לײען
1. ייִדיש: װען און װוּ?
אַשכּנז און ייִדיש
אַשכּנז [/אַשקענאַז/] איז דער נאָמען װאָס ייִדן האָבן געגעבן דעם טײל אײראָפּע װוּ מע רעדט דײַטש. די קולטור פֿון ייִדן װאָס האָבן געװױנט אין אַשכּנז איז געװען אַנדערש פֿון ייִדן אין אַנדערע ערטער. װען אַשכּנזים פֿון דײַטשלאַנד זײַנען אַװעק אין פּױלן, האָבן זײ מיטגעבראַכט זײער אַשכּנזישע קולטור. אַ װיכטיקער טײל פֿון דער אַשכּנזישער קולטור איז די ייִדישע שפּראַך. ייִדן װאָס קומען פֿון אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה זײַנען אַשכּנזים.
ייִדיש: דער אָנהײב
ייִדיש איז אַן ערך [/ערעך/] טױזנט יאָר אַלט. װען ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין דײַטשלאַנד מיט אַן ערך טױזנט יאָר צוריק, האָבן זײ זיך געלערנט די שפּראַך פֿון די דאָרטיקע נישט־ייִדן – דײַטש. ייִדן האָבן אָבער גערעדט דײַטש אױף אַ ייִדישן אופֿן [אױפֿן]. זײ האָבן למשל [לעמאָשל] אַרײַנגעמישט לשון־קודש [/לאָשן־קױדעש/] אין זײער דײַטש.
ס׳איז דאָ אַ קשיא: צי קען מען שױן רופֿן די שפּראַך װאָס ייִדן האָבן גערעדט אין דײַטשלאַנד מיט טױזנט יאָר צוריק „ייִדיש“, אַ ייִדישע שפּראַך, צי דאַרף מען בעסער זאָגן אַז ייִדן האָבן דעמאָלט גערעדט דײַטש אױף אַ ייִדישן אופֿן? דער גרױסער פֿאָרשער מאַקס װײַנרײַך האָט געשריבן – שױן ייִדיש!
ייִדיש: אין מערבֿ־אײראָפּע און מיזרח־אײראָפּע
שױן אין 11טן [עלפֿטן] יאָרהונדערט האָבן ייִדן אָנגעהױבן פֿאָרן פֿון דײַטשלאַנד אין פּױלן, ליטע און אַנדערע לענדער אויף מיזרח פֿון דײַטשלאַנד, און אין 15טן [פֿופֿצנטן] יאָרהונדערט האָבן שױן אַ סך ייִדן געװױנט אין מיזרח־אײראָפּע. ס׳איז זײער אינטערעסאַנט אַז זײ האָבן אין מיזרח־אײראָפּע װײַטער גערעדט ייִדיש (די ייִדיש־דײַטשע שפּראַך) און נישט אָנגעהױבן רעדן, למשל, ייִדיש־פּױליש. װי קען מען דאָס פֿאַרשטײן?
- ייִדן װאָס זײַנען אָנגעקומען אין פּױלן האָבן געהאַט משפּחה און חבֿרים אין דײַטשלאַנד, האָבן אַלע װײַטער גערעדט אײן שפּראַך – ייִדיש.
- אין פּױלן און ליטע זײַנען די נישט־ייִדן געװען פּױליש־רעדער, ליטװיש־רעדער, װײַסרוסיש־רעדער, אוקראַיִניש־רעדער, דײַטש־רעדער, און נאָך. האָבן אױך ייִדן געהאַט אַ שפּראַך – ייִדיש.
אַזױ איז „אַשכּנז“ געװאָרן גרעסער: ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין מערבֿ־אײראָפּע און אין מיזרח־אײראָפּע האָבן זיך גערופֿן אַשכּנזים.
אַשכּנזישע ייִדן האָבן הונדערטער יאָרן גערעדט ייִדיש אין דײַטשלאַנד, אָבער במשך פֿון 19טן [נײַנצנטן] יאָרהונדערט איז אַ גרױסער טײל דײַטשע ייִדן אַריבער אױף דײַטש װי זײער טאָג־טעגלעכע שפּראַך.
