לײען
דער באָבעס קנײדלעך
ס׳איז געװען פּסח. בלומע איז געזעסן מיטן ברודער אַרעלע אין קיך. זײ האָבן געגעסן פֿרישטיק.
– אָט די מצה איז טאַקע געשמאַק! – האָט בלומע געזאָגט.
– נו, ביז מיט אַ יאָר צוריק האָסטו אַזױ נישט געטראַכט, – האָט אַרעלע געענטפֿערט מיט אַ שמײכל. – אַ גאַנצן פּסח פֿלעגסטו פֿרעגן: „מע מעג שױן עסן חמץ?“
– טאַקע אַזױ! – האָט בלומע געזאָגט. – פֿאַרגאַנגענעם פּסח האָב איך אָנגעהױבן ליב צו האָבן מצה, אָבער פֿאַר דעם האָב איך אַפֿילו בײַם סדר קײן מצה נישט געװאָלט עסן.
– אָבער קנײדלעך, – האָט אַרעלע געזאָגט, – האָסטו אַלע מאָל ליב געהאַט. דו פֿלעגסט זײ דאָך עסן צו פֿרישטיק!
– נישט נאָר צו פֿרישטיק! – האָט בלומע געזאָגט. – געדענקסט נישט? כ׳פֿלעג פּסח עסן קנײדלעך דרײַ מאָל אַ טאָג – אַ מאָל מיט יױך, און אַ מאָל אַפֿילו אָן יױך. אָבער איצט איז שױן דער דריטער טאָג פּסח, און מיר האָבן נאָך אין גאַנצן נישט געגעסן קײן קנײדלעך!
– נו, – האָט אַרעלע געזאָגט טרױעריק, – די באָבע עליה־השלום פֿלעגט מאַכן יױך מיט קנײדלעך אױף די סדרים, אָבער איצט איז זי דאָך שױן נישטאָ, האָבן מיר דעם פּסח נישט געגעסן קײן קנײדלעך בײַם סדר…
בלומע איז אױך געװאָרן טרױעריק, אָבער מיט אַ מאָל האָט זי געזאָגט פֿרײלעך:
– װײסט װאָס, אַרעלע? מיר האָבן דער באָבעס קנײדלעך־רעצעפּט!
– װאָס רעדסטו?! טאַקע?! – האָט אַרעלע געענטפֿערט.
– געדענקסט נישט? – האָט בלומע געזאָגט. – די באָבע האָט דאָך אים מיר פֿאַרשריבן! דעמאָלט, װען כ׳בין געװען קלײן און כ׳פֿלעג עסן קײנדלעך דרײַ מאָל אַ טאָג, האָט די באָבע מיר אײן מאָל געזאָגט: „ברענג מיר אַ שטיקל פּאַפּיר און אַ פּען און איך װעל דיר פֿאַרשרײַבן מײַן קנײדלעך־רעצעפּט.“ זי האָט געװאָלט, איך זאָל נישט נאָר עסן קײנדלעך, נאָר זײ אױך קענען מאַכן…
– אַ, כ׳געדענק שױן, – האָט אַרעלע געזאָגט, – פֿלעגסט טאַקע מאַכן קנײדלעך מיט דער באָבען.
– יאָ, כ׳פֿלעג זײ מאַכן... – האָט בלומע געזאָגט, – אָבער כ׳האָב שױן לאַנג נישט געמאַכט קײן קנײדלעך. און איצט װײס איך נישט װוּ כ׳האָב אַװעקגעלײגט דעם רעצעפּט… קענסט מיר העלפֿן אים זוכן?
האָבן בלומע און אַרעלע גענומען זוכן דער באָבעס קנײדלעך־רעצעפּט. קודם האָבן זײ געזוכט דאָרט װוּ עס שטײען די קאָכביכער; דאָרט איז דער רעצעפּט נישט געװען. דערנאָך האָבן זײ געזוכט בײַ בלומען אין צימער, אָבער דעם רעצעפּט האָבן זײ נאָך אַלץ נישט געקענט געפֿינען. האָבן זײ געגעבן אַ קוק בײַ די הגדות.
– אָט איז ער!
בלומע האָט געװיזן אַרעלען אַ פּאַפּירל: זי האָט געפֿונען דעם רעצעפּט אין דער הגדה װאָס זי האָט געמאַכט אין שול װען זי איז געװען זעקס יאָר אַלט.
