט דעם צדקה־געלט העלפֿן הינטלעך און קעצלעך אָן אַ הײם. אפֿשר װעט איר אױך קױפֿן אַ קיכעלע?
אַ גוט, געבענטשט יאָר!
אײַער
לײזער
טײַערער לײזער,
אָט האָב איך דיר געמאָלט אַ שנה־טובֿה און איך װיל אױך עפּעס שרײַבן.
דאָס יאָר האָבן מיר געטאָן אַ סך שײנע זאַכן צוזאַמען: געבאַקן קיכעלעך, געשפּילט מיט דרײדלען אין שנײ, געשפּילט אין קױשבאָל. איך בין געקומען צו דיר צו גאַסט װען דו ביסט נעבעך געפֿאַלן בשעתן בױען די סוכּה, און דו ביסט געקומען אױף מײַן קאָנצערט װען כ׳האָב געזונגען.
לאָמיר אױך אינעם נײַעם יאָר טאָן שײנע, אינטערעסאַנטע זאַכן צוזאַמען!
אַ גוט, געזונט יאָר דיר און דײַן קאָמיש הינטל!
דײַן
רײזל
-
אראָש־השנה איז געװען דאָנערשטיק.
-
בעס גײט צו ראָש־השנה.
-
גמאָרגן איז ראָש־השנה.
-
דראָש־השנה װעט זײַן זונטיק.
-
אער שרײַבט בריװ לכּבֿוד ראָש־השנה.
-
בער שרײַבט רײזלען אַ שנה־טובֿה.
-
גער קױפֿט עפּל.
-
דער מאָלט אַ בילד פֿון עפּל.
-
אזײ העלפֿן אים מיט דער הײמאַרבעט.
-
בזײ באַקן געשמאַקע קיכעלעך פֿאַר זײַנע חבֿרים.
-
גזײ װײסן אַ סך װעגן דער משפּחה.
-
דזײ האָבן אַ סך בילדער פֿון דער משפּחה.
-
אפֿאַרקױפֿט אײַזקרעם.
-
בגעבאַקן קיכעלעך.
-
גגעגעבן צדקה.
-
דגעלײענט װעגן געבן צדקה.
-
אנישט־געזונטע מענטשן.
-
בנישט־געזונטע חיות.
-
גמענטשן אָן אַ הײם.
-
דחיות אָן אַ הײם.
-
אזי װיל אים נאָך אַ מאָל העלפֿן בױען די סוכּה.
-
בזי װיל גײן מיט אים אױף אַ סך קאָנצערטן.
-
גזי װיל װײַטער זײַן מיט אים גוטע חבֿרים.
-
דזי האָט מיט אים געטאָן צו פֿיל זאַכן.
-
אזי װעט מיט לײזערן באַקן קיכעלעך און געבן צדקה.
-
בזי האָט מיט לײזערן געבאַקן קיכעלעך און געגעבן צדקה.
-
גזי װעט מיט לײזערן לײענען אַ מעשׂה װעגן קיכעלעך און צדקה.
-
דזי האָט מיט לײזערן געלײענט אַ מעשׂה װעגן קיכעלעך און צדקה.
-
אפֿאַר ר״ה מאָלן זײ שנה־טובֿות און נאָך ר״ה װעלן זײ זײ שרײַבן.
-
בפֿאַר ר״ה שרײַבן זײ שנה־טובֿות און נאָך ר״ה װעלן זײ געבן צדקה.
-
גפֿאַר ר״ה פֿאַרקױפֿן זײ קיכעלעך און נאָך ר״ה װעלן זײ געבן צדקה.
-
דפֿאַר ר״ה באַקן זײ קיכעלעך און נאָך ר״ה װעלן זײ זײ פֿאַרקױפֿן.
-
אער לעקט אַלע מענטשן װען ער װיל זאָגן „גוט־מאָרגן!“
-
בער שלעפּט לײזערן אַרױס פֿון שטוב.
-
גער קען גוט כאַפּן אַ פּילקע.
-
דער האָט ליב צו גײן מיט לײזערן צו באָבע־זײדע.
-
אאַ געזונט, פֿרײלעך יאָר!
-
באַ פֿרײלעכן פּורים!
-
גלשנה־טובֿה!
-
דאַ גוט, געבענטשט יאָר!