איר זוכט נאָך מאַטעריאַלן זיך װײַטער צו לערנען ייִדיש? אין דער װײַטערדיקער רשימה װעט איר געפֿינען עטלעכע רעקאָמענדאַציעס – טעקסטן צו לײענען, װידעאָס צו זען, רעקאָרדירונגען צו הערן, צוזאַמען מיט װערטערביכער, לערנביכער, און ידיעות װעגן ייִדישע שפּראַכקורסן. די רשימה איז װײַט נישט אױסשעפּיק: מיר האָבן אױסגעקליבן מאַטעריאַלן פֿאַר יעדערן װאָס לערנט זיך ייִדיש מיט ייִדישפּאָפּ און איז גרײט אױף נײַע פֿאַרמעסטן. טײל מאַטעריאַלן זײַנען גרינגער, טײל שװערער – גיט אַ קוק, װעט איר געפֿינען עפּעס װאָס פּאַסט אײַך!
די רשימה איז דערהײַנטיקט געװאָרן אין מײַ 2024.
לײענװאַרג פֿאַר אָנהײבערס און מיטנדיקע
לײענען איז אַװדאי זײער אַ גוטער אופֿן צו פֿאַרשטאַרקן, פֿאַרטיפֿן און פֿאַרברײטערן די שפּראַך־קענטענישן. אַ סך אינטערעסאַנטע טעקסטן, געשריבן אָדער באַאַרבעט פֿאַר סטודענטן, קען מען געפֿינען אין די לערנביכער װאָס מיר רעכענען אױס דאָ װײַטער; דער לערנער װאָס זוכט ליטעראַרישע טעקסטן פֿון אָנהײב אָן װעט געפֿינען אַ פֿאַרשײדנאַרטיקן אױסקלײַב אין שבֿע צוקערס ייִדיש: אַן אַרײַנפֿיר.
חוץ די לערנביכער גיבן מיר דאָ עטלעכע רעקאָמענדאַציעס פֿאַר אָנהײבערס און מיטנדיקע:
ייִדישע קינדער
די דרײַ לײענביכלעך װאָס מע האָט געמאַכט פֿאַר קינדער אין די װעלטלעכע ייִדישע שולן קענען פֿאַראינטערעסירן לײענער פֿון יעדן עלטער:
ייִדישע קינדער א פֿון יוסף מלאָטעק – מעשׂהלעך אױף זײער אַ גרינגער שפּראַך װעגן קינדער װאָס גײען אין אַ ייִדישער שול – װאָס עס קומט פֿאָר בײַ זײ אין שול און אין דער הײם במשך פֿון אַ לערניאָר. צום סוף געפֿינט זיך אַ גלאָסאַר מיט ענגלישע אָפּטײַטשן פֿון אַלע װערטער. אַ סך פֿון די לידער אינעם ביכל קען מען הערן אױף דעם דיסק.
ייִדישע קינדער ב פֿון זלמן יעפֿרױקין און יודל מאַרק – לידער און קורצע מעשׂיות, אַרײַנגערעכנט פֿאָלקס־מעשׂיות, פֿאַסיק פֿאַר אָנהײבערס און מיטנדיקע. די טעמעס זײַנען מערסטנס פֿאַרבונדן מיט װיכטיקע טעג אינעם ייִדישן און אַמעריקאַנער קאַלענדאַר. יעדער טעקסט קומט מיט אַ גלאָסאַר פֿון שװערע װערטער געטײַטשט אױף ענגליש.
ייִדישע קינדער ג פֿון זלמן יעפֿרױקין און יודל מאַרק – אַ גוט לײענביכל פֿאַר אַ לערנער אױפֿן מיטעלן ניװאָ. די מעשׂיות און לידער נעמען אַרײַן פֿאָלקס־מעשׂיות און װערק באַאַרבעט פֿון באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער. שװערע װערטער װערן געטײַטשט אױף ענגליש.
