עסן אין דער ייִדישער טראַדיציע
עסן האָט אַ גרױסע װאָגיקײט אין דער ייִדישער טראַדיציע. עס זײַנען דאָ אָנװײַזונגען לגבי װען מען מעג עסן, װאָס מען קען עסן און אַפֿילו װי מען דאַרף עסן!
למשל — אַלע מינים עסן װערן צעטײלט אין דרײַ קאַטעגאָריעס: פֿלײשיקס, מילכיקס, און פּאַרעװע. פּאַרעװע נעמט אַרײַן עסן װאָס איז נישט און האָט נישט אין זיך קײן פֿלײש אָדער מילך. פֿלײשיקס און מילכיקס טאָר מען נישט קאָכן און אױך נישט עסן צוזאַמען, לױט דער ייִדישער טראַדיציע. אָבער פּאַרעװע עסן מעג מען צופּאָרן צו מילכיקס אָדער פֿלײשיקס אױב מען װיל.
אין אונדזער פֿילם זעען מיר װי נעמי און אירע חבֿרים עסן אַ יאַפּאַנישן מאכל: סושי. סושי װערט פֿאַררעכנט פֿאַר פּאַרעװע עסנװאַרג, װײַל אַלע אינגרעדיענטן — פֿיש, גרינסן, און רײַז — זײַנען פּאַרעװע.
אין אַלע לענדער װוּ ייִדן האָבן געװױנט, האָבן זײ אָנגענומען פֿאַרשידענע מאכלים (װי סושי) פֿון די אַרומיקע קולטורן, צופּאַסנדיק זײ צו די ייִדישע דינים און מינהגים.