פּױלן װערט אַ טײל פֿון רוסלאַנד
ביז 1772 [זיבעצן צװײ און זיבעציק] האָבן ס׳רובֿ ייִדן נישט געטאָרט װױנען אין רוסלאַנד. אָבער סוף [/סאָף/] 18טן [אַכצנטן] יאָרהונדערט האָבן רוסלאַנד, עסטרײַך און פּרײַסן „צעטײלט“ פּױלן – דאָס הײסט, גענומען שטיקלעך פּױלן פֿאַר זיך. אַ סך ייִדן האָבן געװױנט אינעם טײל פֿון פּױלן װאָס רוסלאַנד האָט גענומען, הײסט עס אַז אָט די ייִדן האָבן מיט אַ מאָל שױן נישט געװױנט אין פּױלן, נאָר אין רוסלאַנד. אַזױ איז געװען ביז 1918 [נײַנצן אַכצן] װען פּױלן איז צוריק געװאָרן אַ לאַנד פֿאַר זיך.
פֿון 1791 [זיבעצן אײן און נײַנציק] ביז 1917 [נײַנצן זיבעצן] האָבן ס׳רובֿ [/סראָװ/] ייִדן אין רוסלאַנד געמוזט װױנען אין תּחום־המושבֿ [/טכום־האַמױשעװ/]. דאָס זײַנען געװען דער עיקר די ערטער װאָס רוסלאַנד האָט גענומען פֿון פּױלן.
ייִדיש־רעדער באַזעצן זיך איבער דער גאַנצער װעלט
ביזן אָנהײב 20סטן [צװאַנציקסטן] יאָרהונדערט זײַנען אַ סך ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אַרױסגעפֿאָרן פֿון מיזרח־אײראָפּע און זיך באַזעצט דער עיקר אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן (העכער צװײ מיליאָן מענטשן), אָבער אױך אין מערבֿ־אײראָפּע, ארץ־ישׂראל [/ערעץ־ייִסראָעל/], אַרגענטינע, קאַנאַדע, דרום־אַפֿריקע, אױסטראַליע, און אַנדערע לענדער. כאָטש ייִדן זײַנען אַרױסגעפֿאָרן פֿון מיזרח־אײראָפּע במשך דעם גאַנצן 19טן יאָרהונדערט, איז די צאָל געװאָרן אַ סך גרעסער נאָך די פּאָגראָמען אין רוסלאַנד אין 1881 [אַכצן אײן און אַכציק].
פֿאַר װאָס זײַנען אַזױ פֿיל ייִדן אַרױסגעפֿאָרן פֿון מיזרח־אײראָפּע?
- זײער אַ סך ייִדן האָבן נישט געהאַט גענוג צו עסן און נישט קײן אַרבעט.
- עס זײַנען געװען פּאָגראָמען און אַנדערע שװערע זאַכן פֿאַר ייִדן, למשל: ייִדן האָבן נישט געטאָרט טאָן אַלע אַרבעטן; ייִדן האָבן זיך נישט געטאָרט לערנען אין אַלע שולן.
דערפֿאַר װאָס ס׳רובֿ דײַטשע ייִדן האָבן אין 19טן יאָרהונדערט שױן גערעדט דײַטש װי זײער טאָג־טעגלעכע שפּראַך, זײַנען די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן װאָס האָבן זיך באַזעצט איבער דער גאַנצער װעלט דער עיקר געװען פֿון מיזרח־אײראָפּע.
2. װאָס פֿאַר אַ שפּראַך איז ייִדיש?
די קאָמפּאָנענטן פֿון ייִדיש
ייִדיש איז אַ שמעלצשפּראַך. אין אַ שמעלצשפּראַך שמעלצן זיך צוזאַמען (= מישן זיך גוט צוזאַמען) צװײ אָדער מער פֿאַרשײדענע שפּראַכן (די „קאָמפּאָנענטן“) און עס װערט אַ נײַע שפּראַך.
די װיכטיקסטע קאָמפּאָנענטן פֿון ייִדיש זײַנען גערמאַניש, לשון־קודש, און סלאַװיש. פֿון די דרײַ קאָמפּאָנענטן איז גערמאַניש דער גרעסטער.
ייִדיש האָט נאָך קאָמפּאָנענטן, קלענערע. ס׳איז דאָ אַ ראָמאַנישער קאָמפּאָנענט װאָס איז זײער אַלט (פֿון אַלטן פֿראַנצײזיש און איטאַליעניש). ס׳איז אױך דאָ אַ נײַערער קאָמפּאָנענט אינטערנאַציאָנאַלע װערטער װאָס מע ניצט אין אַ סך אײראָפּעיִשע שפּראַכן.
אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער זײַנען דאָ װאָקאַבולאַר־װערטער פֿון ייִדישפּאָפּ פֿון יעדן קאָמפּאָנענט:
קאָמפּאָנענט | בײַשפּילן |
---|---|
גערמאַניש | הימל אַרבעטן |
לשון־קודש | ים יישר־כּוח |
סלאַװיש | זשאַבע כאָטש |
ראָמאַניש | לײענען בענטשן |
אינטערנאַציאָנאַל | ראָבאָט פּאָדקאַסט |
אַ מאָל שמעלצן זיך צוזאַמען צװײ אָדער מער קאָמפּאָנענטן אין אײן װאָרט, למשל:
חלומען | חלום: פֿון לשון־קודש־קאָמפּאָנענט די ענדונג פֿון װערב –ען: פֿון גערמאַנישן קאָמפּאָנענט |
פּנימער | פּנים: פֿון לשון־קודש־קאָמפּאָנענט
די מערצאָל־ענדונג –ער: פֿון גערמאַנישן קאָמפּאָנענט |
שלימזל | שלים: פֿון גערמאַנישן קאָמפּאָנענט מזל: פֿון לשון־קודש־קאָמפּאָנענט |
אין די לענדער װוּ ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון מיזרח־אײראָפּע האָבן זיך באַזעצט, זײַנען צוגעקומען װערטער פֿון אַנדערע שפּראַכן, למשל ענגליש אין אַמעריקע („אײַזקרעם“ איז אַזאַ װאָרט).
ייִדישע דיאַלעקטן
װען מע רעדט אײן שפּראַך אין צװײ געגנטן, אָבער אין אײן געגנט רעדט מען אַ ביסל אַנדערש װי אין דער צװײטער, הײסט עס אַז אין די צװײ געגנטן רעדט מען פֿאַרשײדענע דיאַלעקטן.
עס זײַנען דאָ צװײ גרױסע ייִדישע דיאַלעקטן: מערבֿ־ייִדיש און מיזרח־ייִדיש. מערבֿ־ייִדיש האָט מען גערעדט אין דײַטשלאַנד און אַנדערע לענדער אין מערבֿ־אײראָפּע; מיזרח־ייִדיש האָט מען גערעדט אין פּױלן, אונגערן, ליטע און אַנדערע לענדער אין מיזרח־אײראָפּע.
אין מיזרח־אײראָפּע האָבן ייִדן געװױנט לעבן נישט־ייִדן װאָס רעדן סלאַװישע שפּראַכן אַזױ װי פּױליש, אוקראַיִניש, און װײַסרוסיש. דערפֿאַר געפֿינט מען דעם סלאַװישן קאָמפּאָנענט נאָר אין מיזרח־ייִדיש.
מיזרח־ייִדיש טײלט זיך אין דרײַ:
- צפֿון־ייִדיש (ליטװיש ייִדיש)
- דרום־מיזרח־ייִדיש (אוקראַיִניש ייִדיש)
- צענטראַל־ייִדיש (פּױליש ייִדיש)
דער גרעסטער טײל ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן װאָס האָבן זיך באַזעצט אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער אין 19טן און 20סטן יאָרהונדערט זײַנען געקומען פֿון מיזרח־אײראָפּע און האָבן גערעדט מיזרח־ייִדיש. דאָס הײסט אַז אױב דו האָסט אַ זײדן אָדער אַן עלטער־באָבען װאָס רעדט ייִדיש איז זײַן אָדער איר ייִדיש אַ מיזרח־ייִדישער דיאַלעקט.
כּלל־ייִדיש
כּלל־ייִדיש [/קלאַל/] נעמט זיך פֿון אַלע מיזרח־ייִדישע דיאַלעקטן. ס׳איז די שפּראַך פֿון מאָדערנע ייִדישע ביכער און מאָדערנע ייִדישע שולן. ס׳איז אױך די שפּראַך פֿון הײַנטיקע ייִדיש־לערנביכער.
מיט נעמין און אירע חבֿרים לערנען מיר כּלל־ייִדיש. אָבער דער מענטש װאָס שפּילט נעמין קומט פֿון אַ משפּחה װאָס רעדט צפֿון־ייִדיש. אָט זײַנען צװײ װערטער װאָס זי זאָגט אױף איר הײמישן דיאַלעקט:
- שטעקלעך: זי זאָגט /שטעקלאַך/
- פּנים: זי זאָגט /פּאָנים/ און נישט, װי אױף כּלל־ייִדיש, /פּאָנעם/
כּלל־ייִדיש און די מיזרח־ייִדישע דיאַלעקטן: װאָס איז אַנדערש?
אַ סך זאַכן זײַנען אַנדערש אָבער צום גרינגסטן הערט מען דעם דיאַלעקט אין די װאָקאַלן. אױף כּלל־ייִדיש איז דער אַרױסרעד פֿון די װאָקאַלן אַזױ װי מע הערט זײ אין ייִדישפּאָפּ. אין די דיאַלעקטן איז דער אַרױסרעד פֿון טײל װאָקאַלן אַנדערש (כאָטש מע שרײַבט נישט אַנדערש).