דער ייִדישער טעם־טעם איז אַ זשורנאַל פֿאַר לערנער – אָנהײבערס און מיטנדיקע – װאָס דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער האָט אַרױסגעגעבן פֿון 1995–2017. לענגערע און קירצערע טעקסטן נעמען אַרײַן אַרטיקלען װעגן דער ייִדיש־קולטור און אױסצוגן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור – אַלץ צוגעגרײט מיט אַ גלאָסאַר אױף ענגליש און פֿראַנצײזיש. מע קען אַראָפּלאָדן אַלע 109 נומערן.
טשיקאַװעסן, אַ רובריק בײַם פֿאָרװערטס פֿאַר לערנער: קורצע נײַעס־אַרטיקלען אױף אַ גרינגן ייִדיש, סײַ צום לײענען, סײַ צום הערן. באַמערקט אַז אין אַלע אַרטיקלען אױף ייִדיש אױפֿן װעבאָרט פֿון פֿאָרװערטס קען דער לײענער אַ קװעטש טאָן אױף אַ װאָרט צו זען אַ דעפֿיניציע פֿון װערטערבוך.
מאָטל פּײסע דעם חזנס פֿון שלום־עליכם, פֿאַרקירצט און באַאַרבעט פֿאַר סטודענטן פֿון שבֿע צוקער און חנה גאַװענדאַ מיט געניטונגען, גלאָסאַרן, און קלאַנג־רעקאָרדירונגען.
אַ דאַנק אָט דער זײער שײן צוזאַמענגעשטעלטער אױסגאַבע קענען סטודענטן פֿון מיטעלן ניװאָ אַרײַנטרעטן אין דער װעלט פֿון שלום־עליכמס שאַפֿונג און אָפּשאַצן װי ער מאָלט אױס דאָס לעבן אין אַן אָרעם שטעטל דורך די אױגן פֿון אַ פֿרײלעך, אָפּטימיסטיש ייִנגל.
דער ייִדישער פּױפּס פֿון יודל מאַרק – אַ קורצער ראָמאַן פֿאַרן עלטערן קינד װאָס דערצײלט די שפּאַנענדיקע מעשׂה פֿון אַ ייִדיש ייִנגל װאָס װערט אַװעקגעגנבֿעט פֿון זײַן משפּחה און װערט שפּעטער דער פּױפּס.
איר זוכט נאָך עפּעס צו לײענען? גיט אַ קוק אױף אָט דער רשימה ייִדישע קינדער־ליטעראַטור צונױפֿגעשטעלט פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער. די רשימה גיט אָן אַ קורצן סך־הכּל פֿון יעדן ביכל צוזאַמען מיט אַן אָפּשאַץ פֿון דער שװעריקײט פֿון דער שפּראַך.
צװײשפּראַכיקע לײענטעקסטן
דער פֿאַרלאַג קינדער־לשון גיט אַרױס ביכער מיטן ייִדישן טעקסט לעבן אַן ענגלישער איבערזעצונג. דאָס קלוגע שנײַדערל, אַ ראָמאַן פֿאַר עלטערע קינדער פֿון שלמה סײַמאָן, דערצײלט די אַװאַנטורעס פֿונעם שנײַדערל װאָס מיט זײַנע שאַפֿערישע אײַנפֿאַלן לײזט ער כּלערלײ שװערע פּראָבלעמען.
דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער גיט אַרויס אַ סעריע „צוויישפּראַכיקלעך“: קלײנע ביכעלעך װאָס ברענגען ייִדישע דערצײלונגען זײַט בײַ זײַט מיט זייער פֿראַנצײזישער איבערזעצונג.
דער װעבזשורנאַל אין געװעב גיט רעגולער אַרױס נײַע איבערזעצונגען אױף ענגליש פֿון לידער, דערצײלונגען, עסײען, און אַרכיװאַלע מאַטעריאַלן – צוזאַמען מיטן ייִדישן טעקסט.
אױפֿן װעבאָרט פֿון ייִדישן ביכער־צענטער קען מען לײענען נײַע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אױף ענגליש, צום טײל מיט אַ פֿאַרבינדונג צום אָריגינעלן טעקסט.
