קולטור

אויסרופֿן Image

אין פֿאַרשײדענע סיטואַציעס רופֿט מען זיך אָפּ מיט באַזונדערע אױסדרוקן װאָס גיבן איבער אױף אַ געפּרעסטן אופֿן אַ מײנונג צי אַן עמאָציע. אינעם פֿילם פֿון דער איצטיקער לעקציע ניצט נעמי אַ פּאָר געשמאַקע אױסרופֿן װאָס דריקן אױס אירע געפֿילן לגבי אירע צרות מיט דער מאַלפּע. מיר רעכענען זײ דאָ אױס, צוזאַמען מיט נאָך אַ היפּשער צאָל אױסרופֿן װאָס מע האָט שױן געהערט אין ייִדישפּאָפּ־פֿילמען, און װאָס דריקן אױס אַ גאַמע עמאָציעס און שטעלונגען.

אױ, ס׳איז שלעכט!

די װײַטערדיקע אױסרופֿן ניצט מען אין פֿאַרשײדענע אומגינציקע סיטואַציעס.

(אױ) געװאַלד!

װען די מאַלפּע נעמט צו נעמיס העפֿט אין דער איצטיקער לעקציע, רופֿט זי אױס „געװאַלד!“ אַזױ דריקט זי אויס חידוש, צערודערונג און אומבאַהאָלפֿנקייט. מע ניצט דעם אױסרוף צוצוציִען דעם אױפֿמערק פֿון אַנדערע, ספּעציעל װען מע נײטיקט זיך אין הילף בײַם אָנטרעפֿן אַ צרה צי אַ סכּנה. למשל, אַז מע דערזעט חלילה אַ שׂרפֿה, קען מען אױף ייִדיש אױסרופֿן: „געװאַלד! עס ברענט!“

װײ איז מיר! אָך און װײ!

װען די מאַלפּע כאַפּט נעמיס העפֿט, רופֿט זי זיך אָפּ אױף דער אומגעריכטער און נישט געװוּנטשענער סיטואַציע מיטן אױסרוף װײ איז מיר: „װיי איז מיר, מײַן היימאַרבעט איז אין דער העפֿט — איך דאַרף זי!“ מיט דעם אױסרוף דריקט מען אױס פֿאַרשײדענע געפֿילן װי פֿאַרדראָס, באַדױער, חרטה, אָדער גאָר מורא אַז די שלעכטע זאַך װאָס האָט זיך ערשט געטראָפֿן װעט האָבן אַ שװערן המשך. אַזױ קען זיך אָנרופֿן די מאַמע פֿון אַ קראַנק קינד: „װײ איז מיר, דאָס קינד האָט היץ!“

אַן ענלעך געפֿיל, נאָר לאַװ־דװקא אַזאַ שטאַרקס, דריקט מען אױס מיטן אױסרוף אױ־װײ, אָדער מיטן אײנצלנעם װאָרט אױ. אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון ייִדישפּאָפּ:

מיט אָך און װײ דריקט מען אויס אַ געפֿיל אַז עפּעס איז שלעכט. דאָס װאָס ס׳איז שלעכט װערט אָפֿט בפֿירוש דערמאָנט נאָך די װערטער „איז צו“. אַזױ הערן מיר דעם אױסרוף אין דער לעקציע: װען די מאַלפּע כאַפּט נעמיס העפֿט, לאַכט מאָבי. נעמי גיט איבער איר חבֿר אַז זײַן לאַכן איז נישט אױפֿן אָרט: „דו לאַכסט? אַז אָך און װיי איז צו דײַן לאַכן! ס׳איז נישט קאָמיש“. אַז אײנער װיל אַרױסזאָגן אַז זײַן לעבן איז שלעכט, אַז ער האָט נישט קײן האָפֿענונגען, קען ער זאָגן: „אָך און װײ איז צו מײַנע יאָרן!“.

מילא

מיטן װאָט „מילא“ װײַזט מען אַז מע נעמט אָן אַן אַנטױשונג צי אַן אומגינציקע סיטואַציע אַזױ װי זי איז: מע נעמט זיך נישט איבער. װען יאַנקל קערט איבער זײַן גלעזל מילך אין װאָקאַבולאַר 1.3.2, גיט נעמי איבער מיטן װאָרט „מילא“ אַז זי איז נישט אין כּעס, ס׳איז נישט אַזױ שלעכט, און זי גיט זיך אַן עצה: „מילא, איך קען עס װאַשן“.

מילא קומט אָפֿט צוזאַמען מיטן װאָרט נו. אָט זײַנען אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון ייִדישפּאָפּ:

אױ, ס׳איז גוט!