אָט װײַזן די פֿעטע אותיות װוּ דער אַרױסרעד פֿון אַ װאָקאַל איז אַנדערש אין די דרײַ מיזרח־ייִדישע דיאַלעקטן װי אין כּלל־ייִדיש:
כּלל־ייִדיש | יאָ, אַ דאַנק. זיי האָבן מיר שוין געגעבן די מתּנה פֿאַר מײַן ברודער. |
---|---|
צפֿון־ייִדיש | / יע, אַ דײַנק. זיי האָבן מיר שיין געגעבן די מאַטאָנע פֿאַר מײַן ברודער. / |
דרום־מיזרח־ייִדיש | / יאָ, אַ דאָנק. זיי האָבן מיר שוין געגיבן די מאַטונע פֿאַר מאַן ברידער. / |
צענטראַל־ייִדיש | / יאָ, אַ דאַנק. זײַ האָבן מיר שוין געגייבן די מעטונע פֿאַר מאַאַן ברידער. / |
עס זײַנען אױך דאָ אונטערשײדן אין װאָקאַבולאַר און גראַמאַטיק. אָט למשל:
כּלל־ייִדיש | צפֿון־ייִדיש | דרום־מזרח־ |
צענטראַל־ייִדיש |
---|---|---|---|
כ׳בין געזעסן | כ׳האָב געזעסן | כ׳בין געזעסן | כ׳בין געזיצן |
דער קאָפּ | די קאָפּ | דער קאָפּ | דער קאָפּ |
ני(ש)ט | ניט | ני(ש)ט | ניש |
קלײדל / ספּאָדניצע | רעקל / ספּאָדניצע | ראָק / ספּודניצע | ספּודניצע |
אַן עלטערע שרײַבשפּראַך
דער אָנהײב פֿון כּלל־ייִדיש איז אין מיזרח־אײראָפּע, סוף 19טן יאָרהונדערט. דעמאָלט איז די צאָל מערבֿ־ייִדיש־רעדער שױן געװען אַ קלײנע, איז מערבֿ־ייִדיש נישט געװאָרן קײן טײל פֿון דער מאָדערנער ייִדישער כּלל־שפּראַך.
עס איז אָבער געװען אַן עלטערע שרײַבשפּראַך װאָס ייִדן אין מערבֿ און אין מיזרח האָבן געקענט פֿאַרשטײן. דאָס איז געװען די שפּראַך פֿון ביכער אױף ייִדיש פֿון 16טן [זעכצנטן] ביזן סוף 18טן יאָרהונדערט. אָבער אין 18טן יאָרהונדערט האָט מען אין מיזרח אָנגעהױבן צו שרײַבן ביכער אױף מיזרח־ייִדיש און אין מערבֿ זײַנען ייִדן אַריבער אױף דײַטש און אַנדערע שפּראַכן, האָט מען מער נישט געדאַרפֿט די עלטערע ייִדישע שרײַבשפּראַך.
3. ייִדיש און אַנדערע שפּראַכן בײַ אַשכּנזישע ייִדן
די עלטערע צײַטן
אין די עלטערע צײַטן (ביזן 18טן יאָרהונדערט און צום טײל װײַטער) זײַנען בײַ אַשכּנזישע ייִדן געװען כאָטש דרײַ שפּראַכן: ייִדיש, לשון־קודש, און אַ נישט־ייִדישע שפּראַך (למשל פּױליש אָדער אוקראַיִניש). װעגן אַ שפּראַך קען מען פֿרעגן: װאָס זײַנען אירע פֿונקציעס? מע רעדט זי? מיט װעמען רעדט מען זי? מע שרײַבט זי? מע לײענט זי?
דער עיקר האָט מען…
- גערעדט ייִדיש מיט ייִדן – מענער און פֿרױען.
- גערעדט אַ נישט־ייִדישע שפּראַך מיט נישט־ייִדן – מענער און פֿרױען.
- געלײענט און געשריבן לשון־קודש בײַם לערנען און אין בריװ – נאָר מענער.
כאָטש מע האָט בײַם לערנען אַלץ געלײענט און געשריבן אױף לשון־קודש, האָט מען גערעדט װעגן דעם לערנען אױף ייִדיש.
