קולטור

פּורים Image

די פֿילצאָליקע מינהגים פֿונעם יום־טובֿ פּורים

אינעם הײַנטיקן מעשֹהלע פּראַװען נעמי מיט אירע חבֿרים דעם יום־טובֿ פּורים, אַ פֿריילעכן טאָג װאָס צייכנט אָפּ די מפּלה פֿון אַ רשע װאָס האָט געװאָלט אומברענגען דאָס ייִדישע פֿאָלק, װי עס װערט דערציילט אין דער „מגילה“ (דאָס הייסט, אין „מגילת־אסתּר“, ווי עס ווערט געוויינטלעך גערופֿן דער ספֿר „אסתּר“ פֿון תּנך).

דער דאָזיקער סיפּור קומט פֿאָר אין דער צײַט פֿון צווייטן בית־המיקדש אין דער פּערסישער אימפּעריע. דער פּערסישער קעניג אַחשוורוש קלײַבט אויס פֿאַר זײַן קעניגין דאָס שיינע ייִדישע מיידל אסתּר (אויף ייִדיש הייסט זי געװיינטלעך „אסתּר המלכּה“) און פֿאַר זײַן העכסטן שֹר — המן („המן הרשע“). המן פּועלט בײַ אַחשוורושן צו באַפֿעלן, מע זאָל אין איין טאָג טייטן אַלע ייִדן. מרדכי („מרדכי הצדיק“), אסתּרס אַ קרובֿ, װענדט זיך צו אסתּרן, זי זאָל זיך אײַנשטעלן פֿאַר איר פֿאָלק און בעטן דעם מלכס גנאָד. איר שתּדלנות גיט זיך אײַן און המן האָט אַ שלעכטן סוף. עס װערט װײַטער דערצײלט אין דער מגילה װי די ייִדן פּראַװען זײער הצלחה, און דערפֿון װערן געדרונגען די באַזונדערע מיצװת פֿונעם יום־טובֿ פּורים: הערן פֿאָרלײענען די מגילה, טראָגן שלח־מנות אײנער צום אַנדערן, טײלן נדבֿות פֿאַר אָרעמע־לײַט, און זעצן זיך צו אַ גרױסער פּורים־סעודה.

װען מען דערמאָנט המנס נאָמען בעתן לײענען די מגילה טופּעט מען מיט די פֿיס אָדער מע גראַגערט מיט גראַגערס כּדי „אױסצומעקן“ דעם נאָמען פֿונעם רשע. מאָבי דרײט אַ גראַגער בײַם סוף פֿונעם פֿילמעלע און אױפֿן בילד דאָ אױבן. שלח־מנותן (אױף העברעיִש „משלוח מנות“) זײַנען מתּנות פֿון עסנװאַרג װאָס נעמען אָפֿט אַרײַן דאָס טראַדיציאָנעלע פּורים־געבעקס „המן־טאַשן“ – דרײַשפּיציקע קיכעלעך אָנגעפֿילט מיט מאָן אָדער אײַנגעמאַכטס. מע פֿלעגט אױף ייִדיש אָנרופֿן אָט די קיכעלעך „מאָנטאַשן“; אפֿשר איז דער נאָמען „המן־טאַשן“ אױפֿגעקומען צוליב דער קלאַנג־קרובֿישאַפֿט „מאָן“–„המן“ (אַרױסגערעדט אױף לשון־קודש /האָמאָן/)! נעמי מיט אירע חבֿרים לײגן אַלע אַרײַן המן־טאַשן אין זײער שלח־מנות צוזאַמען מיט אַנדערע געשמאַקע נאַשן.

אין דער מעשׂה פֿון פּורים קומט פֿאָר אַן „איבערקערעניש“ – המנס גזירה װערט אָפּגעשאַפֿן און מרדכי פֿאַרנעמט זײַן הױכן אַמט אין דער מלוכה; אַ צײַט פֿון טרױער און שרעק װערט אַ צײַט פֿון שׂימחה און פֿרײד. נאָך עטלעכע פּורים־מינהגים שפּיגלען אָפּ אַזאַ איבערקערעניש אינעם געזעלשאַפֿטלעכן סדר: פֿאַרשטעלן זיך, דער „פּורים־רבֿ“, און די פּורים־שפּיל. װען מאָבי פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַ ריזיקן המן־טאַש, קאָמבינירט ער צװײ פּורים־טראַדיציעס! אַ „פּורים־רבֿ“ איז לאַװ־דװקא אַ „דיפּלאָמירטער“ רבֿ, נאָר אײנער װאָס פֿאַרװײַלט דעם עולם מיט װיצן און װערטלעך („פּורים־תּורה“). די פּורים־שפּיל איז געווען אַ פֿאַרשפּרייטער מינהג צווישן ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון אַלע צײַטן: טעאַטער, וואָס האָט נישט געהאַט אין אַלגעמיין קיין אָרט אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער געזעלשאַפֿט, איז פּורים יאָ דערלאָזט געוואָרן. (אַן עלטערער גילגול דערפֿון װערט שוין דערמאָנט אין דער גמרא.) די דאָזיקע פֿאָרשטעלונגען זענען אָפֿט מאָל געװען באַזירט אויף דער מגילה אָדער אויף אַנדערע תּנכישע מאָטיװן, װי מכירת־יוסף, און האָבן אָפֿט אַרײַנגענומען קאָמישע אָדער סאַטירישע עלעמענטן װאָס האָבן אויסגעלאַכט לאָקאַלע פּערזענלעכקייטן.