האָבן בלומע און אַרעלע זיך אַװעקגעזעצט בײַם קיכטיש און איבערגעלײענט דעם רעצעפּט צוזאַמען:
קנײדלעך
4 לעפֿל (60 מיליליטער) בױמל
4 אײער
1 טעפּל (115 גראַם) מצה־מעל
4 לעפֿל (60 מיליליטער) װאַסער
1 לעפֿעלע (5 גראַם) זאַלץ, אױב מע װיל
- צעקלאַפּ די אײער אין אַ גרױסער שיסל.
- גיב אַרײַן דעם בױמל און מיש מיט די אײער.
- גיב אַרײַן די מצה־מעל און די זאַלץ. מיש אַ ביסל.
- גיב אַרײַן דאָס װאַסער. מיש גוט אױס.
- דעק צו דאָס קנײדל־געמיש און שטעל עס אַרײַן אין אײַזקאַסטן אױף 20 מינוט.
- נעם אַרױס דאָס געמיש פֿון אײַזקאַסטן.
- נעם אַ ביסל פֿונעם קנײדל־געמיש אין די הענט און מאַך אַ קנײדל. לײג אַװעק דאָס קנײדל אױף אַ טעלער.
- טו װײַטער אַזױ ביז דו האָסט געמאַכט קנײדלעך פֿונעם גאַנצן געמיש.
- קאָך אױף װאַסער אָדער יױך.
- גיב אַרײַן די קנײדלעך און קאָך זײ 20 ביז 30 מינוט. עס די קנײדלעך! מיט אַ גוטן אַפּעטיט!
אונטערן רעצעפּט איז געװען עפּעס אַ בילד. נישט בלומע און נישט אַרעלע האָבן נישט פֿאַרשטאַנען װאָס דאָס איז….
– אפֿשר קנײדלעך אין אַ טאָפּ? – האָט בלומע געזאָגט.
– נײן, דאָס זײַנען נישט קײן קנײדלעך, – האָט אַרעלע געװיזן אױפֿן בילד, – דאָס איז דאָך אַ האַנט!
– אַ האַנט? אין אַ טאָפּ יױך? דאָס קען נישט זײַן! – האָט בלומע בעזאָגט. – נו, מילא, דאָס בילד איז אַ מיסטעריע, אָבער דעם רעצעפּט קען מען זײער גוט פֿאַרשטײן. איך װיל איצט מאַכן דער באָבעס קנײדלעך.
– און איכ׳ל קאָכן אַ יױך. – האָט אַרעלע געזאָגט.
– אױסגעצײכנט! קנײדלעך אָן יױך איז דאָך נישט אַזױ געשמאַק, – האָט בלומע געענטפֿערט. – קום, לאָמיר שױן אָנהײבן!
האָט אַרעלע אַרױסגענומען הון, ציבעלעס, מערן, און אַ גרױסן טאָפּ און אָנגעהױבן מאַכן אַ יױך. בלומע האָט צעקלאַפּט פֿיר אײער אין אַ גרױסער שיסל, אַרײַנגעגעבן בױמל, מצה־מעל, זאַלץ, און װאַסער און גוט אױסגעמישט. דערנאָך האָט זי צוגעדעקט דאָס געמיש און אַרײַנגעשטעלט אין אײַזקאַסטן. אַרעלע האָט צוגעדעקט די יױך.
– װאָס טוט מען בשעת די יױך קאָכט זיך און דאָס קנײדל־געמיש שטײט אין אײַזקאַסטן? – האָט בלומע געפֿרעגט.
– מע רײניקט די קיך, פֿאַרשטײט זיך! – האָט אַרעלע געענטפֿערט.
– אַרעלע, דו רעדסט װי טאַטע־מאַמע! – האָט בלומע געלאַכט, אָבער זי האָט אים געהאָלפֿן רײניקן.
דערנאָך האָט בלומע שױן געקענט אַרױסנעמען דאָס קנײדל־געמיש פֿון אײַזקאַסטן. זי האָט גענומען אַ קלײן ביסל פֿונעם געמיש אין די הענט, געמאַכט אַ קנײדל און עס אַװעקגעלײגט אױף אַ טעלער. נאָכן דריטן קנײדל האָט זי אָבער שױן נישט געקענט.