ייִדיש איז דער עיקר געװען אַ רעדשפּראַך, אָבער מע האָט אױך געשריבן אױף ייִדיש פֿאַר מענטשן װאָס קענען נישט קײן לשון־קודש, אָדער װאָס קענען נישט גוט לשון־קודש. דערפֿאַר װאָס מע האָט געװײנטלעך געלערנט לשון־קודש נאָר מיט ייִנגלעך, זײַנען אַ סך עלטערע ייִדישע ביכער געװען פֿאַר פֿרױען (און מענער װאָס זײַנען „װי פֿרױען“ װײַל זײ קענען נישט קײן לשון־קודש). דאָס עלטסטע ביכל מעשׂיות אױף ייִדיש װאָס מע האָט ביז איצט געפֿונען איז פֿון יאָר 1382 [דרײַצן צװײ און אַכציק].
מע קען זאָגן אַז לשון־קודש האָט געהאַט בײַ אַשכּנזישע ייִדן אַ „העכערע“ פֿונקציע װי ייִדיש. די װיכטיקסטע, געלערנטסטע ביכער זײַנען געװען אױף לשון־קודש. ייִדיש, די טאָג־טעגלעכע שפּראַך פֿון דער הײם און בײַ דער אַרבעט, האָט געהאַט „נידעריקערע“ פֿונקציעס. און אַ נישט־ייִדישע שפּראַך האָט מען נישט גערעדט מיט ייִדן, נאָר װען מע האָט געמוזט רעדן מיט נישט־ייִדן.
דאָס הײסט אַז אין די עלטערע צײַטן האָבן אַלע דרײַ שפּראַכן (לשון־קודש, ייִדיש און אַ נישט־ייִדישע שפּראַך) געהאַט פֿאַרשײדענע פֿונקציעס. אין דער מאָדערנער צײַט איז אָבער מער נישט געװען אַזױ.
די מאָדערנע צײַט
משׂכּילים: ייִדיש איז „נישט קײן ריכטיקע שפּראַך“
סוף 18טן יאָרהונדערט זײַנען געװען ייִדן װאָס האָבן געװאָלט זײַן מער „אײראָפּעיִש“. מע רופֿט אָט די ייִדן משׂכּילים [/מאַסקילים/]. זײ האָבן אָנגעהױבן צו רעדן אַ נישט־ייִדישע שפּראַך אין דער הײם (למשל דײַטש אָדער רוסיש). אַ סך משׂכּילים האָבן געמײנט אַז אַ ייִד װאָס רעדט ייִדיש קען נישט זײַן מאָדערן. זײ האָבן אױך געטראַכט אַז ייִדיש איז נישט קײן „רײנע“ שפּראַך – דײַטש און העברעיִש זײַנען „רײנע“ שפּראַכן, נאָר ייִדיש איז אַ „געמיש“ – און „געמישטע“ שפּראַכן זײַנען „נישט קײן ריכטיקע שפּראַכן“. דער געדאַנק אַז ייִדיש איז נישט קײן „ריכטיקע“ שפּראַך איז געװען פֿאַרשפּרײט אין מיזרח־אײראָפּע אין 19טן יאָרהונדערט.
דערפֿאַר װאָס משׂכּילים האָבן נישט געװאָלט רעדן קײן ייִדיש, האָט דײַטש אָדער רוסיש (אַ נישט־ייִדישע שפּראַך) אָנגענומען בײַ זײ די פֿונקציעס פֿון אַ רעדשפּראַך. און דערפֿאַר װאָס זײ האָבן געקוקט אױף דער אײראָפּעיִשער קולטור װי אױף אַ הױכער קולטור, זײַנען דײַטש און רוסיש געװאָרן בײַ זײ שפּראַכן פֿון לערנען צוזאַמען מיט לשון־קודש: לשון־קודש צו לײענען די װיכטיקסטע ייִדישע ביכער, און דײַטש אָדער רוסיש צו לײענען די װיכטיקסטע אײראָפּעיִשע ביכער.
ייִדישיסטן: ייִדיש איז די מאָדערנע קולטורשפּראַך בײַ ייִדן
סוף 19טן יאָרהונדערט האָבן טײל ייִדן גענומען זאָגן: די משׂכּילים זײַנען נישט גערעכט! פֿאַרשטײט זיך אַז ייִדיש איז אַ ריכטיקע שפּראַך! און נישט נאָר אַ ריכטיקע שפּראַך, נאָר אונדזער שפּראַך, די שפּראַך פֿון אַשכּנזישע ייִדן. און נישט נאָר די שפּראַך פֿון די אַלטע צײַטן, נאָר אױך די שפּראַך פֿון נײַע געדאַנקען אין דער מאָדערנער צײַט. ייִדיש מוז זײַן די מאָדערנע, ייִדישע קולטורשפּראַך.
אָט די ייִדן װאָס האָבן אַװעקגעשטעלט ייִדיש װי די עיקר־שפּראַך פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור רופֿט מען ייִדישיסטן. בײַ זײ האָט ייִדיש װײַטער געהאַט די „נידעריקערע“ פֿונקציעס פֿון אַ טאָג־טעגלעכער רעדשפּראַך, און אױך אָנגענומען טײל „העכערע“ פֿונקציעס פֿון לשון־קודש. מע האָט אַלץ געשריבן אױף ייִדיש: מעשׂיות, לידער, צײַטונגען, טעאַטער, לערנביכער, און די װיכטיקסטע נײַע געדאַנקען. מע האָט געלערנט אין גאַנצן אױף ייִדיש.
העברעיִסטן: העברעיִש איז די מאָדערנע קולטורשפּראַך בײַ ייִדן
העברעיִסטן האָבן אַװעקגעשטעלט העברעיִש װי די עיקר־שפּראַך פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור. נישט לשון־קודש, די שפּראַך פֿון ייִדן במשך פֿון הונדערטער יאָרן, נאָר העברעיִש: אַ מאָדערנע שפּראַך, די שפּראַך פֿון ציוניסטישן [/ציִעניסטישן/] חלום אַז ייִדן זאָלן צוריק אין ארץ־ישׂראל. װען ציוניסטן האָבן אָנגעהױבן זיך באַזעצן אין ארץ־ישׂראל סוף 19טן יאָרהונדערט, איז העברעיִש געװאָרן אַ טאָג־טעגלעכע רעדשפּראַך. מע האָט אױך אַלץ געשריבן און געלערנט אױף העברעיִש. העברעיִש האָט אָנגענומען די „נידעריקערע“ און די „העכערע“ שפּראַכפֿונקציעס.
העברעיִסטן האָבן נישט געװאָלט האָבן קײן ייִדיש אין ארץ־ישׂראל. זײ האָבן געזאָגט אַז ייִדיש איז די שפּראַך פֿון ייִדן אין אײראָפּע, פֿון די אַלטע צײַטן. אין ישׂראל מוז זײַן אַ נײַע ייִדישע קולטור אױף דער העברעיִשער שפּראַך.
שפּראַכפֿונקציעס אין דער מאָדערנער צײַט
עס זײַנען אױך געװען אַ סך ייִדן װאָס זײַנען אין גאַנצן אַװעק פֿון ייִדיש און העברעיִש, און האָבן אַלץ געטאָן אױף נישט־ייִדישע שפּראַכן – גערעדט אין דער הײם און בײַ דער אַרבעט, געלײענט, געלערנט און געשריבן.
הײסט עס, אַז בײַ ייִדן מיט מאָדערנע געדאַנקען זײַנען מער נישט געװען קײן דרײַ שפּראַכן (ייִדיש, אַ נישט־ייִדישע שפּראַך, לשון־קודש) מיט דרײַ פֿאַרשײדענע פֿונקציעס (רעדן מיט ייִדן, רעדן מיט נישט־ייִדן, לײענען און שרײַבן), נאָר אײן שפּראַך האָט אָנגענומען צװײ פֿון די פֿונקציעס, אױב נישט אַלע דרײַ.
די נעמען פֿון ייִדיש
ייִדיש האָט אַ סך נעמען. די נעמען העלפֿן אונדז פֿאַרשטײן װאָס מע האָט געטראַכט װעגן ייִדיש אין די עלטערע און נײַערע צײַטן.
אין די זײער אַלטע צײַטן האָבן ייִדן גערופֿן די שפּראַך לשון־אַשכּנז [/לאָשן־אַשקענאַז/], „די שפּראַך פֿון אַשכּנז“, אָדער טײַטש, „דײַטש“. מיט בײדע נעמען האָט מען אַ מאָל געמײנט די דײַטשע שפּראַך װאָס ייִדן רעדן, און אַ מאָל די דײַטשע שפּראַך װאָס נישט־ייִדן רעדן. הײַנטיקע פֿאָרשער זאָגן אַז אַפֿילו אין די אַלטע צײַטן איז דאָס „ייִדישע דײַטש“ געװען אַן אַנדער שפּראַך װי דאָס „נישט־ייִדישע דײַטש“, אָבער די דעמאָלטיקע ייִדן האָבן נישט אַזױ געטראַכט. דערפֿאַר האָבן זײ נישט גערופֿן זײער שפּראַך מיט אַן אַנדער נאָמען װי די שפּראַך פֿון די נישט־ייִדן.