אין װעבזשורנאַל איבערזעץ געפֿינען זיך נײַע און היסטאָרישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אױף העברעיִש – צוזאַמען מיטן ייִדישן טעקסט.
צום קוקן/הערן
צװײ אַנימירטע פֿאָלקס־מעשׂיות מיט אַ קלאָרער, פּשוטער נאַראַציע אױף ייִדיש:
אױדיאָ און װידעאָ פֿון שװעדן. אין שװעדן איז ייִדיש אַן אָפֿיציעלע מינאָריטעט־שפּראַך, פּראָדוצירט מען װידעאָס און אױדיאָ־פּראָגראַמען אױף ייִדיש. מע זעצט למשל איבער װידעאָס פֿאַר ייִנגערע און עלטערע קינדער (אײן דוגמא: קנאָספּל), און מע לאָזט אַרױס קולטור־פּראָגראַמען אױף ייִדיש (למשל: מײַן דערצײלונג). מע קען געפֿינען נאָך מאַטעריאַלן אױף ייִדיש מיטן זוכװאָרט jiddisch אױפֿן װעבאָרט פֿון שװעדישע דערציִערישע טראַנסמיסיעס.
װידעאָ־קאַנאַל בײַם פֿאָרװערטס. דאָ געפֿינען זיך אַ סך אינטערװיוען, רעפּאָרטאַזשן, און פּרעזענטאַציעס, צום טײל מיט ענגלישע אונטערטיטלען. פֿאַר לערנערס זײַנען זײער צוגענגלעך עסט געזונטערהײט (קאָך־װידעאָס) און יאָגאַ אױף ייִדיש.
אינטערװיוען פֿונעם װעקסלער־פּראָיעקט פֿאַר בעל־פּה־געשיכטע. אין די אינטערװיוען פֿון װעקסלער־פּראָיעקט בײַם ייִדישן ביכער־צענטער דערצײלן די אינטערװיויִרטע זײער לעבנס־געשיכטע, ספּעציעל װאָס שײך ייִדן, ייִדיש, און ייִדישקײט. טײל אינטערװיוען האָט מען דורכגעפֿירט אױף ייִדיש. מע קען זוכן צװישן די אינטערװיוען לױט דער שפּראַך און אױך לױט טעמעס. אָט, צום בײַשפּיל, זײַנען אױסצוגן פֿון פֿיר פֿאַרשײדענע אינטערװיוען אױף ייִדיש װוּ מע רעדט װעגן די קינדער־יאָרן:
אַבֿרהם גאָלדבערג: אַ ייִנגל לערנט אין חדר בײַם זײדן
גיטל שעכטער־װישװאַנאַט: אין דער הײם האָט מען געמוזט רעדן ייִדיש
יצחק לודען: די מעדעם־סאַנאַטאָריע – אַ סאָציאַליסטישע קינדער־רעפּובליק
חנוכּה־מעשׂה. דער װידעאָ איז געװען אַ פּראָיעקט פֿון אַ ייִדיש־קלאַס פֿאַר קינדער אין ישׂראל: די קינדער שפּילן אױס די מעשׂה פֿון אַ חנוכּה־נס.
פֿון דער חסידישער װעלט. הײַנט שאַפֿט מען אין חסידישע קרײַזן נײַע װידעאָס און אױדיאָ־רעקאָרדירונגען, למשל:
מאָטי אילאָװיטש – בערל – װידעאָ: אַ ליד/מעשׂה װעגן אַ טאַטן מיט זײַן זון.
הרבֿ יואל קלײן – אױדיאָ־קאַנאַל פֿאַר קינדער מיט לידער, מעשׂהלעך, און דערקלערונגען װעגן די יום־טובֿים. אין דער סצענקע, למשל, מאַכט דער טאַטע לאַטקעס מיט זײַנע ייִנגלעך. אױפֿן אַלבום מאַכן פֿרײַנדשאַפֿט: זומער־סעזאָן קען מען הערן אַן אױדיאָ־דראַמע מיט לידער װעגן מײדלעך אין עלעמענטאַר־שול און זײערע חבֿרשאַפֿטן.
