קולטור

בענטשן אתרוג Image

דער אתרוג אין דער ייִדישער שפּראַך

ס׳איז אַ מיצווה יעדן טאָג פֿון סוכּות צו נעמען די פֿיר מינים (אתרוג, לולבֿ, הדס, און ערבֿה) אין דער האַנט, און מאַכן איבער זיי אַ ברכה. מע קען דאָס רופֿן בענטשן לולבֿ, אָבער געװיינטלעך הייסט עס אויף ייִדיש בענטשן אתרוג. דאָס איז טשיקאַווע, װײַל אין דער ברכה גופֿא ווערט דערמאָנט דווקא דער לולבֿ.

װײַטער רעכענען מיר אויס עטלעכע אידיאָמען און שפּריכװערטער פֿאַרבונדן מיטן אתרוג. דער אתרוג פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט אין דער ייִדישער טראַדיציע און באַװוּסטזײַן, און דאָס שפּיגלט זיך אָפּ אין אַ ריי אויסדרוקן:

אידיאָמען

אַ לולבֿ מיט אַן אתרוג

דער לולבֿ און דער אתרוג פּאָרן זיך סוכּות־צײַט, און דער גרויסער אונטערשייד אין גרייס צווישן ביידן װאַרפֿט זיך אין די אויגן. דעריבער רופֿט מען אויך אַ פּאָר (מענטשן) װוּ אײנער איז זײער גרױס און דער צװײטער – זײער קלײן „אַ לולבֿ מיט אַן אתרוג“.

אתרוג – בלינדער אתרוג

בײַם בענטשן אתרוג זײַנען אַ סך ייִדן געהיט צו דערפֿילן די מיצווה מיט אַ „הידור“. דאָס הייסט — באַשיינען די מיצווה דורכן ניצן דעם שענסטן אתרוג װאָס מע קען זיך נאָר פֿאַרגינען. אונדזער פֿילם װײַזט װי נעמי זעט צו קויפֿן „שוין איין מאָל אַן אתרוג“, װאָס „שײַנט װי די זון“, און היט אים דערנאָך װי אַן אויג אין קאָפּ. האָבנדיק אין זינען דעם דאָזיקן מינהג קען מען בעסער פֿאַרשטיין די װײַטערדיקע צװײ אויסדרוקן:

אתרוג – אַ באַצייכענונג פֿאַר אַ שײנעם און אײדעלן מענטש.

בלינדער אתרוג – געװיינטלעך באַקוקט מען גאַנץ פֿאָרזיכטיק דעם אתרוג, צו באַשטעטיקן אַז ער האָט נישט קיין פֿעלער. אָבער אַ מאָל קומט אויס צו קויפֿן אַן אתרוג אומגעזען. אין אַזאַ פֿאַל רופֿט מען אים אָן אַ „בלינדן אתרוג“. און אין איבערגעטראָגענעם זינען קען מען אָנרופֿן יעדעס געשעפֿט בײַ װעלכן מע שטעלט אײַן, נישט װיסנדיק גענױ װאָס מע קױפֿט, מיט דער זעלבער באַצייכענונג.

שפּריכװערטער

אַז מע האָט נישט קײן אתרוג, דאַרף מען קײן פּושקע נישט האָבן.

אַז עס פֿעלט דאָס סאַמע נייטיקסטע, איז איבעריק צו רעדן אָדער טראַכטן וועגן זײַטיקע פֿאַרגעניגנס. למשל, אױב מע װױנט װײַט פֿון דער פּלאַזשע און מע קען זיך נישט פֿאַרגינען קײן בילעט אַהינצופֿליִען, האָט נישט קײן זינען זיך אײַנצושאַפֿן אַן אינדלברעט. דאָס װערטל קען אױך האָבן אַן איראָנישן מײן, אַ מין פֿאַלשע טרײסט, אַזױ װי אין אַ צװײט װערטל „אַז מע האָט נישט קײן װעש, פֿאַרשפּאָרט מען װעשגעלט צו צאָלן“.

דער אתרוג קאָסט דאָס גאַנצע געלט, און איבערן לולבֿ מאַכט מען די ברכה.

דאָס הײסט, כאָטש דער אתרוג האָט דעם העכסטן װערט פֿינאַנציעל, פֿאַרנעמט דער לולבֿ, אַ דאַנק דער ברכה, דעם אױבנאָן. פֿאַרשײדענע מאָסן (למשל פּרײַז, שײנקײט, חשיבֿות, טראַדיציע) שאַפֿן אַ מאָל אַ סיטואַציע װוּ די רעלאַטיװע װערט פֿון צװײ זאַכן (צי מענטשן) איז אומגעריכט: מע גיט אָפּ די בכורה דער זאַך (צי דעם מענטש) װאָס האָט בײַם ערשטן קוק אויסגעזען צווייטראַנגיק. למשל, אַ קלײן קינד עפֿנט אױף אַ מתּנה און פֿאַרנעמט זיך מיטן קעסטל מער װי מיטן שפּילכל אַלײן.

װאָס טוט קהל אָן אַן אתרוג? – מע בענטשט ניט.

דאָס דאָזיקע װערטל דריקט אויס דעם פּשוטן אָבער שווערן אמת אַז װען עפּעס פֿעלט — אַפֿילו גאָר אַ װיכטיקע זאַך װאָס מ׳האָט געהאַלטן פֿאַר לעבנס־נייטיק — מוז מען זיך בלית־ברירה אַן עצה געבן און אויסקומען אָן דעם. (אין מזרח־אייראָפּע פֿלעגט אַ מאָל אויסקומען, אַז אַ גאַנצע קהילה זאָל בענטשן איבער איין איינציקן אתרוג.)