לײען

ביסט שוין גרייט?

ס׳איז פּורים אין דער פֿרי. בלומע איז שוין גרייט. זי וועט גיין מיט אַרעלען, איר ברודער, הערן די מגילה. דערנאָך וועלן זיי גיין צו גאַסט צו באָבע־זיידע.

אַרעלע איז אין זײַן צימער.
— אַרעלע, — פֿרעגט בלומע, — ביסט שוין גרייט?
— ניין, נאָך נישט, — ענטפֿערט אַרעלע. — איך טו אָן מײַן קאָסטיום.

בלומע טראָגט שוין איר קאָסטיום. זי איז פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פֿוקס. זי קוקט אין שפּיגל און טראַכט:
— מײַנע פֿוקסן־אויערן זײַנען זייער שיין.
דערנאָך טראַכט זי:
— וואָס דאַרף אַרײַנגיין אין אונדזער שלח־מנות פֿאַר באָבע־זיידע? נישט קיין המן־טאַשן ווײַל די באָבע באַקט שוין המן־טאַשן און אירע המן־טאַשן זײַנען זייער געשמאַק. אָ, איך ווייס — עפּל מיט קיכעלעך!
זי גיט אַרײַן עפּל מיט קיכעלעך.
— זייער גוט, איצט בין איך גרייט און דער שלח־מנות איז שוין אויך גרייט.

זי גייט צוריק און פֿרעגט אַרעלען נאָך אַ מאָל:
— ביסט שוין גרייט?
— נאָך נישט, — ענטפֿערט אַרעלע. — איך דאַרף דײַן וועווריק... דו ווייסט, דײַן שפּילוועווריק. קענסט אים מיר ברענגען?
— מײַן וועווריק? — פֿרעגט בלומע. — פֿאַר וואָס?
— דו וועסט זען, — ענטפֿערט אַרעלע. — ברענג אים שוין, זײַ אַזוי גוט!
בלומע ברענגט איר וועווריק און גיט אים אַרעלען.
— ביסט שוין גרייט? — פֿרעגט זי.
— נאָך נישט, — ענטפֿערט אַרעלע. — איך דאַרף בלומען. זײַ אַזוי גוט און ברענג מיר בלומען.
בלומע גייט אַרויס אין דרויסן און געפֿינט בלומען פֿאַר אַרעלען.
— איצט ביסטו שוין גרייט? — פֿרעגט זי.
— איך דאַרף נאָך איין זאַך, — ענטפֿערט אַרעלע. — איך דאַרף אַ מאַראַנץ.
— נו, גוט, — זאָגט בלומע, — איך ברענג דיר אַ מאַראַנץ.
זי קומט צוריק מיט אַ מאַראַנץ.
— איך האָב אַ מאַראַנץ פֿאַר דיר, — זאָגט זי. — ביסט גרייט? ווײַז מיר שוין דײַן קאָסטיום!
— גוט, — ענטפֿערט אַרעלע, און ער קומט אַרויס פֿון זײַן צימער. אויף זײַנע קליידער זײַנען דאָ בילדער פֿון ביימער. די בלומען קוקן אַרויס פֿון זײַנע שיך. און דער וועווריק זיצט אויף זײַן היטל.
— אוּוואַ, — זאָגט בלומע, — דו ביסט פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ וואַלד. דײַן קאָסטיום געפֿעלט מיר זייער… דו ווייסט פֿאַר וואָס?
— פֿאַר וואָס?
— ווײַל איך בין אַ פֿוקס. איך קען זיצן אונטער דײַנע ביימער און צוזאַמען קענען מיר זײַן פֿאַרשטעלט פֿאַר „אַ פֿוקס אין וואַלד“.
— יאָ, — ענטפֿערט אַרעלע, — זייער גוט!
— אָבער אַרעלע, — פֿרעגט בלומע, — פֿאַר וואָס דאַרפֿסטו אַ מאַראַנץ?
— ווײַל איך בין הונגעריק, — ענטפֿערט אַרעלע, — און איך וויל איצט עפּעס עסן.
— אוי, אַרעלע, — זאָגט בלומע. — ווען וועסטו שוין זײַן גרייט??