פּראָסטע ייִדיש. אַ פּאָדקאַסט פֿון דער מעלבורנער ייִדיש־לערערין אסתּר דיאַמאָנט. אסתּר רעדט קלאָר און פּאַמעלעך אױף טעמעס װאָס האָבן צו טאָן מיטן טאָג־טעגלעכן לעבן און דער ייִדיש־קולטור. יעדע אױדיציע װערט באַגלײט פֿון אַ טראַנסקריפּט מיט אַ גלאָסאַר.
רעדנדיק ביכל. די ביאָגראַפֿיע חנה סענעש פֿון אַהרון מעגעד, אַרױסגעגעבן פֿון די פּרץ־שולן אין מאָנטרעאַל, איז צוגעפּאַסט פֿאַר לערנערס אױפֿן מיטעלן ניװאָ. מע קען הערן דעם טעקסט דאָ און אים לײענען דאָ.
ייִדישע לידער
דאָס װעבאָרט מאַכט צוגענגלעך די רײַכע זאַמלונג ייִדישע לידער װאָס די מלאָטעקס האָבן אַרױסגעגעבן אין פֿינף געזאַנגביכער. מע קען לײענען די טעקסטן פֿון די לידער מיט ייִדישע אותיות, אין טראַנסקריפּציע, און אין אַן ענגלישער איבערזעצונג, און מע קען אַראָפּלאָדן די נאָטן. װען מעגלעך גיט מען אַ פֿאַרבינדונג צו אַ רעקאָרדירונג פֿונעם ליד.
אין דער זאַמלונג געפֿינען זיך עלטערע און נײַערע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע לידער. מע קען זוכן לױטן קינסטלער, אָדער לױטן טיטל פֿון ליד. אָט איז למשל אַן אַלבום יום־טובֿ לידער פֿאַר קינדער פֿון סינדי פּײלי.
אַ װעבאָרט פֿאַר לערנערס מיטן טעקסט פֿון ייִדישע לידער אױף ייִדיש מיט ייִדישע אותיות, טראַנסקריפּציע, און מיט איבערזעצונג אױף ענגליש און אױף פֿראַנצײזיש. יעדעס ליד קומט אױך מיט אַ גלאָסאַר און פֿאַרבינדונגען װוּ מע קען עס הערן.
אַלבום מיט לידער פֿון בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן. פֿון דעם אַלבום קומט דאָס ליד „װאָס קוקט עס דאָרט אַרױס פֿון דר׳ערד“ װאָס מע הערט אין ייִדישפּאָפּ בײַם סוף פֿון פֿילמעלע אין לעקציע 4.2 (זען אױך 4.2 קולטור).
װערטערביכער
אײנשפּראַכיקע װערטערביכער
װערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע װערטער אין ייִדיש (יצחק ניבאָרסקי)
Dictionnaire des mots d’origine hébraïque et araméenne en usage dans la langue yiddish (Yitskhok Niborski)
דאָס װערטערבוך דערקלערט לשון־קודש־שטאַמיקע װערטער מיט ייִדישע דעפֿיניציעס און משל־זאַצן פֿון דער ליטעראַטור. מע קען קױפֿן דאָס װערטערבוך דירעקט פֿון פֿאַרלאַג בײַ דער מעדעם־ביבליאָטעק.
גרױסער װערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך (יודאַ אַ. יאָפֿע, יודל מאַרק)
די פֿיר בענד פֿון דעם ייִדיש־ייִדישן װערטערבוך דעקן בלױז דעם אות א. מע קען לײענען/אַראָפּלאָדן אַלע פֿיר בענד אין דער דיגיטאַלער ביבליאָטעק בײַם ייִדישן ביכער־צענטער.