פֿונעם נאָמען טײַטש איז געװאָרן אַ װאָרט אין דער שפּראַך װאָס האָט צו טאָן מיט „געבן צו פֿאַרשטײן“. מע האָט גערעדט װעגן פֿאַרשטײן דאָס לערנען מיטן װאָרט „טײַטש“: מע לײענט אױף לשון־קודש און מע פֿאַרשטײט אַ דאַנק דעם טײַטש (ייִדיש). אין הײַנטיקן ייִדיש קען מען פֿרעגן „װאָס טײַטש?“ – „װאָס הײסט דאָס“?
מע װײסט אַז אין 17טן [זיבעצנטן] יאָרהונדערט האָט מען אױך גערופֿן די שפּראַך ייִדיש, און אין 18טן יאָרהונדערט איז דער נאָמען שױן געװען פֿאַרשפּרײט. סוף 18טן יאָרהונדערט האָבן משׂכּילים געגעבן דער שפּראַך נאָך אַ נאָמען: זשאַרגאָן. מיט „זשאַרגאָן“ האָבן זײ געמײנט אַ שפּראַך װאָס איז נישט גאַנץ, אָדער אַ געמיש פֿון שפּראַכן – אַ שפּראַך װאָס איז „נישט קײן ריכטיקע“. אין 19טן יאָרהונדערט האָט מען אין מיזרח־אײראָפּע אױך געניצט „זשאַרגאָן“ װי אַ פּשוטן נאָמען (אָן דעם משׂכּילישן מײן אַז די שפּראַך איז „נישט קײן ריכטיקע“).
אין 20סטן און 21סטן [אײן און צװאַנציקסטן] יאָרהונדערט איז ייִדיש דער פֿאַרשפּרײטסטער נאָמען פֿון דער שפּראַך, סײַ אױף ייִדיש, סײַ אױף אַנדערע שפּראַכן. דער נאָמען „ייִדיש“ גיט צו פֿאַרשטײן אַז די שפּראַך איז אַ שפּראַך פֿאַר זיך (נישט קײן דײַטש, נישט קײן „זשאַרגאָן“) – אַ שפּראַך פֿון ייִדן און ייִדישקײט.
נאָך אַ פֿאַרשפּרײטער נאָמען איז מאַמע־לשון [/מאַמע־לאָשן/, „מאַמע־שפּראַך“]. דער נאָמען איז װאַרעם און הײמיש – אַזױ װי די מאַמע!
ייִדיש הײַנט
בײַ חסידים
נאָר בײַ חסידים [/כסידים/] געפֿינט מען הײַנט אַ גאַנצע געגנט װוּ אַלע – זײדעס און באָבעס, טאַטעס און מאַמעס, קלײנע און גרױסע קינדער – רעדן ייִדיש. ייִדיש איז בײַ זײ די שפּראַך פֿון דער הײם, פֿון דער שול, און בײַ דער אַרבעט. מע שרײַבט צײַטונגען און ביכער אױף ייִדיש (אָבער די װיכטיקסטע, געלערנטסטע ביכער שרײַבט מען װײַטער אױף לשון־קודש). דאָס ייִדיש װאָס הײַנטיקע חסידים רעדן װערט אַ דיאַלעקט פֿאַר זיך: מע רופֿט עס „חסידיש ייִדיש“.
אַזױ װי אין די עלטערע צײַטן, האָט ייִדיש בײַ הײַנטיקע חסידים די „נידעריקערע“ פֿונקציעס; לשון־קודש, די שפּראַך פֿון די װיכטיקסטע, געלערנטסטע ביכער, האָט די „העכערע“ פֿונקציעס. אַ סך חסידים קענען אױך די שפּראַך פֿונעם אָרט װוּ זײ װױנען, למשל ענגליש אין ניו־יאָרק. די פֿונקציע פֿון ענגליש איז בײַ זײ אָבער נישט נאָר צו רעדן מיט נישט־ייִדן: אַ מאָל רעדן הײַנטיקע חסידים אױך ענגליש אין דער הײם. זײער „הײמיש“ ענגליש איז אָבער געמישט מיט ייִדיש און לשון־קודש – ס׳איז „חסידיש ענגליש“.
בײַ אַלע אַנדערע (נישט קײן חסידים)
עס זײַנען הײַנט דאָ ייִדן (נישט קײן חסידים) און נישט־ייִדן װאָס רעדן ייִדיש טאָג־טעגלעך, כאָטש זײ װױנען נישט אין קײן געגנט װוּ אַלע רעדן ייִדיש, און כאָטש זײ קענען זײער גוט אַן אַנדער שפּראַך און רעדן אױך די אַנדערע שפּראַך טאָג־טעגלעך. טײל רעדן ייִדיש אין דער הײם, אַנדערע רעדן ייִדיש מיט חבֿרים, בײַ דער אַרבעט, אָדער אין קלאַס.
