לײען

וווּ קען איך געפֿינען עסן?

אַ מויז זיצט אויף אַ שטיין אין וואַלד. זי איז הונגעריק.

— וווּ קען איך געפֿינען עסן? — טראַכט זי. — איך דאַרף גיין זוכן.

גייט די מויז און גייט, אָבער קיין עסן געפֿינט זי נישט.

גייט זי ווײַטער. זי זעט אַ וועווריק.

— וועווריק, — פֿרעגט די מויז, — וווּ קען איך געפֿינען עסן?

— גיב אַ קוק! — ענטפֿערט דער וועווריק. — זעסט מײַן ברודער הויך אויף אַ צווײַג? ער עסט!

— יאָ, איך זע אים, — זאָגט די מויז, — אָבער ער איז אַזוי הויך! איך קען נישט קלעטערן אַזוי הויך.

און די מויז גייט ווײַטער.

גייט זי און גייט, אָבער קיין עסן געפֿינט זי נישט.

זעט זי צוויי פּאַוועס. די פּאַוועס שטייען לעבן אַ סך בלומען.

— גוט־מאָרגן, פּאַוועס, — זאָגט די מויז, — איך וויל אײַך עפּעס פֿרעגן.

— נו, פֿרעג אונדז! — ענטפֿערן די פּאַוועס.

— וווּ קען איך געפֿינען עסן? — פֿרעגט די מויז.

— דאָ! — ענטפֿערן די פּאַוועס. — אָט קענסטו עסן בלומען.

— פֿע! — זאָגט די מויז. — איך וועל זיי נישט עסן. די בלומען זײַנען שיין, אָבער נישט געשמאַק.

גייט די מויז ווײַטער. גייט זי און גייט.

זי זעט אַ פֿוקס.

— גוט־מאָרגן פֿוקס, — זאָגט די מויז, איך בין הונגעריק. — וווּ קען איך געפֿינען עסן?

— דו זוכסט עסן? — פֿרעגט דער פֿוקס. — איך אויך. איך בין אויך הונגעריק און איך האָב ליב צו עסן מײַז. דו וועסט זײַן מײַן עסן!

— דו וועסט מיך עסן?! — זאָגט די מויז. — ניין, מיך וועסטו נישט כאַפּן!

און די מויז לויפֿט און לויפֿט... זי לויפֿט אַרויס פֿון וואַלד.

זי זעט אַ שטוב. לעבן שטוב זיצט אַ ייִנגל. ער עסט אַ שניטקע מיט קעז און פּאָמידאָרן.

— גוט־מאָרגן, ייִנגל, — זאָגט די מויז. — איך בין הונגעריק. וווּ קען איך געפֿינען עסן?

— איך האָב עסן, — ענטפֿערט דאָס ייִנגל. — נאַ דיר!

— אַ דאַנק, אַ דאַנק, אַ דאַנק! — זאָגט די מויז. — וואָס איז דאָס? קעז? איך האָב ליב קעז! איך וועל אים עסן איצט!

— אוי! — זאָגט דאָס ייִנגל. — די מאַמע! איך הער זי. זי קומט. זי וועט דיך זען. זי האָט נישט ליב קיין מײַז. קום. זיץ דאָ מיט דײַן קעז אונטער מײַן היטל. די מאַמע וועט דיך נישט זען און דו וועסט קענען עסן. דערנאָך וועל איך דיך צוריקברענגען אין וואַלד.

— אויסגעצייכנט, — זאָגט די מויז. — אוי, ביסטו אַ חבֿר!

1
די מויז ________ עסן אין וואַלד.
  1. א
    זעט
  2. ב
    האָט
  3. ג
    זוכט
  4. ד
    געפֿינט
2
אַ וועווריק עסט...
  1. א
    אויף אַ בוים.
  2. ב
    אונטער אַ בוים.
  3. ג
    אויף אַ שטיין.
  4. ד
    אונטער אַ שטיין.
3
וואָס קען די מויז נישט טאָן?
  1. א
    זיצן אויף אַ צווײַג.
  2. ב
    זען אַ וועווריק אויף אַ צווײַג.
  3. ג
    קלעטערן הויך.
  4. ד
    פֿרעגן די וועווריקעס.
4
די מויז וויל עפּעס פֿרעגן...
  1. א
    און די פּאַוועס ווילן נישט ענטפֿערן.
  2. ב
    און די פּאַוועס ווילן נאָר עסן.
  3. ג
    און די פּאַוועס זאָגן, „זיץ לעבן די בלומען!“
  4. ד
    און די פּאַוועס ווילן הערן וואָס זי פֿרעגט.
5
די בלומען זײַנען...
  1. א
    געשמאַק.
  2. ב
    נישט שיין.
  3. ג
    לעבן די פּאַוועס.
  4. ד
    הויך.
6
דער פֿוקס וויל...
  1. א
    עסן די מויז.
  2. ב
    כאַפּן די פּאַוועס.
  3. ג
    לויפֿן און לויפֿן.
  4. ד
    גיין ווײַטער.
7
דאָס ייִנגל זיצט...
  1. א
    אין וואַלד.
  2. ב
    אין שטוב.
  3. ג
    אין דרויסן.
  4. ד
    אויף אַ בוים.
8
די מויז און דאָס ייִנגל עסן...
  1. א
    ברויט.
  2. ב
    פּאָמידאָרן.
  3. ג
    בלומען.
  4. ד
    קעז.
9
די מאַמע קומט, און די מויז...
  1. א
    עסט נישט.
  2. ב
    זיצט אונטער אַ צווײַג.
  3. ג
    לויפֿט אַרײַן אין וואַלד.
  4. ד
    עסט אונטער אַ היטל.
10
קודם עסט די מויז,
  1. א
    דערנאָך וועט דאָס ייִנגל זי אַרײַנברענגען אין שטוב.
  2. ב
    דערנאָך וועט זי צוריקלויפֿן אין וואַלד.
  3. ג
    דערנאָך וועט דאָס ייִנגל זי צוריקברענגען אין וואַלד.
  4. ד
    דערנאָך וועט זי אויסגעצייכנט שלאָפֿן.