די פֿיר קשיות
„פֿאַר װאָס איז די דאָזיקע נאַכט פֿון פּסח אַנדערש פֿון אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר?“ די דאָזיקע פֿראַגע פֿירט אַרײַן די „פֿיר קשיות“, אײנער פֿון די באַקאַנטסטע טײלן פֿון דער הגדה. די פֿיר קשיות, װאָס עס פֿרעגט אָפֿט מאָל דער ייִנגסטער באַטײליקטער בײַם סדר, זײַנען אַלײן אַ מין אַרײַנפֿיר צו „מגיד“, דעם טײל פֿון דער הגדה װוּ מע דערצײלט די מעשֹה פֿון יציאת־מצרים. יעדע פֿון די פֿיר קשיות װײַזט אָן אויף אײן מינהג פֿון דער סדר־נאַכט װאָס איז אַנדערש פֿון דעם פֿירעכץ פֿון אַלע אַנדערע נעכט פֿונעם יאָר. דער רעשט פֿון „מגיד“ דינט צו פֿאַרענטפֿערן די דאָזיקע קשיות דורכן דערצײלן װי גאָט האָט אויסגעלײזט די ייִדן פֿון זײער פֿאַרשקלאַפֿונג אין לאַנד מצרים. אַזוי אַרום איז מען מקיים די מיצווה צו דערצײלן די מעשֹה פֿון יציאת־מצרים אין דער סדר־נאַכט.
מיר הערן אין אונדזער פֿילם װי ליבע פֿרעגט די ערשטע פֿון די פֿיר קשיות מיט אַ ניגון, אָנהײבנדיק אין לשון־קודש, און דערנאָך אין ייִדיש. די צװײ עלעמענטן – דער ניגון װאָס איז האַלב געזונגען, האַלב געזאָגט, און דאָס הין־און־צוריק צװישן לשון־קודש און אַ ייִדישער אָפּטײַטשונג – נעמען זיך פֿונעם טראַדיציאָנעלן אופֿן לערנען תּורה. װי נאָר קינדער אין חדר באַגעגענען גאַנצע פּסוקים פֿון חומש לערנט מען מיט זײ אויך אויף אַזאַ אופֿן: מיטן ניגון לײענט מען אָפּ אַ פֿראַזע אויף לשון־קודש און דערנאָך טײַטשט מען אָפּ אויף ייִדיש, אַ מאָל מיט צוגאָב־אויפֿקלערונגען פֿון די מפֿרשים און מדרשים. אַזוי לערנען זיך די קינדער לשון־קודש, און אַזױ לערנט מען װײַטער תּורה אַ גאַנץ לעבן.
דאָ קענט איר הערן אַ רעקאָרדירונג, װי ליבע פֿרעגט אַלע פֿיר קשיות:
אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער געפֿינט זיך אײן נוסח פֿון אַלע פֿיר קשיות אויף ייִדיש, װי אויך דער לשון־קודשער נוסח פֿון דער הגדה.
אָריגינעלער נוסח אויף לשון־קודש | נוסח אויף ייִדיש (לשון־קודש אין פֿעטע אותיות) |
---|---|
טאַטע, טאַטע, איך וויל בײַ דיר פֿרעגן די פֿיר קשיות. | |
מַה נִּשְׁתַּנָּה הַלַּיְלָה הַזֶּה מִכָּל הַלֵּילוֹת? שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין חָמֵץ וּמַצָּה, הַלַּיְלָה הַזֶּה – כֻּלּוֹ מַצָּה. | מה נשתּנה הלילה הזה מכּל הלילות? פֿאַר װאָס איז די דאָזיקע נאַכט פֿון פּסח אַנדערש פֿון אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר? שבכל הלילות אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר עסן מיר סײַ חמץ סײַ מצה, אָבער הלילה הזה, אין דער דאָזיקער פּסח־נאַכט, עסן מיר נאָר מצה. |
האָב איך שוין געפֿרעגט איין קשיא. די צװייטע קשיא װעל איך דיך פֿרעגן: | |
שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין שְׁאָר יְרָקוֹת – הַלַּיְלָה הַזֶּה (כֻּלּוֹ) מָרוֹר. | שבכל הלילות אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר עסן מיר אַלערליי גרינסן אָבער הלילה הזה, אין דער דאָזיקער פּסח־נאַכט, עסן מיר נאָר מרור, נאָר ביטערע גרינסן. |
האָב איך שוין געפֿרעגט צװיי קשיות. די דריטע קשיא װעל איך דיך פֿרעגן: | |
שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אֵין אָנוּ מַטְבִּילִין אֲפִילוּ פַּעַם אֶחָת – הַלַּיְלָה הַזֶּה שְׁתֵּי פְעָמִים. | שבכל הלילות אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר טונקען מיר נישט אײַן אַפֿילו איין מאָל אויך נישט, אָבער הלילה הזה, אין דער דאָזיקער פּסח־נאַכט, טונקען מיר אײַן צװיי מאָל: אײן מאָל כּרפּס אין זאַלצװאַסער, און אײן מאָל כרײן אין חרוסת. |
האָב איך שוין געפֿרעגט דרײַ קשיות. די פֿערטע קשיא װעל איך דיך פֿרעגן: | |
שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין בֵּין יוֹשְׁבִין וּבֵין מְסֻבִּין – הַלַּיְלָה הַזֶּה כֻּלָּנוּ מְסֻבִּין. | שבכל הלילות אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר עסן מיר סײַ זיצנדיק סײַ אָנגעלענט, אָבער הלילה הזה, אין דער דאָזיקער פּסח־נאַכט, עסן מיר נאָר אָנגעלענט. |
איך האָב דיך טאַטע געפֿרעגט די פֿיר קשיות. איצט, גיב מיר אַן ענטפֿער! |
נאָך רעסורסן
דאָ װעט איר געפֿינען נאָך אַ פּאָר רעסורסן, טאָמער װאָלט איר געװאָלט אײַנפֿירן אַ ביסל ייִדיש אין אײַער סדר:
- פּסח־לידער פֿונעם ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן כאָר. די לידער האָבן אונטערקעפּלעך מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג און מיטן ייִדישן טעקסט אין לאַטײַנישער טראַנסקריפּציע.
- אינעם קלאַנגאַרכיװ פֿונעם פֿלאָרידער אַטלאַנטיק־אוניװערסיטעט זײַנען פֿאַראַן אַ פּאָר אַלבאָמען מיט ייִדישע לידער אױף יום־טובֿ־טעמעס.
- סינדי פּײליס ס׳איז יום־טובֿ, קינדער! לאָמיר זינגען! נעמט אַרײַן עטלעכע פּסח־לידער.
- Songs My Bubbe Should Have Taught Me - Volume 1: Passover („לידער װאָס די באָבע האָט מיך געדאַרפֿט לערנען — ערשטער באַנד: פּסח“) פֿון לאָרי כּהן־סײַמאָן איז אַ גאַנצער אַלבאָם מיט פּסח־לידער.
- פּסחדיקע לידער פֿאַרעפֿנטלעכט פֿונעם פֿאָלקלאָריסט איציק גאָטעסמאַן אויף זײַן װעבאָרט The Yiddish Song of the Week (דאָס ייִדישע ליד פֿון דער װאָך), פֿאָרגעשטעלט פֿונעם אַנ־סקי־פּראָיעקט פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר
- Songs for Peysakh (פּסח־לידער)
- A Yiddish Khad-gadyo Performed by Pam Singer (חד־גדיא אויף ייִדיש געזונגען פֿון פּעם סינגער)
- די װערטער און נאָטן פֿון עטלעכע פּסח־לידער, אַרײַנגערעכנט טײל לידער װאָס מע הערט אױף די אױבן דערמאָנטע רעקאָרדירונגען, געפֿינען זיך אינעם געזאַנגביכל יום־טובֿדיקע טעג פֿון חנה מלאָטעק און מלכּה גאָטליב.
מכּוח דעם ליד „חד־גדיא“
דאָס ליד „חד־גדיא“ זינגט מען געװײנטלעך צום סוף פֿונעם סדר. לויט אַ ברײט אָנגענומענער השערה פֿונעם היסטאָריקער און פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור חנא שמערוק איז דער אַרמישער נוסח װאָס מע זינגט הײַנט צו טאָג, און װאָס שטײט אין די הײַנטיקע געדרוקטע הגדות, פֿאַקטיש אַן אָפּטײַטש פֿון אַן עלטערן נוסח אויף ייִדיש װאָס מע פֿלעגט זינגען! צו װאָס עפּעס אַזאַ איבערזעצונג? אַרמיש, דאָס לשון פֿונעם הײליקן זוהר, דער גרויסער ספֿר פֿון ייִדישן מיסטיציזם, האָט געקענט צוגעבן אינעם ליד אַ מער מיסטישן, הײליקן טעם און אַזוי אַרום געמאַכט דאָס ליד מער „דרוקפֿעיִק“ אין די הגדות — אַרמיש האָט מען דאָך געהאַלטן פֿאַר אַ הײליקערער און בכּבֿודיקערער שפּראַך װי ייִדיש.