עס זײַנען אױך דאָ מענטשן װאָס, כאָטש זײ רעדן נישט קײן ייִדיש, איז ייִדיש בײַ זײ װיכטיק. מע הערט אָדער זינגט ייִדישע לידער, מע לײענט ייִדישע ביכער אױף אַן אַנדער שפּראַך, מע לערנט זיך ייִדיש.
פֿאַר מענטשן װאָס האָבן הײַנט צו טאָן מיט ייִדיש, צי מע רעדט ייִדיש טאָג־טעגלעך צי נישט, איז ייִדיש אַ שפּראַך פֿון צוזאַמענברענגען. ייִדיש ברענגט צוזאַמען מענטשן פֿון איבער דער גאַנצער װעלט, און ייִדיש ברענגט אױך צוזאַמען דעם הײַנט מיט דער טױזנט־יאָריקער קולטור פֿון אַשכּנזישע ייִדן. אין די עלטערע צײַטן, אין דער מאָדערנער צײַט און אױך װײַטער איז ייִדיש אַ שפּיגל פֿון דער קולטור בײַ ייִדן, אָבער נישט נאָר אַ שפּיגל – מיט ייִדיש טוט מען נאָך הײַנט אַ סך נײַס.
-
אהונדערט... דײַטשלאַנד... דײַטש
-
בהונדערט... פּױלן... פּױליש
-
גטױזנט... דײַטשלאַנד... דײַטש
-
דטױזנט... פּױלן... פּױליש
-
אנאָר אין דײַטשלאַנד.
-
באין דײַטשלאַנד און רוסלאַנד.
-
גאין דײַטשלאַנד, פּױלן, און ליטע.
-
דאין דײַטשלאַנד, פּױלן, ליטע, און רוסלאַנד.
-
אמערבֿ־אײראָפּע… מע האָט צעטײלט פּױלן.
-
במיזרח־אײראָפּע… מע האָט צעטײלט פּױלן.
-
גמערבֿ־אײראָפּע… זײ האָבן געזוכט פֿאַר זיך אַ בעסער אָרט.
-
דמיזרח־אײראָפּע…זײ האָבן געזוכט פֿאַר זיך אַ בעסער אָרט.
-
אמערבֿ־ייִדיש
-
במיזרח־ייִדיש
-
גמערבֿ־ייִדיש און מיזרח־ייִדיש
-
דכּלל־ייִדיש
-
א/לײען שױן דאַן ביך/
-
ב/לײַען שױן דאַאַן ביך/
-
ג/לײען שױן דײַן בוך/
-
ד/לײען שײן דײַן בוך/
-
אאַלע ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן
-
בנאָר מערבֿ־ייִדיש־רעדערס
-
גנאָר מיזרח־ייִדיש־רעדערס
-
דנאָר געלערנטע ייִדן
-
אמענער האָבן געלײענט ייִדיש; אַלע האָבן גערעדט לשון־קודש.
-
באַלע האָבן גערעדט ייִדיש; מענער האָבן געלײענט לשון־קודש.
-
גפֿרױען האָבן גערעדט ייִדיש; מענער האָבן גערעדט לשון־קודש.
-
דפֿרױען האָבן געלײענט ייִדיש; מענער האָבן גערעדט לשון־קודש.
-
אמענטש א איז אַ משׂכּיל, מענטש ב איז אַ ייִדישיסט, מענטש ג איז אַ חסיד.
-
במענטש א איז אַ חסיד, מענטש ב איז אַ ייִדישיסט, מענטש ג איז אַ משׂכּיל.
-
גמענטש א איז אַ חסיד, מענטש ב איז אַ ייִדישיסט, מענטש ג איז אַ העברעיִסט.
-
דמענטש א איז אַ משׂכּיל, מענטש ב איז אַ ייִדישיסט, מענטש ג איז אַ העברעיִסט.
-
אייִדן אין די עלטערע צײַטן.
-
במשׂכּילים.
-
גייִדישיסטן.
-
דהעברעיִסטן.
-
אדי שפּראַך איז נישט קײן ריכטיקע.
-
בדי שפּראַך איז אַן אײראָפּעיִשע.
-
גדי שפּראַך איז אַ שפּיגל פֿון דער קולטור בײַ ייִדן.
-
דדי שפּראַך איז אַ הײמישע.