מזל, שלימזל, און די שטערן
אַז נעמי רופֿט מאָבין אָן אין גוטן מוט „שלימזל“ צום סוף פֿון דער איצטיקער לעקציע, ניצט זי אַ טערמין מיט אַ רײַכער און נישט־פּשוטער געשיכטע הינטער זיך. שלימזל, מיטן באַטײַט „שלעכט מזל“ אָדער „מענטש אָן מזל“ איז אַ באַהעפֿטונג פֿונעם גערמאַנישן װאָרט שלים, „שלעכט“, מיטן לשון־קודשדיקן װאָרט מזל, „גליק“. לכּתּחילה האָט דאָס דאָזיקע װאָרט מזל געהאַט דעם באַטײַט פֿון „שטערן“ אָדער „קאָנסטעלאַציע“ — און דאָס שײַכות נעמט זיך פֿונעם אוראַלטן (לאַװ־דווקא ייִדישן) גלויבן אַז די שטערן באַשטימען דעם גורל פֿונעם בן־אָדם. אַז מע רעדט אויף ייִדיש פֿון די מזלות מײנט מען נאָך אַלץ די צװעלף קאָנסטעלאַציעס פֿון זאָדיאַק.
אַז עס פּאַסירט מיט עמעצן אַ גליקלעך געשעעניש, למשל, אַ חתונה, אָדער דאָס געבוירן װערן פֿון אַ קינד, קען מען אים אָפּגעבן „מזל־טובֿ!“. אַז אײנער געניסט פֿון אויסנעמלעך גוט גליק קען מען זאָגן אַז „דאָס מזל האָט אים צוגעשפּילט“. און אַז ער האַלט בײַם אונטערנעמען זיך עפּעס קען מען אים װינטשן עס „זאָל זײַן מיט מזל“.
אַז עס גײט אָבער אײנעם, נישט פֿאַר קײנעם געדאַכט, מיט דער פּוטער אַראָפּ, רעדט מען פֿון שלימזל. דאָס דאָזיקע װאָרט באַצײכנט אי דעם היפּוך פֿון מזל, אי דעם מענטש װאָס לײַדט כּסדר פֿון אַ שלעכט מזל אי סתּם אַן אומפֿעיִקן מענטש.
דאָס ייִדישע װאָרט שלימזל איז באַקאַנט אין אַנדערע שפּראַכן, אָפֿט אין פֿאַרבינדונג מיטן װאָרט שלעמיִעל. פֿאַראַן, למשל, אינעם אַמעריקאַנער הומאָר דאָס באַקאַנטע בילד פֿונעם פֿאַרגאָסענעם טעלער זופּ װוּ דער שלעמיִעל (דער אומגעלומפּערטער) איז דער פֿאַרגיסער, און דער שלימזל (װאָס האָט נישט קײן מזל) איז דער אָפּגעגאָסענער. אָבער הגם שלעמיִעל איז שוין געװאָרן אַ שם־דבֿר אין אַ צאָל אַנדערע שפּראַכן, איז דאָס װאָרט נישט אײגנטלעך בנימצא אינעם הײַנטיקן ייִדיש. עס שטאַמט פֿון אַן עלטערן װאַריאַנט (מערבֿ־ייִדיש) װאָס דײַטש־ייִדישע אימיגראַנטן האָבן געבראַכט קײן אַמעריקע נאָך אין נײַנצנטן יאָרהונדערט, און פֿון זײ איז עס אַרײַן אין ענגליש און אינעם ייִדיש פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשע אימיגראַנטן.
אָט זײַנען עטלעכע שפּריכװערטער — און אַ קללה — מיט די װערטער מזל און שלימזל: