לײען
וווּ איז דריידל?
אין דער פֿרי קומט רייזל צו לייזערן אין שטוב.
לייזער: גוט־מאָרגן, רייזל. קום אַרײַן! בײַ אונדז איז דאָ אַ מיסטעריע!
רייזל: בײַ אײַך איז דאָ אַ מיסטעריע? וואָס איז די מיסטעריע?
לייזער: מיר קענען נישט געפֿינען אונדזער הינטל.
רייזל: אײַער הינטל דריידל?
לייזער: יאָ, אונדזער הינטל דריידל. איך זוך אים און זוך. אין אַלע צימערן אין שטוב זוך איך אים.
רייזל: אוי־וויי! איך וועל זוכן מיט דיר!
רייזל: נו, לייזער, דריידל איז נישט בײַ אײַך אין שטוב. וווּ נאָך קען ער זײַן?
לייזער: אפֿשר איז ער אין פּאַרק. ער האָט ליב צו לויפֿן אין פּאַרק.
רייזל: ווילסט אים זוכן אין פּאַרק? איך וועל קומען מיט דיר!
לייזער: אַ דאַנק. איך וועל אויך ברענגען אַ בילד פֿון דריידלען.
איצט זײַנען לייזער און רייזל אין פּאַרק.
לייזער: עס זײַנען דאָ דאָ אַ סך מענטשן מיט הינטלעך, אָבער דריידלען זע איך נישט.
רייזל: לאָמיר רעדן מיט די מענטשן. אפֿשר ווייסן זיי וווּ דריידל איז. האָסט דאָס בילד?
לייזער, צו אַ מענטש אין פּאַרק: איך קען נישט געפֿינען מײַן הינטל. אָט איז אַ בילד פֿון אים. ווייסט איר וווּ ער איז?
מענטש אין פּאַרק: ניין, איך ווייס נישט.
לייזער: דאַרפֿן מיר זוכן ווײַטער… אַ דאַנק!
לייזער: נו, רייזל, מיר פֿרעגן און פֿרעגן, אָבער אַלע ענטפֿערן „ניין, מיר ווייסן נישט וווּ דײַן הינטל איז“.
רייזל: וווּ נאָך קען ער זײַן?
לייזער: המממם… אפֿשר איז ער בײַ באָבע־זיידע.
רייזל: בײַ וועמען?
לייזער. בײַ באָבע־זיידע. ער האָט ליב צו זײַן בײַ זיי.
רייזל: פֿאַר וואָס?
לייזער: ווײַל די באָבע באַקט פֿאַר אים קיכעלעך....
טריננננננג! טריננננננג!
לייזער: אָ, איך הער מײַן טעלעפֿאָן. ס'איז די באָבע! … באָבעניו!
די באָבע: לייזערל! װײסטו װאָס, ייִנגעלע? — דריידל איז דאָ בײַ אונדז!
לייזער: יאָ?! איך מיט רייזלען זוכן אים און זוכן! אָט קומען מיר!
די באָבע: גוט – דריידל וועט גיין מיט אײַך. אָבער קודם קענט איר אַלע בײַ אונדז עפּעס עסן – פֿאַר אײַך האָב איך אַ מערן־קוגל, און פֿאַר דריידלען הינטל־קיכעלעך. די הינטל־קיכעלעך באַק איך איצט!
לייזער: אויסגעצייכנט! זײַ געזונט, באָבעניו!
-
אבײַ רייזלען.
-
בבײַ לייזערן.
-
גבײַ דריידלען.
-
דאין שטוב.
-
אווײַל רייזל ברענגט אַ מיסטעריע־מעשׂה.
-
בווײַל עס זײַנען דאָ הינטלעך אין אַלע צימערן.
-
גווײַל לייזער קען נישט געפֿינען דאָס היטל.
-
דווײַל לייזער ווייסט נישט וווּ דריידל איז.
-
אבײַ נאַכט
-
בווי געוויינטלעך
-
גצוזאַמען
-
דמיט אַ גוטן אַפּעטיט
-
אאינעווייניק … אין דרויסן
-
באין דרויסן … אינעווייניק
-
גבײַ לייזערן … בײַ רייזלען
-
דבײַ רייזלען … בײַ לייזערן
-
אנאָך אַ מאָל
-
באפֿשר
-
גמילא
-
דהײַנט
-
אמיט אַ בילד פֿון דריידלען און אָן רייזלען.
-
במיט רייזלען און אָן קיין בילד פֿון דריידלען.
-
גמיט רייזלען און אָן דריידלען.
-
דמיט דריידלען און אָן רייזלען.
-
אפֿרעגן וווּ דריידל איז.
-
בווייסן נישט וווּ דריידל איז.
-
גלויפֿן מיט דריידלען.
-
דזוכן דריידלען.
-
אווײַל ער האָט ליב זייערע קיכעלעך.
-
בווײַל ער האָט ליב צו לויפֿן בײַ זיי.
-
גווײַל ער האָט ליב צו שלאָפֿן בײַ זיי.
-
דווײַל ער האָט זיי ליב.
-
אווײַל זי האָט ליב לייזערן.
-
בווײַל זי באַקט הײַנט קיכעלעך.
-
גווײַל רייזל דאַרף קומען צו גאַסט.
-
דווײַל דריידל איז בײַ איר אין שטוב.
-
אעסט איצט מערן־קוגל.
-
בבאַקט איצט אַ מערן־קוגל.
-
גהאָט קוגל פֿאַר די קינדער און קיכעלעך פֿאַר דריידלען.
-
דהאָט מערן פֿאַר די קינדער און קוגל פֿאַר דריידלען.