די פּורים־שפּיל האָט אין דער צװייטער העלפֿט נײַנצנטן יאָרהונדערט דערלעבט אַ נײַעם גילגול: דער מאָדערנער ייִדישער טעאַטער. אַבֿרהם גאָלדפֿאַדן — דער דראַמאַטורג באַקאַנט װי דער פֿאָטער פֿון מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער — האָט אַליין נאָך געשפּילט אין פּורים־שפּילן זײַענדיק אַ תּלמיד אין ראַבינער־סעמינאַר. אין גײַסט פֿון דער פּורים־שפּיל האָט דער שרײַבער איציק מאַנגער (1901–1969) געשאַפֿן זײַנע מגילה־לידער (1936), איינס פֿון די באַקאַנטסטע װערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור מיט אַ פּורים־מאָטיװ. אַרײַנפֿירנדיק די פּערסאָנאַזשן פֿון דער פֿאַרצײַטישער פּערסיע אין אַ מיזרח־אייראָפּעיִשער סבֿיבֿה שאַפֿט מאַנגער אַן אייגענעם נוסח פֿון דער מעשֹה, װוּ אַנאַכראָניסטישער הומאָר מישט זיך מיט שאַרפֿער געזעלשאַפֿטלעכער קריטיק (דער סוף פֿון זײַן מגילה איז נישט אַזאַ פֿרײלעכער). אָט קען מען זען אַ פֿאָרשטעלונג פֿון מאַנגערס מגילה־לידער אױף ייִדיש און אױף ענגליש.

נעמיס און מאָביס אַװאַנטורע אין דער הײַנטיקער לעקציע איז אינספּירירט געװאָרן פֿון אַן אַנדער ייִדישער פּורים־מעשֹה, װאָס האָט אױך נישט קײן פֿריילעכן סוף: שלום־עליכמס „צװיי שלח־מנותן“. צװיי אָרעמע דינסטמיידלעך אין אַ שטעטל טרעפֿן זיך פּורים אין מיטן גאַס, בעת יעדע טראָגט גראָד שלח־מנות פֿון איר באַלעבאָסטע צום הויז װוּ די צװייטע דינט. ביידע האָבן נאָך יענעם טאָג אין מויל נישט געהאַט, און קענען זיך נישט העלפֿן — זיי נעמען פּיקן פֿון איין שלח־מנות, פֿונעם אַנדערן... איידער וואָס ווען לאָזן זיך שיִער נישט אויס די צװיי שלח־מנותן. אַ מחלוקת ברעכט אויס צווישן ביידע משפּחות, וואָס באַליידיקן זיך איינע אויף דער אַנדערער איבערן כּלומרשטיק קאַרגלעכן שלח־מנות. אַז דער אמת קומט אַרויס װערן ביידע דינסטן אָפּגעשאַפֿן.

אין אָנהייב פֿילמעלע זינגט נעמי דעם רעפֿריין פֿון „המן־טאַשן“, אַ באַקאַנט לידל פֿון מ. פּיראָזשניקאָװ װעגן איינער אַ יאַכנע־דװאָשע און איר פּרוּװ צו באַקן המן־טאַשן (זען דאָ װײַטער דעם טעקסט פֿונעם לידל). יאַכנע־דװאָשעס המן־טאַשן קומען אפֿשר אַרויס „האַלב רוי, האַלב פֿאַרברענטע“ אָבער די פֿריילעכע מעלאָדיע פֿונעם רעפֿריין פֿאַרזיסט דאָס אומגליק מיט איר לײַכטן טאָן און שפּיגלט אָפּ די לוסטיקייט פֿון דעם באַזונדערן טאָג.

המן־טאַשן

ווערטער: מ. פּיראָזשניקאָוו

רעקאָרדירונג פֿונעם ליד

יאַכנע־דוואָשע פֿאָרט אין שטאָט,

האַלט זיך אין איין פּאַקן,

זי דאַרף אויף פּורים קויפֿן מעל

המן־טאַשן באַקן.

האָפּ, מײַנע המן־טאַשן,

האָפּ, מײַנע ווײַסע,

האָפּ, מיט מײַנע המן־טאַשן

האָט פּאַסירט אַ מעשׂה.

ס׳גייט אַ רעגן, ס׳גייט אַ שניי,

ס׳קאַפּעט פֿון די דעכער,

יאַכנע פֿירט שוין קאָרנמעל

אין אַ זאַק מיט לעכער.

האָפּ, מײַנע המן־טאַשן,

האָפּ, מײַנע ווײַסע,

האָפּ, מיט מײַנע המן־טאַשן

האָט פּאַסירט אַ מעשׂה.

יאַכנע טראָגט שוין שלח־מנות

צו דער מומע יענטע,

צוויי־דרײַ שוואַרצע המן־טאַשן

האַלב רוי, האַלב פֿאַרברענטע.

האָפּ, מײַנע המן־טאַשן,

האָפּ, מײַנע ווײַסע,

האָפּ, מיט מײַנע המן־טאַשן

האָט פּאַסירט אַ מעשׂה.