צװײשפּראַכיקע װערטערביכער
אוקראַיִניש
ייִדיש־אוקראַיִנישער װערטערבוך (דמיטראָ טישטשענקאָ)
Їдиш-український словник (Дмитро Тищенко)
האָלענדיש
Het Jiddisch-Nederlandse Woordenboek (Justus van de Kamp)
העברעיִש
מלון עברי־ייִדי שלם / פֿולער העברעיִש־ייִדישער װערטערבוך (מ. צאַנין) באַנד 1
מלון עברי־ייִדי שלם / פֿולער העברעיִש־ייִדישער װערטערבוך (מ. צאַנין) באַנד 2
ענגליש
די װײַטערדיקע צװײ װערטערביכער האָבן אַ געדרוקטן נוסח און אַן אָנלײַן־נוסח:
אַרומנעמיק ייִדיש־ענגליש װערטערבוך (חײם באָכנער, שלום בײנפֿעלד)
Comprehensive Yiddish-English Dictionary (Solon Beinfeld, Harry Bochner)
דער אָנלײַן־נוסח פֿון דעם װערטערבוך גיט די ברירה צו טײַטשן די װערטער אױף ענגליש אָדער פֿראַנצײזיש.
אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש װערטערבוך, באַזירט אױף די לעקסישע זאַמלונגען פֿון מרדכי שעכטער (גיטל שעכטער־װישװאַנאַט, הערשל גלעזער)
Comprehensive English-Yiddish Dictionary, based on the lexical research of Mordkhe Schaechter (Gitl Schaechter-Viswanath, Paul Glasser)
פֿראַנצײזיש
ייִדיש־פֿראַנצײזיש װערטערבוך (בערל װײַסבראָט, יצחק ניבאָרסקי)
Dictionnaire yiddish-français (Yitskhok Niborski, Bernard Vaisbrot)
די פֿראַנצײזישע ברירה בײַם אױבן דערמאָנטן װעבאָרט verterbukh.org איז אַן עלעקטראָנישער נוסח פֿון אָט דעם װערטערבוך.
פֿראַנצײזיש־ייִדיש װערטערבוך (שמואל קערנער, בערל װײַסבראָט)
Dictionnaire français-yiddish (Samuel Kerner, Bernard Vaisbrot)
רוסיש
רוסיש־ייִדישער װערטערבוך (מ. שאַפּיראָ, ע. ספּיװאַק, מ. שולמאַן)
Русско-Еврейский Словарь (М. А. Шапиро, И. Г. Спивака, М. Я. Шульмана)
שװעדיש
Jiddisch-svensk/svensk-jiddisch ordbok (Lennart Kerbel, Jean Hessel, Peter David)
שפּאַניש
ייִדיש־שפּאַניש װערטערבוך (יעקבֿ־יהושע לערמאַן, יצחק ניבאָרסקי)
Diccionario Yidish–Español (Jacobo Isaias Lerman, Isidoro Niborski)
לערנביכער
אוריאל װײַנרײַך, קאַלעדזש־ייִדיש
Uriel Weinreich, College Yiddish
קאַלעדזש־ייִדיש איז אַ קלאַסיש װערק: זינט דאָס לערנביכל איז אַרױס אין 1949 האָבן זײער אַ סך סטודענטן מיט אים אָנגעהױבן זײער ייִדיש־לימוד. כאָטש קאַלעדזש־ייִדיש קען זיך דעם הײַנטיקן לײענער דאַכטן אַלטמאָדיש, באָט עס נאָך אַלץ אָן אַן אױסגעצײכנטן אַרײַנפֿיר צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. אַן ענטפֿער־שליסל צו די געניטונגען קען מען אַראָפּלאָדן דאָ.
שבֿע צוקער, ייִדיש, אַן אַרײַנפֿיר: לשון, ליטעראַטור און קולטור
Sheva Zucker, Yiddish: An Introduction to the Language, Literature and Culture
ייִדיש: אַן אַרײַנפֿיר איז אָנגעפּיקעװעט מיט לעבעדיקע און אינטערעסאַנטע לײענטעקסטן: שמועסן װאָס באָטן אָן מוסטערן פֿון דער גערעדטער שפּראַך, ליטעראַרישע טעקסטן רעדאַגירט פֿאַר סטודענטן – סײַ פּאָעזיע סײַ פּראָזע, און זינגלידער. דאָס לערנביכל נעמט אַרײַן קלאָרע גראַמאַטיק־דערקלערונגען, בױט דעם װאָקאַבולאַר־אוצר טעמאַטיש, און װערט באַגלײט פֿון קלאַנג־רעקאָרדירונגען פֿון די טעקסטן, לידער, און געניטונגען.