די װײַטערדיקע אױסרופֿן ניצט מען אין פֿאַרשײדענע גינציקע סיטואַציעס. באַמערקט אַז דער אױסרוף אױ איז נישט נאָר אַן אױסדרוק פֿון שװעריקײטן, װי מיר האָבן געזען דאָ אױבן, נאָר אױך אַ פֿאַרשטאַרקװאָרט. מען קען זאָגן „אױ, ס׳איז גוט!“ פּונקט װי מע קען זאָגן „אױ, ס׳איז שלעכט!“ דאָס װאָרט אױ העלפֿט באַטאָנען די גאַנצע פֿראַזע.

גוט

גוט װי אַן אױסרוף קען אױסדריקן אַז מ׳האָט עפּעס גוט געטאָן, אָדער דער מצבֿ איז אַ גוטער. למשל:

מיט גוט קען מען אױך בעטן אָדער געבן הסכּמה. למשל:

שײן

שײן װי אַן אױסרופֿװאָרט גיט איבער אַז עפּעס געפֿעלט אײנעם זײער. מע קען עס פֿאַרשטאַרקן מיטן װאָרט „אַזױ“ אָדער „װי“.

אױסגעצײכנט

אױסגעצײכנט איז אַן אַדיעקטיװ װאָס הייסט „אויסערגעװיינטלעך גוט“. מע קען אים אויך ניצן װי אַן אויסרוף כּדי אויסצודריקן אַ געפֿיל װעגן אַ געװיסער סיטואַציע אָדער אויפֿטו. אין דער לעקציע, למשל, רופֿט זיך אָפּ נעמי מיטן װאָרט „אױסגעצײכנט“ װען מאָבי געפֿינט אַ באַנאַנע אין זײַן רוקזאַק: „אַ, אַ באַנאַנע, אויסגעצייכנט! מאַלפּעס האָבן זייער ליב באַנאַנעס“.

װען מאירקע שפּרינגט מיט הצלחה איבער די באַריערן (לעקציע 1.2.1), רופֿט נעמי אױס: „אױסגעצײכנט!“

אוּװאַ

מיט אוּװאַ דריקט מען אויס באַװוּנדערונג, למשל אַז עפּעס איז זײער שײן, אָדער אַז אַ דערגרײך איז אױסערגעװײנטלעך. אַזױ װיל נעמי אָנװײַזן אױף דער שײנקײט פֿון דער בלום װאָס זי װײַזט דער מאַלפּע אין דער איצטיקער לעקציע: „אָדער אפֿשר װילסטו בעסער די בלום — זי איז בלאָ, אוּװאַ.“

אַז נעמי װאָלט באַגריסט מאירקעס שפּרינגען איבער די באַריערן מיט „אוּװאַ“, װאָלט עס געהײסן אַז עס אימפּאָנירן איר שטאַרק זײַנע אַטלעטישע פֿעיִקײטן.

הוראַ

װען מען איז זײער צופֿרידן מיט אַ גוטער בשׂורה צי מיט אַ הצלחה קען מען אױסרופֿן „הוראַ!“ אַזױ טוט טאַקע נעמי װען די מאַלפּע װאַרפֿט לסוף אַראָפּ איר העפֿט מיט מאָביס היטל: „הוראַ! אָט האָבן מיר צוריק אונדזערע זאַכן!“

הוראַ האָבן מיר שױן אַ פּאָר מאָל געהערט אין ייִדישפּאָפּ:

נו, ס׳איז טאַקע אַזױ?

מיר האָבן דאָ אױבן אױסגערעכנט עטלעכע אױסרופֿן װאָס דריקן אױס אַ פּאָזיטיװע צי אַ נעגאַטיװע שטעלונג צו פֿאַרשײדענע סיטואַציעס. פֿאַרשטײט זיך אַז פֿאַראַן אױף ייִדיש אױסרופֿן װאָס דריקן אױס כּלערלײ אַנדערע שטעלונגען, למשל אומגעדולד, באַשטעטיקונג, הסכּמה, ספֿק. דאָ װײַטער רעכענען מיר אױס עטלעכע, װי מיר האָבן זײ באַגעגנט אין ייִדישפּאָפּ.

דאָס הײסט…? דאָס הײסט…!

דאָס הײסט װי אַ פֿראַגע װאַרפֿט אַרױף אױף עפּעס אַ ספֿק; דאָס הײסט װי אַן אױסרוף באַשטעטיקט אַז די זאַך איז טאַקע אַזױ מיט אַלע פּיטשעװקעס.