1
הײַנט וועלן בלומע און אַרעלע...
  1. א
    עסן חלה.
  2. ב
    הערן די מעשׂה פֿון פּורים.
  3. ג
    נישט זען באָבע־זיידע.
  4. ד
    שלאָפֿן אין דער פֿרי.
2
ווער איז שוין גרייט?
  1. א
    בלומע און אַרעלע זײַנען שוין גרייט.
  2. ב
    בלומע און אַרעלע זײַנען נישט גרייט.
  3. ג
    בלומע איז גרייט, אָבער אַרעלע איז נישט גרייט.
  4. ד
    אַרעלע איז גרייט, אָבער בלומע איז נישט גרייט.
3
אויף וואָס קוקט בלומע אין שפּיגל?
  1. א
    אויף אַרעלען.
  2. ב
    אויף באָבע־זיידע.
  3. ג
    אויף איר שלח־מנות.
  4. ד
    אויף איר קאָסטיום.
4
פֿאַר וואָס וויל בלומע נישט ברענגען באָבע־זיידע קיין המן־טאַשן?
  1. א
    ווײַל בלומע האָט נישט ליב קיין המן־טאַשן.
  2. ב
    ווײַל בײַ באָבע־זיידע וועלן שוין זײַן המן־טאַשן.
  3. ג
    ווײַל פּורים עסן אַלע עפּל מיט קיכעלעך.
  4. ד
    ווײַל זי האָט נישט קיין המן־טאַשן.
5
בלומע רעדט מיט אַרעלען. וווּ איז ער?
  1. א
    בײַ באָבע־זיידע.
  2. ב
    אין דרויסן.
  3. ג
    אין זײַן צימער.
  4. ד
    אין איר צימער.
6
וואָס ברענגט בלומע אַרעלען קודם, און וואָס ברענגט זי אים דערנאָך?
  1. א
    אַ וועווריק, בלומען, אַ מאַראַנץ
  2. ב
    וועווריק, אַ מאַראַנץ, בלומען
  3. ג
    בלומען, אַ מאַראַנץ, אַ וועווריק
  4. ד
    בלומען, אַ וועווריק, אַ מאַראַנץ
7
וואָס געפֿינט בלומע אינעווייניק?
  1. א
    בלומען און אַ וועווריק
  2. ב
    אַ וועווריק און אַ מאַראַנץ
  3. ג
    אַ מאַראַנץ און בלומען
  4. ד
    אַ מאַראַנץ, בלומען און אַ וועווריק
8
אַרעלע איז פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ וואַלד:
  1. א
    דער וועווריק איז אונטער די ביימער.
  2. ב
    דער מאַראַנץ איז אויף די ביימער.
  3. ג
    די בלומען זײַנען אויף די ביימער.
  4. ד
    די בלומען זײַנען אונטער די ביימער.
9
פֿאַר וואָס געפֿעלט דער וואַלדקאָסטיום בלומען?
  1. א
    ווײַל אַ פֿוקס קען זיצן אין וואַלד.
  2. ב
    ווײַל דער וואַלדקאָסטיום איז זייער שיין.
  3. ג
    ווײַל איר וועווריק איז דאָ.
  4. ד
    ווײַל ס׳איז דאָ אַ מאַראַנץ אין וואַלד.
10
איצט איז אַרעלע שוין גרייט?
  1. א
    יאָ, ווײַל ער טראָגט זײַן קאָסטיום.
  2. ב
    יאָ, ווײַל ער קומט אַרויס פֿון זײַן צימער.
  3. ג
    ניין, ווײַל איצט וויל ער עסן.
  4. ד
    ניין, ווײַל ער דאַרף נאָך אַ מאַראַנץ.