קולטור

שבת Image

שבת

שבת איז דער זיבעטער טאָג אין דער װאָך. ער הײבט זיך אָן בײַם זונפֿאַרגאַנג פֿרײַטיק פֿאַר נאַכט און ענדיקט זיך מיטן באַװײַזן זיך פֿון די שטערן אױפֿן הימל שבת צו נאַכטס.

דאָס איז דער איינציקער טאָג אין דער וואָך מיט אַ לשון־קודש־שטאַמיקן נאָמען: „שבת“ נעמט זיך פֿון אַ העברעיִשן וואָרצל וואָס מיינט „רו”, און דערמאָנט אין דער תּנכישער באַשרײַבונג פֿונעם וועלטבאַשאַף — זעקס טעג האָט גאָט געאַרבעט און אויפֿן זיבעטן האָט ער גערוט.

דער אונטערשייד צווישן „שבת“ און „וואָך“ שטייט אין סאַמע צענטער פֿון דער ייִדישער רעליגיע: עס איז איינס פֿון די „צען געבאָט“ אָפּצוהיטן דעם זיבעטן טאָג און אים האַלטן הייליק נישט טוענדיק קיין „מלאָכה“.

דער טראַדיציאָנעלער שטייגער איז אָפּצומערקן דעם טאָג דורך רייניקן און אויספּוצן די שטוב און זיך אַליין, גיין אין שיל, געניסן פֿון באַזונדערש פֿײַערלעכע סעודות, אויפֿנעמען געסט, זינגען צוזאַמען געהויבענע געזאַנגען, זיך פֿאַרטיפֿן אין לייענען אָדער שמועסן וועגן „העכערע“ טעמעס; און פֿאַרקערט — זיך אָפּהאַלטן פֿון אַרבעטן, פֿאָרן, האַנדלען, ניצן פֿײַער צי עלעקטריע, אאַז"וו.

דאָס וואָרט „שבתדיק” איז אַזוי אַרום געוואָרן אַ סינאָנים פֿון: פֿײַערלעך, הייליק, ריין, שיין, איידל, עלעגאַנט, דערהויבן, געשמאַק, פֿריילעך…