אַ באַגריסונג בײַ סקויטן
בײַם אָנהייבן זייערע פֿיזישע געניטונגען טוט נעמי אַ פֿרעג מאָבין און מאירקען: „גרייט?”. אָט דאָס וואָרט איז אויך געווען אַ טייל פֿון דער באַגריס־פֿאָרמל צווישן מיטגלידער פֿון דער ייִדישער סקויטן־אָרגאַניזאַציע „בין”.
די „בין” איז געווען אַ וועלטלעכע ייִדישע יוגנט־באַוועגונג פֿאַר ייִנגלעך און מיידלעך צווישן 8 און 17 יאָר אַלט, וואָס עס האָט געגרינדט אין 1927 דער לינגוויסט און קולטור־טוער מאַקס ווײַנרײַך. צוזאַמען מיט די הויפּטשטריכן פֿון דער אַלגעמיינער סקויטן־באַוועגונג וואָס שייך געזונטער פֿיזישער אַנטוויקלונג פֿונעם יחיד אין זײַן סבֿיבֿה, האָט די „בין” געלייגט דעם טראָפּ אויף אַחריותדיקע מעשׂים לטובֿת דעם קאָלעקטיוו, און באַזונדערש לטובֿת דער מאָדערנער וועלטלעכער ייִדישער קולטור.
דער צענטער פֿון דער באַוועגונג איז געווען אין ווילנע (דעמאָלט אין פּוילן, הײַנט אין ליטע), נאָר אירע „רינגען” און אַקטיוויטעטן האָבן געדעקט אַ ברייטערן ראַיאָן. ביז 1937, ווען די פּוילישע רעגירונג האָט פֿאַרווערט די באַוועגונג צוליב פּאָליטישע סיבות, האָט די „בין” אַרײַנגענומען עטלעכע טויזנטער מיטגלידער אָדער „בינען”.
ווי אַלע סקויטן־באַוועגונגען האָט די „בין” געהאַלטן פֿון פּערזענלעכער צוגעגרייטקייט און אײַנגעפֿירט אַזאַ באַגריס־פֿאָרמל צווישן „בינען”: דער ערשטער זאָגט „גרייט”, דער צווייטער ענטפֿערט „שטענדיק”.
איר קענט זיך אַוודאי אינספּירירן אין דעם: אַז עמעצער וועט בײַ אײַך פֿרעגן „גרייט?”, זאָלט איר אויך אָן ספֿקות ענטפֿערן „שטענדיק!”