לײען
זונטיק נאָך מיטאָג
טײַערע באָבע־זײדע,
אָט זיץ איך אין דער סוכּה און שרײַב אײַך אַ בריװ.
װי איז בײַ אײַך געװען דער יום־טובֿ? װאָס האָט איר געטאָן? בײַ אונדז איז געװען שױן אײן מאָל אַ יום־טובֿ! אָט װאָס ס׳איז געשען...
מיטװאָך האָבן מיר געבױט די סוכּה – איך האָב געהאָלפֿן דער מאַמען בױען די װענט און אַרעלע האָט מיטן טאַטן אַרױפֿגעלײגט דעם סכך אױפֿן דאַך. דערנאָך האָבן מיר אַרײַנגעטראָגן אַ טיש מיט בענקלעך. אַרעלע האָט געקױפֿט פֿרוכטן און איך האָב געמאָלט אַ בילד אױפֿצוהענגען אין דער סוכּה. טאַטע־מאַמע האָבן געקאָכט און געבאַקן.
אױף דער נאַכט זײַנען אונדזערע חבֿרים געקומען, און מיר זײַנען געװען גרײט צו זיצן אין דער סוכּה און עסן. נאָר װאָס איז געשען? ס׳איז געגאַנגען אַ רעגן! קודם נאָר אַ ביסל, האָבן מיר נאָך געקענט עסן די זופּ אין דער סוכּה. נאָר דערנאָך האָט גערעגנט זײער אַ סך. מיר האָבן געדאַרפֿט צוריק אַרײַנטראָגן די בענקלעך און דעם טיש, און געמוזט עסן אין שטוב. אַזױ טרױעריק!
דאָס איז געװען מיטװאָך אױף דער נאַכט. דאָנערשטיק בײַ טאָג האָט װײַטער גערעגנט, און דאָנערשטיק אױף דער נאַכט אױך. פֿרײַטיק אין דער פֿרי האָט אָבער געשײַנט די זון. מיר האָבן פֿרײַטיק געבענטשט אתרוג אין דער סוכּה, געלערנט אין דער סוכּה, געגעסן אין דער סוכּה און געזונגען בײַם טיש, און בײַ נאַכט בין איך מיט אַרעלען און מיטן טאַטן אַפֿילו געשלאָפֿן אין דער סוכּה. ס׳איז געװען זײער שײן!
נעכטן – שבת – איז געקומען די מומע שײנע מיט דער משפּחה. אין דרױסן איז געװען קאַלט און אַ װינט האָט געבלאָזן, אָבער מיר האָבן אָנגעטאָן די מאַנטלען און געגעסן אין דער סוכּה. װען מיר האָבן שױן געגעסן קיכעלעך האָט דער װינט זײער, זײער שטאַרק געבלאָזן און געכאַפּט דעם סכך! די צװײַגן זײַנען אַלע אַראָפּ פֿונעם דאַך פֿון דער סוכּה. אױ־װײ!
הײַנט אין דער פֿרי האָבן מיר געדאַרפֿט זוכן די סכך־צװײַגן. מיר האָבן זײ אַלע געפֿונען און זײ צוריק אַרױפֿגעלײגט אױף דער סוכּה. איצט גײט נישט קײן רעגן און ס׳איז נישטאָ קײן װינט. ס׳איז נישט צו הײס און נישט צו קאַלט. אָבער װי װעט זײַן אין דרױסן מיטװאָך װען איר װעט קומען צו גאַסט? איך װיל זיצן אין דער סוכּה מיט אײַך!
לאָמיר רעדן הײַנט אױף דער נאַכט!
מיט ליבשאַפֿט,
אײַער אײניקל
בלומע
-
אדער זײדע שרײַבט בלומען.
-
בבלומע שרײַבט דעם זײדן און דער באָבען.
-
גדער טאַטע שרײַבט בלומען.
-
דבלומע שרײַבט דעם טאַטן און דער מאַמען.
-
אער האָט געבױט די װענט און געמאָלט אַ בילד.
-
בער האָט געבױט די װענט און אַרױפֿגעלײגט דעם סכך.
-
גער האָט אַרױפֿגעלײגט דעם סכך און געמאָלט אַ בילד.
-
דער האָט אַרױפֿגעלײגט דעם סכך און געקױפֿט פֿרוכטן.
-
אנישט געגעסן אין דער סוכּה.
-
באַ ביסל געגעסן אין דער סוכּה.
-
גאַ סך געגעסן אין דער סוכּה.
-
דגעגעסן בײַ חבֿרים אין דער סוכּה.
-
אדאָנערשטיק – זון; פֿרײַטיק – רעגן; שבת – װינט
-
בדאָנערשטיק – זון; פֿרײַטיק – װינט; שבת – רעגן
-
גדאָנערשטיק – רעגן; פֿרײַטיק – זון; שבת – װינט
-
דדאָנערשטיק – רעגן; פֿרײַטיק – װינט; שבת – זון
-
אמיטװאָך – גאָרנישט; דאָנערשטיק – אַ סך
-
בדאָנערשטיק – גאָרנישט; פֿרײַטיק – אַ סך
-
גפֿרײַטיק – גאָרנישט; שבת – אַ סך
-
דשבת – גאָרנישט; זונטיק – אַ סך
-
אגעבױט
-
בגעגעסן
-
גגעזונגען
-
דגעלערנט
-
אגעזונגען בײַם טיש.
-
בגעבענטשט אתרוג.
-
גגעטראָגן די מאַנטלען.
-
דגעבאַקן קיכעלעך.
-
אדי משפּחה איז אַרײַנגעגאַנגען אין שטוב.
-
בדער װינט האָט געכאַפּט די װענט פֿון דער סוכּה.
-
גדי קיכעלעך זײַנען אַראָפּ פֿון טיש.
-
דדער סכך איז אַראָפּ פֿון דער סוכּה.
-
אהאָט די משפּחה געזוכט די סכך־צװײַגן.
-
באיז דער סכך שױן געװען צוריק אױפֿן דאַך.
-
גהאָט זי געמוזט טראָגן אַ מאַנטל.
-
דהאָט געבלאָזן אַ װינט.
-
אזונטיק...מיטװאָך
-
במיטװאָך...זונטיק
-
גזונטיק...פֿרײַטיק
-
דפֿרײַטיק...זונטיק