לײען
לײזער מיט רײזלען רעדן אױפֿן טעלעפֿאָן.
לײזער:
האַלאָ, רײזל?
רײזל:
לײזער! גוטן־אָװנט!
לײזער:
רײזל, װוּ ביסטו? דו האָסט געדאַרפֿט קומען אין פּאַרק פֿינף אַ זײגער, און ס׳איז שױן אַ פֿערטל נאָך פֿינף. דו קומסט? דו װילסט נאָך שפּילן מיט מיר אין קױשבאָל?
רײזל:
יאָ, יאָ, איך קום שױן איצט! דו װײסט דאָך אַז דינסטיק נאָך דער שול זינג איך.
לײזער:
יאָ, אָבער דו זינגסט נאָר ביז האַלב פֿינף. דערפֿאַר האָבן מיר געװאָלט שפּילן אין קױשבאָל פֿינף אַ זײגער.
רײזל:
געװײנטלעך זינג איך טאַקע ביז האַלב פֿינף, אָבער הײַנט האָבן מיר געמוזט זינגען ביז צען מינוט נאָך פֿינף.
לײזער:
פֿאַר װאָס?
רײזל:
װײַל דאָנערשטיק איז דאָך אונדזער קאָנצערט.
לײזער:
אױ־װײ, איך האָב פֿאַרגעסן אין דעם! װיפֿל אַ זײגער װעט ער זײַן?
רײזל:
אַ פֿערטל צו זיבן, אין אָװנט. װעסט קענען קומען?
לײזער:
יאָ, איך װיל טאַקע קומען – דײַנע קאָנצערטן זײַנען זײער שײן… אַ מינוט…
רײזל:
װאָס איז?
לײזער:
עפּעס מיט דרײדלען… אײן מינוט…
…
לײזער:
איצט איז גוט.
רײזל:
װאָס איז געשען מיט דײַן הינטל?
לײזער:
ער לױפֿט פֿרײַ אין פּאַרק. ער האָט גענומען לױפֿן נאָך דער פּילקע פֿון אַ ייִנגל. אָבער איצט האָט דאָס ייִנגל שוין צוריק זײַן פּילקע, און דרײדל לױפֿט נאָך אַ שטעקן.
רײזל:
אַ, זײער גוט. נו, װי איז געװען דײַן טאָג?
לייזער:
אין דער פֿרי, פֿאַר דער שול, איז געווען אויסגעצייכנט. איך בין גוט געשלאָפֿן, אויפֿגעשטאַנען האַלב נאָך זעקס און אָנגעטאָן ספּאָרטקליידער, אַרויס אין פּאַרק לויפֿן מיט מײַן חבֿר סענדער, צוריק אַרײַן אין שטוב, אָנגעטאָן שולקליידער, געגעסן פּיצע…
רייזל:
פּיצע? אין דער פֿרי?
לייזער:
יאָ, איך בין דאָך געווען הונגעריק נאָכן לויפֿן! דערנאָך געכאַפּט דעם אױטאָבוס אין שול, נישט געדאַרפֿט גיין צו פֿוס.
רײזל:
און נאָך דעם? דײַן טאָג איז ווײַטער געווען אויסגעצייכנט?
לײזער:
ניין, אין שול איז געווען אַ טאָג װי געװײנטלעך: די לערער האָבן געשטעלט אַ סך פֿראַגעס, איך האָב געקױפֿט עפּעס צו עסן און ס׳איז געװען שרעקלעך, איך האָב געװאָלט רעדן מיט די חבֿרים אָבער געדאַרפֿט גײן אין קלאַס. און בײַ דיר?
רײזל:
אױך אַ טאָג װי געװײנטלעך...אָבער הער אַ מעשׂה!
לײזער:
נו?
רײזל:
מײַן רוקזאַק האָט זיך צעריסן און אַלץ איז אַרױסגעפֿאַלן!
לײזער:
אױ־װײ!
רײזל:
און דאָס איז נאָך גאָרנישט... ס׳איז געשען לעבן דער טיר פֿון קלאַסצימער, און װען די לערערין איז אַרױסגעקומען פֿון קלאַסצימער, איז זי געפֿאַלן איבער מײַנע זאַכן.
לײזער:
אױ, דאָס איז טאַקע שרעקלעך! זי האָט זיך צעקלאַפּט?
רײזל:
נאָר אַ ביסל. איך האָב אַרױסגעשלעפּט אַ בענקל פֿון קלאַסצימער און זי איז געזעסן פֿינף מינוט. דערנאָך האָט זי געזאָגט אַז זי איז גענוג געזעסן, זי איז געזונט, און מיר דאַרפֿן אַלע גײן אין קלאַס.
לײזער:
און דײַנע זאַכן?