Lily Kahn, Colloquial Yiddish
דאָס לערנביכל שטעלט דעם טראָפּ אױף דער גערעדטער שפּראַך מיט דיאַלאָגן צום לײענען און צום הערן צוזאַמען מיט קלאָרע דערקלערונגען װעגן דער גרונט־גראַמאַטיק. עס נעמט אױך אַרײַן עטלעכע פּשוטע מעשׂיות אױף ייִדיש און קולטור־ידיעות אױף ענגליש. מע קען אַראָפּלאָדן די קלאַנגטעקעס װאָס באַגלײטן דאָס געדרוקטע ביכל דאָ.
Asya Vaisman Shulman, Jordan Brown, Mikhl Yashinsky, In Eynem: The New Yiddish Textbook
אָט דאָס יחיד־במינודיקע לערנביכל גלידערט אײַן רײַכע קאָליריקע אילוסטראַציעס אין אַ לערן־פּראָגראַם װאָס שעפּט פֿון די אױפֿטוען פֿון דער הײַנטיקער פֿאָרשונג װעגן שפּראַך־פּעדאַגאָגיק. עס נעמט אַרײַן אַ סך לידער און אױטענטישע טעקסטן באַאַרבעט פֿאַרן לערנער, און װערט באַגלײט פֿון אַ שלל מיט עלעקטראָנישע צוגאָב־מאַטעריאַלן. דאָס לערנביכל איז צוגענגלעך דעם אַלײן־לערנער, און די לערן־פּראָגראַם װי אַ גאַנצקײט באָט אָן דעם לערער אַ ממשותדיקן פּעדאַגאָגישן אונטערשפּאַר.
מיט דערקלערונגען אױף דײַטש, העברעיִש, אָדער רוסיש
מאַריאָן אַפּטראָד און האָלגער נאַט, אַרײַנפֿיר אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור
Marion Aptroot and Holger Nath, Einführung in die jiddische Sprache und Kultur
דאָס לערנביכל ניצט גוט אױס די נאַטירלעכע באַקאַנטשאַפֿט מיטן דײַטשן קאָמפּאָנענט פֿון ייִדיש װאָס עס האָבן דײַטש־רעדער: נאָך אַ קורצן אָפּטײל אױף דײַטש װאָס לערנט דעם אַלף־בית זײַנען אַלע דערקלערונגען אױף ייִדיש, מיט אַרומנעמיקע ייִדיש־דײַטשע גלאָסאַרן. דאָס בוך באָט אָן אַ רײַכן אױסקלײַב לײענטעקסטן, אַרײַנגערעכנט שמועסן, ליטעראַטור, און קולטור־געשיכטע, װאָס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ ממשותדיקן אַרײַנפֿיר אױף ייִדיש אין דער ייִדיש־קולטור.
אוריאל װײנרײך, יידיש לאוניברסיטה
העברעיִשער נוסח פֿון אוריאל װײַנרײַכס קאַלעדזש־ייִדיש (זען דאָ אױבן)
חנן באָרדין, װאָרט בײַ װאָרט: מאַטעריאַלן פֿאַר אָנהײבערס
Hanan Bordin, Vort bay vort: materyaln far onheybers
די מאַטעריאַלן אין װאָרט בײַ װאָרט זײַנען צוגעפּאַסט פֿאַרן אַװאַנסירטן אָנהײבער און מיטנדיקן סטודענט. די גראַמאַטיק־דערקלערונגען, וואָס נעמען אַרײַן פּרטימדיקע רשימות און טאַבעלעס, זײַנען אויף ייִדיש. צװישן די געניטונגען זײַנען דאָ זאַצן איבערצוזעצן אױף ייִדיש; מע גיט די זאַצן סײַ אױף העברעיִש, סײַ אױף ענגליש. דאָס ביכל נעמט אױך אַרײַן פֿאַרשײדנאַרטיקע לײענטעקסטן, למשל לידער, עסײעלעך, און סטודענטישע קאָמפּאָזיציעס.
