לײען
טיי און שניי
רייזל איז אין שטוב. לייזער קומט צו גאַסט.
לייזער:
גוט־מאָרגן, רייזל!
רייזל:
גוט־מאָרגן, גוט־יאָר, לייזער און …
לייזער:
דריידל. דאָס איז מײַן הינטל דריידל.
רייזל:
נו, קומט אַרײַן, לייזער און דריידל.
לייזער:
אַ דאַנק, רייזל.
רייזל:
לייזער, טו אויס דײַן מאַנטל.
לייזער:
גוט, איך וועל אויסטאָן מײַן מאַנטל, אָבער איך טו נישט אויס דאָס היטל און די שאַל. ס׳איז קאַלט דאָ אין שטוב.
רייזל:
מילא, אין דרויסן איז קאַלט און אינעווייניק איז אויך קאַלט. עס גייט אַ שניי. ווילסט טרינקען טיי?
לייזער:
יאָ, איך וויל טרינקען —... אוי, דריידל! דריידל! לויף נישט אַרויס! דריידל, קום צוריק!
רייזל:
וואָס איז? וווּ איז דריידל?
לייזער:
דריידל איז אין דרויסן. טו אָן דײַן מאַנטל! מיר דאַרפֿן אויך אַרויסלויפֿן!
רייזל און לייזער טוען אָן די מאַנטלען און לויפֿן אַרויס.
לייזער:
דריידל, וווּ ביסטו…?
רייזל:
אָט איז ער! גיב אַ קוק! ער שפּרינגט אַרײַן אין שניי און לויפֿט צוריק אַרויס. ער איז קאָמיש.
לייזער:
ווילסט אויך אַרײַנשפּרינגען אין שניי?
רייזל:
נײן, איך וויל וואַרפֿן אַ שנייפּילקע. ביסט גרייט? אָט קומט זי…
לייזער:
דריידל, דריידל, וואָס טוסטו איצט?
רייזל:
ער לויפֿט… ער וויל כאַפּן די שנייפּילקע!
לייזער:
די שנייפּילקע? כאַפּן? אײַ, דריידל, דו ביסט אַזוי קאָמיש!
רייזל:
איך וואַרף נאָך אַ שנייפּילקע… איצט!
לייזער:
רייזל, דײַן שנייפּילקע פֿליט אַרײַן אין שטוב…
רייזל:
אין שטוב?! נו, מילא. לאָמיר אַלע אַרײַנגיין. לאָמיר טרינקען טיי און עסן קיכעלעך...יאָ, דריידל, דו וועסט אויך עסן קיכעלעך... הינטל־קיכעלעך!
1
ווער קומט צו גאַסט?
-
אצוויי ייִנגלעך
-
באַ מיידל
-
גאַ ייִנגל מיט אַ הינטל
-
דאַ מיידל מיט אַ הינטל
2
אין דרויסן...
-
אשײַנט די זון.
-
בבלאָזט אַ ווינט.
-
גגייט אַ רעגן.
-
דגייט אַ שניי.
3
...לייזער האָט
-
אאַ מאַנטל, אַ היטל און אַ שירעם.
-
באַ מאַנטל, אַ היטל און אַ שאַל.
-
גאַ מאַנטל, אַ שאַל און אַ שירעם.
-
דאַ היטל, אַ שאַל און אַ שירעם.
4
אין שטוב איז...
-
אקאַלט
-
בהייס
-
גריין
-
דשמוציק
5
וואָס טוט דריידל?
-
אער קומט אַרײַן.
-
בער קומט צוריק.
-
גער לויפֿט אַרויס.
-
דער לויפֿט אַרײַן.
6
לייזער און רייזל לויפֿן אַרויס...
-
אאין שטוב.
-
באין פּאַרק.
-
גאינעווייניק.
-
דאין דרויסן.
7
________ שפּרינגען נישט אַרײַן אין שניי.
-
אלייזער און רייזל
-
בלייזער און דריידל
-
גרייזל
-
דלייזער
8
דריידל וויל...
-
אאַרײַנלויפֿן אין שטוב.
-
בכאַפּן אַ שנייפּילקע.
-
גוואַרפֿן אַ שנייפּילקע.
-
דטרינקען טיי.
9
רייזל ...
-
אאיז איצט נישט גרייט.
-
ב.איז קאָמיש
-
גפֿליט אַרײַן אין שטוב.
-
דוואַרפֿט אַ שנייפּילקע אַרײַן אין שטוב.
10
דריידל וועט עסן ...
-
אשניי.
-
בקיכעלעך.
-
גאַ שניטקע.
-
דמערן.