לײען

אַרעלע און בלומע זײַנען ברודער און שוועסטער. ס’איז זונטיק און זיי ווילן עפּעס טאָן צוזאַמען. אָבער וואָס?

1
אַרעלע: הײַנט איז ________. וואָס קענען מיר טאָן? גיין אין פּאַרק?
  1. א
    זונטיק
  2. ב
    מאָנטיק
  3. ג
    מיטוואָך
  4. ד
    שבת
2
בלומע: ניין, הײַנט איז ________! איך וויל נישט גיין אין פּאַרק. לאָמיר מאַכן אַ לאָקשן־קוגל.
  1. א
    הויך
  2. ב
    קרום
  3. ג
    קאַלט
  4. ד
    ריין
3
אַרעלע: יאָ, אַ לאָקשן־קוגל! אוי, מיר האָבן נישט קיין אייער. וואָס _________ קענען מיר טאָן?
  1. א
    אַפֿילו
  2. ב
    נאָך
  3. ג
    נאָר
  4. ד
    מילא
4
בלומע: איך וויל הערן _______־מוזיק. דו אויך?
  1. א
    הפֿסקה
  2. ב
    פּנים
  3. ג
    משפּחה
  4. ד
    כּלי־זמר
5
אַרעלע: ניין, איך וויל נישט ____________. איך וויל בויען אַ הויז מיט שטעקלעך.
  1. א
    מוזיק
  2. ב
    הער מוזיק
  3. ג
    הערן מוזיק
  4. ד
    הערן קיין מוזיק
6
בלומע: נו, גוט. לאָמיר בויען אַ הויז מיט שטעקלעך. קענסט _________ די שטעקלעך?
  1. א
    מאַכן
  2. ב
    ברענגען
  3. ג
    באַקן
  4. ד
    האָבן
7
אַרעלע: מיר האָבן נישט קיין סך שטעקלעך. גיב אַ קוק! מיר האָבן ______ צען שטעקלעך. מיט צען שטעקלעך קענען מיר נישט בויען קיין הויז.
  1. א
    אַפֿילו
  2. ב
    נאָך
  3. ג
    נאָר
  4. ד
    מילא
8
בלומע: _________, וואָס קענען מיר יאָ טאָן? לאָמיר טראַכטן...
  1. א
    אַפֿילו
  2. ב
    נאָך
  3. ג
    נאָר
  4. ד
    מילא
9
אַרעלע: הײַנט איז קאַלט. לאָמיר קאָכן אַ זופּ מיט ציבעלע און __________.
  1. א
    קוגל
  2. ב
    קאַרטאָפֿל
  3. ג
    פּיצע
  4. ד
    חלה
10
בלומע: יאָ, לאָמיר קאָכן אַ קאַרטאָפֿל־זופּ! מיר קענען עסן די זופּ, און ___________ קענען מיר עסן קיכעלעך!
  1. א
    נישט
  2. ב
    נאָר
  3. ג
    נאָך
  4. ד
    דערנאָך