„קאָכן“… נישט בלויז אין קיך
אַז מאָבי אַרבעט אין קיך טוט ער אָן אַ פֿאַרטעך וואָס טראָגט דעם אויפֿשריפֿט „קאָכט זיך נישט!“.
כאָטש דער אויסדרוק נעמט אַרײַן דאָס וואָרט „קאָכן“, האָט ער גאָר ווינציק צו טאָן מיט דער קיך. ער באַטײַט: „בלײַבט רויִק, ווערט נישט אין כּעס, האָט אַ ביסל געדולד…“
אָט דער ווערב „קאָכן“ ווערט געניצט מיט נאָך אַנדערע באַטײַטן און ניואַנסן:
- אָט אַזוי קאָכט מען די לאָקשן!
דאָס איז דער ריכטיקער גאַנג, אַזוי דאַרף עס זײַן.
- פֿון מעשׂיות פֿאַרציילן קאָכט מען ניט קיין וועטשערע.
רייד – אַפֿילו שיינע – האָבן נישט אַזאַ ווערט ווי פּראַקטישע מעשׂים.
- פֿאַרקאָכן אַ קאַשע
אָנמאַכן שווערע פּראָבלעמען, דערפֿירן צו אַ פֿאַרוויקלטער סיטואַציע פֿון וועלכער ס'איז אַלעמען שווער זיך אַרויסצופּלאָנטערן.
- עס קאָכט די שטאָט.
ס'איז אַ גרויסער טומל איבער אַ געשעעניש, אַלע רעדן וועגן דעם.
- ער וויל וויסן וואָס עס קאָכט זיך בײַ יענעם אין טאָפּ.
ער איז זייער אַ נײַגעריקער, ער שטעקט אומעטום אַרײַן די נאָז.
- זײַן פֿאַרקאָכט אין עמעצן
זײַן שטאַרק פֿאַרליבט אין איר צי אין אים.
- זײַן אויסגעקאָכט מיט עמעצן
זײַן מיט דעם מענטשן נאָענט באַקאַנט, זיך פֿילן גאָר היימיש מיט אים.
- אַרומגיין ווי אַן אָפּגעקאָכטער
אויסזען באַליידיקט, פֿאַרשעמט.
- אַ קאָכלעפֿל
איינער וואָס מישט זיך אָפֿט אַרײַן אין פֿרעמדע געשעפֿטן, וואָס וויל שטענדיק פֿירן און משפּיע זײַן בײַ געזעלשאַפֿטלעכע פֿראַגעס.