– גיב אַ קוק, אַרעלע, – האָט זי געזאָגט, – ס׳איז דאָ אַזױ פֿיל קנײדל־געמיש אױף מײַנע הענט אַז איך קען שױן נישט מאַכן קײן קנײדלעך. װאָס טוט מען?
אַרעלע האָט איר געגעבן אַ רײנעם לעפֿל.
– מיטן לעפֿל קענסטו אַראָפּנעמען דאָס געמיש פֿון די הענט, – האָט ער געזאָגט.
– גוט, אַ דאַנק. – זי האָט גענומען דעם לעפֿל און מיט אַ מאָל געזאָגט אַרעלען:
– װײַז מיר נאָך אַ מאָל דער באָבעס רעצעפּט! איך מײן אַז איך געדענק פֿאַר װאָס זי האָט געמאַכט דאָס בילד!
אַרעלע האָט איר געװיזן דעם רעצעפּט, און געפֿרעגט:
– נו, װאָס איז דאָס?
– ס׳איז אַ האַנט אין קאַלט װאַסער, – האָט בלומע געזאָגט. – װי האָב איך דאָס געקענט פֿאַרגעסן?! די באָבע פֿלעגט קודם אײַנטונקען די הענט אין קאַלט װאַסער און דערנאָך מאַכן די קנײדלעך.
אַרעלע האָט געבראַכט בלומען אַ שיסל קאַלט װאַסער. בלומע האָט אײַנגעטונקען די הענט.
– אָט אַזױ, – האָט זי געזאָגט, – איצט קען איך מאַכן די קנײדלעך.
– איך קען דיר העלפֿן? – האָט אַרעלע געפֿרעגט.
– פֿאַרשטײט זיך, – האָט בלומע געזאָגט, – טונק אײַן די הענט אין קאַלטן װאַסער!
צוזאַמען האָבן זײ געמאַכט אַלע קנײדלעך.
– די יױך איז שױן גרײט? – האָט בלומע געפֿרעגט. – מע קען שױן אַרײַנװאַרפֿן די קנײדלעך?
– גרײט, האָט אַרעלע געענטפֿערט. – װאַרף אַרײַן!
די קנײדלעך האָבן זיך געקאָכט. בלומע און אַרעלע האָבן זיך געזעצט װאַרטן.
מיט אַ מאָל איז בלומע אױפֿגעשפּרונגען.
– בלומע, װאָס איז? – האָט אַרעלע געפֿרעגט.
– אײן מינוט, – האָט בלומע געענטפֿערט, – װעסט זען, – און זי איז אַרױסגעלאָפֿן פֿון צימער.
װען בלומע איז צוריקגעקומען, האָט זי געװיזן אַרעלען אַ בריװ.
– גיב אַ קוק װאָס איך האָב געפֿונען! – האָט זי געזאָגט.
– װאָס איז דאָס? – האָט אַרעלע געפֿרעגט.
– געדענקסט נישט דער באָבעס פּסח־בריװ?
– פּסח־בריװ…?
– יאָ, עפּעס װעגן די פֿיר קשיות…. דער בריװ איז געלעגן בײַ מיר אין צימער אָבער כ׳האָב שױן יאָרן נישט געטראַכט װעגן אים – און איך געדענק שױן נישט װאָס זי האָט געשריבן.
– נו, – האָט אַרעלע געזאָגט, – װעסט לײענען?
בלומע האָט זיך צוגעזעצט צו אַרעלען, אַרױסגענומען דעם בריװ, און געלײענט:
טײַערע בלומע און אַרעלע,
איך װיל אײַך דערצײלן אַ פּסח־מעשׂה פֿון מײַנע קינדער־יאָרן.
איך האָב שױן געקענט פֿרעגן די פֿיר קשיות און איך האָב זײ געדאַרפֿט (און זײער געװאָלט!) פֿרעגן בײַם סדר אַנשטאָט דער שװעסטער – אײַער עלטער־מומע בײלע. איך בין דעמאָלט געװען פֿינף יאָר אַלט און בײלע איז געװען זיבן.