רײזל:
מײַנע זאַכן? איך האָב זײ אַװעקגעלײגט אױף אַ טיש אין קלאַסצימער. דערנאָך האָט אַ לערער מיר געגעבן אַ מתּנה אַ רוקזאַק, און איך האָב אַלץ אין אים אַרײַנגעלײגט.
לײזער:
דו האָסט דאָך ליב מיטצושלעפּן אַ סך ביכער – דער רוקזאַק איז גענוג גרױס און גענוג שטאַרק?
רײזל:
גענוג גרױס – יאָ. גענוג שטאַרק – דאָס װײס איך נאָך נישט…
לײזער:
נו, װוּ ביסטו? ביסט שױן אין פּאַרק?
רײזל:
איצט אָנגעקומען. באַלד װעסטו מיך זען.
לײזער:
אָ! אָט ביסטו! גענוג שױן גערעדט; לאָמיר שפּילן אין קױשבאָל!
1
װוּ זײַנען לײזער און רײזל אַ פֿערטל נאָך פֿינף?
-
אלײזער און רײזל זײַנען אין פּאַרק.
-
בלײזער און רײזל גײען אין פּאַרק.
-
גלײזער איז שױן אין פּאַרק און רײזל גײט אין פּאַרק.
-
דרײזל איז שױן אין פּאַרק און לײזער גײט אין פּאַרק.
2
פֿאַר װאָס איז רײזל נישט געװען אין פּאַרק פֿינף אַ זײגער?
-
אװײַל זי האָט פֿאַרגעסן צו גײן אין פּאַרק.
-
בװײַל געװײנטלעך זינגט זי ביז צען נאָך פֿינף.
-
גװײַל פֿינף אַ זײגער איז געװען אַ קאָנצערט.
-
דװײַל פֿינף אַ זײגער האָט זי נאָך געזונגען.
3
װען װעט זײַן איר קאָנצערט?
-
אדינסטיק 6:45
-
בדינסטיק 7:15
-
גדאָנערשטיק 6:45
-
דדאָנערשטיק 7:15
4
פֿאַר װאָס האָט לײזער אַ מינוט נישט געקענט רעדן מיט רײזלען?
-
אװײַל דרײדל האָט געװאָלט כאַפּן די פּילקע פֿון אַ ייִנגל.
-
בװײַל דרײדל האָט געװאָלט כאַפּן דעם שטעקן פֿון אַ ייִנגל.
-
גװײַל אַ ייִנגל האָט גענומען לױפֿן נאָך דרײדלען.
-
דװײַל אַ ייִנגל האָט געװאָלט שפּילן מיט דרײדלען.
5
װאָס האָט לײזער נישט געטאָן אין דער פֿרי?
-
אאױפֿגעשטאַנען האַלב זיבן
-
בגעגאַנגען אין פּאַרק אין די שולקלײדער
-
גגעגעסן פּיצע
-
דגעכאַפּט דעם אױטאָבוס
6
װאָס זאָגט לײזער װעגן זײַן טאָג אין שול?
-
אס׳איז געשען אַ מעשׂה.
-
בס׳איז געװען שרעקלעך.
-
גס׳איז געװען װי געװײנטלעך.
-
דס׳איז געװען אױסגעצײכנט.
7
בײַ רײזלען איז געשען „אַ מעשׂה“; װאָס איז געשען?
-
ארײזל געפֿאַלן, רוקזאַק צעריסן, זאַכן אַרױס
-
ברוקזאַק צעריסן, זאַכן אַרױס, רײזל געפֿאַלן
-
גרוקזאַק צעריסן, רײזל געפֿאַלן, לערערין געפֿאַלן
-
דרוקזאַק צעריסן, זאַכן אַרױס, לערערין געפֿאַלן
8
װי האָט רײזל געהאָלפֿן דער לערערין?
-
אזי האָט איר געהאָלפֿן אַרײַנגײן אין קלאַסצימער.
-
בזי האָט איר געהאָלפֿן אױפֿשטײן און זיך זעצן.
-
גזי האָט איר געהאָלפֿן אױפֿשטײן און גײן.
-
דזי האָט איר געהאָלפֿן אַװעקלײגן די זאַכן.
9
פֿאַר װאָס איז דער מתּנה־רוקזאַק אפֿשר נישט גענוג שטאַרק?
-
אװײַל ער איז זײער קלײן.
-
בװײַל ער האָט זיך שױן צעריסן.
-
גװײַל רײזל װעט אַרײַנלײגן אין אים אַ קױשבאָל־פּילקע.
-
דװײַל רײזל װעט טראָגן אין אים אַ סך ביכער.
10
װאָס װילן לײזער און רײזל טאָן נאָכן רעדן אויפֿן טעלעפֿאָן?
-
אגײן אין פּאַרק.
-
בשפּילן אין קױשבאָל.
-
גגײן אױף אַ קאָנצערט.
-
דלױפֿן מיט דרײדלען.