Сандлер Семен Анатольевич, Идиш. Учебник для русскоговорящих
(S. A. Sandler, Yiddish for Russian Speakers)
לערנביכער פֿאַר מיטנדיקע און אַװאַנסירטע
חנן באָרדין, מיט װאָרט און מעשׂים
Hanan Bordin, Mit vort un maysim
יעדעס קאַפּיטל פֿון אָט דעם לערנביכל פֿאַר אַװאַנסירטע סטודענטן נעמט אַרײַן אַ טעקסט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און דערקלערונגען אױף ייִדיש װעגן אַ גראַמאַטישן ענין צוזאַמען מיט געניטונגען. װען ס׳איז דאָ אינעם ביכל אַ צװײטע שפּראַך (דער עיקר אין איבערזעץ־געניטונגען), גיט מען דעם טעקסט סײַ אױף העברעיִש, סײַ אױף ענגליש.
דוד גאָלדבערג, ייִדיש אױף ייִדיש
Dovid Goldberg, Yidish af yidish
דאָס לערנביכל פֿאַר מיטנדיקע און אַװאַנסירטע סטודענטן נעמט אַרײַן גראַמאַטישע און לעקסישע ענינים צוזאַמען מיט טעקסטן און אַקטיװיטעטן, געבױט אַז דער לערנער זאָל ניצן די נײַע װערטער און סטרוקטורן אין לעבעדיקע קאָנטעקסטן. די פֿילצאָליקע טעמעס צום שמועסן העלפֿן אַרױס דעם לערנער מיט סטרוקטורן און אידיאָמאַטישע אױסדרוקן. די דערקלערונגען זײַנען אױף ייִדיש; דער װאָקאַבולאַר װערט איבערגעטײַטשט אױף ענגליש.
מרדכי שעכטער, ייִדיש צװײ
Mordkhe Schaechter, Yiddish II
דאָס לערנביכל פֿאַר מיטנדיקע און אַװאַנסירטע סטודענטן איז געשריבן געװאָרן װי אַ המשך צו קאַלעדזש־ייִדיש. עס נעמט אַרײַן פֿאַרשײדענע מינים טעקסטן (שמועסן, לידער, עסײעלעך װעגן שפּראַך־ און קולטור־ענינים) צוזאַמען מיט דערקלערונגען אױף ייִדיש װעגן אַ שלל מיט גראַמאַטישע און לעקסישע ענינים. מע האָט לעצטנס געמאַכט אַ פֿאַרגרעסערט זוכצעטל צו דעם ביכל װאָס איז פֿאַקטיש אַ קלײנע ענציקלאָפּעדיע פֿון דער ייִדישער שפּראַך.
ייִדיש־קאָמפּיוטערײַ
דאָס װעבזײַטל ייִדיש־קאָמפּיוטערײַ גיט צו פֿאַרשטײן װי מע קען שרײַבן מיט ייִדישע אותיות אױף פֿאַרשײדענע קאָמפּיוטערס, טעװעלעך, און מאָבילקעס.
ייִדיש־קלאַסן
קורסן דורכן יאָר
הײַנט קען מען זיך לערנען ייִדיש סײַ פּנים־אל־פּנים, סײַ אָנלײַן, אױף אַלע ניװאָען. די װײַטערדיקע אָרגאַניזאַציעס באָטן רעגולער אָן אַ ברײטע גאַמע קלאַסן, אָבער זײ זײַנען נישט די אײנציקע – קען זײַן אַז אױך אין אײַער װױנאָרט לערנט מען ייִדיש!
קדימה, מעלבורן
אָט איז אַ רשימה אוניװערסיטעטן װוּ מע לערנט ייִדיש.