טאַקע

דעם אַדװערב „טאַקע“, װאָס באַשטעטיקט עפּעס, האָט מען זיך געלערנט אין לעקציע 1.4.5 װען נעמי װײַזט מאָבין דעם טעאַטער: „יאָ, אונדזער טעאַטער איז טאַקע זייער שיין!“ מיט אַ פֿרעג־אינטאָנאַציע קען מען מיט טאַקע בעטן אַ באַשטעטיקונג, אָדער אױסדריקן דאָס געפֿיל אַז עפּעס באַשטעטיקט זיך נישט. למשל:

– טאַקע? נעכטן האָסטו געזאָגט אַז דו װעסט הײַנט נישט קומען!

– טאַקע?! אָבער דו האָסט נישט געענטפֿערט אױף אַלע פֿראַגעס!

נו

דאָס װאָרט נו בײַ אַן אױסרופֿזאַץ צי בײַ אַ פֿראַגע דריקט אױס אַ געװיסע אומגעדולד – אַ שטאַרקערע צי אַ לײַכטערע; די אומגעדולד קען זײַן באַגלײט פֿון אַ געפֿיל פֿון פֿאַרדראָס (מע װאַרט שױן לאַנג, פֿאַר װאָס דאַרף מען נאָך װאַרטן?) צי אַ געפֿיל פֿון באַגײַסטערונג (מען איז פֿון עפּעס אַנטציקט און מע װיל עס שױן טאָן). פֿאַרשטײט זיך אַז כּלערלײ שאַטירונגען צװישן די צװײ זײַנען מעגלעך.

מיר האָבן געלערנט דאָס װאָרט נו אין לעקציע 1.1.4. אָט זײַנען אַ פּאָר סיטואַציעס װוּ נו באַװײַזט זיך אין ייִדישפּאָפּ, קודם – אױסרופֿזאַצן און דערנאָך – פֿראַגעס.

די אײנװאָרטיקע פֿראַגע נו? איז אױך זײער פֿאַרשפּרײט װי אַן אױסדרוק פֿון אומגעדולד, עלעהײ מע פֿרעגט: „װאָס װאַרטסטו? רעד/טו װײַטער!“

נו גוט

נו געפּאָרט מיטן װאָרט גוט, דריקט אױס הסכּמה צוזאַמען מיט אַ געפֿיל פֿון אומגעדולד, אָדער הסכּמה מיט אַ קװענקלעניש. אַזאַ קװענקלעניש פֿילט נעמי װען מאָבי דערלאַנגט איר אַ לעפֿל מיטן פֿאָרלײג אַז זײ זאָלן איצט עסן דעם אײַזקרעם פֿונעם שלח־מנות (לעקציע 1.4.4), און נעמי, נאָך אומזיכער, שטימט אײַן מיט די װערטער „נו גוט, לאָמיר אים עסן איצט“.

נו־נו

דער טאָפּלטער נו־נו איז אַן אױסדרוק פֿון טרײסט. אַזױ באַרויִקט נעמי מאָבין װען זי דערצײלט אים די טרױעריקע מעשׂה פֿונעם דיבוק: „נו־נו, ס׳איז נאָר אַ מעשֹה!“ און װען ער דערשרעקט זיך פֿאַרן קלאַנג װאָס עס מאַכט פּערל מיטן מיקראָפֿאָן: „נו־נו, דאָס איז נישט קיין דיבוק“.

שױן

דעם אַדװערב שױן קען מען ניצן װי אַן אױסרוף װאָס גיט איבער אַז מ׳איז שױן גרײט צי שױן פֿאַרטיק. אױב נעמי האַלט אין טאָן איר הײמאַרבעט און מאָבי װאַרט מיט דער פּילקע צו שפּילן מיט איר אין קױשבאָל, קען זי אַװעקלײגן איר פֿעדער מיטן װאָרט „שױן!“, אַ סימן אַז זי איז פֿאַרטיק און גרײט צו שפּילן.

נו שױן

מיט דער קאָמבינאַציע נו שױן גיט מען איבער אַז ס׳איז שױן גענוג (גערעדט, געטראַכט, געװײנט אאַז“װ). בײַם סוף פֿון פֿילם אין לעקיצע 1.3.3 למשל, װען נעמי און מאָבי קענען זיך נישט דערטראַכטן צו קײן מאכל װאָס זײ זאָלן קענען צוגרײטן אין דער הײם, וואָלט נעמי געקענט זאָגן, „נו שױן, לאָמיר באַשטעלן אַ פּיצע!“