אָבער װאָס איז געשען? איך בין נעבעך נישט געװען געזונט, און די מאַמע האָט געזאָגט אַז איך טאָר נישט קומען צום טיש, איך מוז זיך לײגן שלאָפֿן. איך האָב זיך געלײגט אין בעט, אָבער איך האָב, פֿאַרשטײט זיך, נישט געקענט שלאָפֿן. װען עס איז געקומען צו די פֿיר קשיות, האָט דער זײדע געזאָגט: „אױב זי טאָר נישט קומען צו אונדז, װעלן מיר גײן צו איר“. זײַנען אַלע צוגעגאַנגען צו דער טיר פֿון מײַן צימער, און איך האָב זיך אַװעקגעשטעלט אױף מײַן בעט און געזונגען די פֿיר קשיות. אַפֿילו בײלע האָט מיר געזאָגט אַז איך האָב עס געטאָן זײער גוט. און דערנאָך בין איך געשמאַק געשלאָפֿן.
איצט האָב איך אַזױ ליב צו הערן װי איר פֿרעגט די פֿיר קשיות!
איך האָב אײַך ליב,
די באָבע
– איצט געדענק איך די מעשׂה, – האָט אַרעלע געזאָגט. – שױן אײן מאָל אַ מעשׂה!
בלומע האָט אַרײַנגעקוקט אינעם טאָפּ װוּ עס האָבן זיך געקאָכט די קנײדלעך.
– און דאָס זײַנען שױן אײן מאָל קנײדלעך, – האָט זי געזאָגט מיט אַ גרױסן שמײכל. – קום, לאָמיר עסן!
-
אאַ סך מצה און אַ סך קנײדלעך
-
באַ סך מצה און נישט קײן סך קנײדלעך
-
גאַ קלײן ביסל מצה און אַ סך קנײדלעך
-
דאַ קלײן ביסל מצה און נישט קײן סך קנײדלעך
-
אנאָך נישט געגעסן קײן קנײדלעך.
-
בשױן דרײַ מאָל געגעסן קנײדלעך.
-
גגעגעסן דער באָבעס קנײדלעך בײַם סדר.
-
דגעמאַכט קנײדלעך אױפֿן סדר.
-
אמאַכן קנײדלעך פֿאַר איר אַ גאַנץ יאָר.
-
בהעלפֿן בלומעס מאַמען מאַכן קנײדלעך.
-
גזוכן קנײדלעך־רעצעפּטן מיט איר.
-
דמאַכן קנײדלעך מיט איר.
-
אדער באָבעס אַלטע פֿעדער
-
בדער באָבעס פּסח־קאָכביכל
-
גדער באָבעס קנײדלעך־רעצעפּט
-
דדער באָבעס הגדה פֿון װען זי איז געװען זעקס יאָר אַלט.
-
אקודם װאַסער, דערנאָך אײער מיט בױמל, דערנאָך מצה־מעל
-
בקודם אײער מיט בױמל, דערנאָך מצה־מעל, דערנאָך װאַסער
-
גקודם מצה־מעל, דערנאָך אײער מיט בױמל, דערנאָך װאַסער
-
דקודם װאַסער, דערנאָץ מצה־מעל, דערנאָך אײער מיט בױמל
-
אדער באָבעס רעצעפּט
-
בדאָס בילד אונטערן רעצעפּט
-
גװי צו קאָכן אַ יױך
-
דװי לאַנג די קנײדלעך דאַרפֿן שטײן אין אײַזקאַסטן
-
אבשעת בלומע מאַכט דאָס קנײדל־געמיש
-
בבשעת דאָס קנײדל־געמיש שטײש אין אײַזקאַסטן
-
גבשעת בלומע מאַכט די קנײדלעך און לײגט זײ אױף אַ טעלער
-
דבשעת די קנײדלעך קאָכן זיך
-
אװען זי רײניקט די קיך מיט אַרעלען.
-
בװען זי הײבט אָן מאַכן די קנײדלעך.
-
גװען זי האָט צו פֿיל קנײדל־געמיש אױף די הענט.
-
דװען זי לײגט די קנײדלעך אױפֿן טעלער.
-
אאַלע זײַנען געװען בײַם טיש.
-
באַלע זײַנען געװען אין שלאָפֿצימער.
-
גדי באָבע איז געװען אין שלאָפֿצימער; די משפּחה – בײַם טיש.
-
דדי באָבע איז געװען אין שלאָפֿצימער; די משפּחה – בײַ דער טיר.
-
אדאָרשטיק און דערנאָך הונגעריק
-
בגרײט און דערנאָך מיד
-
גטרױעריק און דערנאָך פֿרײלעך
-
דאַלט און דערנאָך יונג