אינטענסיװע זומער־פּראָגראַמען
פֿאַראַן עטלעכע ייִדיש־זומער־פּראָגראַמען, װוּ מע קען זיך לערנען ייִדיש אינטענסיװ. די פּראָגראַמען באָטן געװײנטלעך אָן שפּראַכקלאַסן צוזאַמען מיט לעקציעס און װאַרשטאַטן אױף פֿאַרשײדענע געביטן, למשל: ליטעראַטור, געשיכטע, טעאַטער, און געזאַנג. מע אָרגאַניזירט אָפֿט אַרױספֿאָרן אין לאָקאַלע ייִדיש־ערטער.
דער װעבזשורנאַל אין געװעב גיט געװײנטלעך אַרױס אין יאַנואַר אָדער פֿעברואַר אַ רשימה מיט ייִדיש־פּראָגראַמען אינעם קומעדיקן זומער; אָט איז די רשימה פֿאַר 2024. די װײַטערדיקע פּראָגראַמען קומען פֿאָר רעגולער:
אָט אַזױ, ייִדישער מוזיק־אינסטיטוט, לאָנדאָן
Ot Azoy – Learn Yiddish, Jewish Music Institute, London
אינטערנאַציאָנאַלער זומער־סעמינאַר פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור, װאַרשעװער ייִדיש־צענטער
International Summer Seminar in Yiddish Language and Culture, Centrum Kultury Jidysz, Warsaw
זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש א״נ סטײַנער, ייִדישער ביכער־צענטער, אַמהערסט מאַסאַטשוסעטס
(פֿאַר סטודענטן אין עלטער פֿון 18 ביז 29)
Steiner Summer Yiddish Program, Yiddish Book Center, Amherst, Massachusetts
פּראָגראַם פֿון ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור, און קולטור א״נ אוריאל װײַנרײַך, ייִװאָ, ניו־יאָרק
The Uriel Weinreich Summer Program in Yiddish Language, Literature, and Culture, YIVO, New York
זומער־פּראָגראַם פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, פּאַריזער ייִדיש־צענטער (די זומערקורסן קומען פֿאָר אין פֿאַרשײדענע אײראָפּעיִשע שטעט, אין 2024 אין בערלין)
Summer Program for Yiddish Language and Literature, Paris Yiddish Center
די אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש א״נ נעמי פּראַװער קאַדאַר, תּל־אַבֿיבֿער אוניװערסיטעט
The Naomi Prawer Kadar International Yiddish Summer Program, Tel Aviv University
פֿאַרברענגט אין אַ ייִדיש־סבֿיבֿה!
די ייִדיש־װאָך, װאָס עס אָרגאַניזירט יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש, איז אַ געלעגנהײט צו פֿאַרברענגען אין אַ סבֿיבֿה װוּ אַלע רעדן ייִדיש. די ייִדיש־װאָך קומט פֿאָר יעדן אױגוסט אין אַ זומערקעמפּ אין די ניו־יאָרקער בערקשיר־בערג. די אַקטיװיטעטן (אַלע אױף ייִדיש) נעמען אַרײַן לעקציעס, װאַרשטאַטן, ספּאָרט, האַנטאַרבעט, און נאָך. מע מוז נאָך נישט פֿליסיק רעדן ייִדיש כּדי הנאה צו האָבן פֿון דער ייִדיש־װאָך, אָבער מע דאַרף זײַן גרײט צו קאָמוניקירן נאָר אױף ייִדיש.
אױף די װײַטערדיקע צװײ פּראָגראַמען פֿאַרברענגט מען אַ סוף־װאָך אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה:
דער ייִדיש־סוף־װאָך אין אױסטראַליע (אָדער שרײַבט yidaustralia@gmail.com)
מוזיק־ און קולטור־פּראָגראַמען
די װײַטערדיקע פּראָגראַמען, אױף װעלכע מע קען זיך פֿאַרטיפֿן אין קלעזמער־מוזיק און אין דער ייִדיש־קולטור, װערן געפֿירט צום טײל אױף ייִדיש און צום טײל אױף אַנדערע שפּראַכן. געװײנטלעך באָטן זײ אָן קלאַסן פֿון ייִדישער שפּראַך צװישן אַ שלל מיט אַנדערע קלאַסן און װאַרשטאַטן.