קולטור

דער רבֿ Image

דער רבֿ

אין דעם פֿילמעלע פֿונעם איצטיקן קאַפּיטל דערציילט נעמי אַ מעשׂה, אַ באַאַרבעטונג פֿון אַ פֿאָלקסמאָטיוו, וואָס שפּילט זיך אָפּ אין אַן אַמאָליק ייִדיש שטעטל. אין דער מעשׂה זעט מען ווי אַ ייִדישע פֿרוי גייט זיך האַלטן אַן עצה מיטן רבֿ פֿון שטעטל, און דער רבֿ געפֿינט אַ לייזונג צו אירע צרות.

דער רבֿ ווערט דאָ באַשריבן מיט אַ גוטמוטיקן הומאָר און זײַן עצה איז אַ חנעוודיק שפּילערישע, אָבער די פֿיגור פֿונעם רבֿ האָט אין דער אמתן אַלע מאָל רעפּרעזענטירט אַ פֿעסטן גײַסטיקן אויטאָריטעט: דער רבֿ איז געווען אַן אָנגעשטעלטער פֿון דער קהילה, און זײַן עובֿדא איז געווען נישט נאָר צו געבן עצות, נאָר דער עיקר צו פּסקענען שאלות – דאָס הייסט באַשטימען וואָס איז יאָ און וואָס איז נישט דערלויבט דורכן ייִדישן דין –, און דורכצופֿירן מישפּטים אין פֿאַל פֿון סיכסוכים צווישן ייִדן.

דאָס האָט געקענט טאָן נאָר אַ מענטש מיט טיפֿע קענטענישן אין הלכה, וואָס האָט זיך געלערנט גענוג לאַנג כּדי צו קריגן „סמיכה“.

די פּאָזיציע פֿונעם רבֿ איז דעריבער געווען איינע פֿון די איינציקע „דיפּלאָמירטע“ שטעלעס אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער געזעלשאַפֿט, און אַלע האָבן געקוקט מיט דרך־ארץ אויף איינעם וואָס האָט אַזוינס דערגרייכט. וויפֿל אַלטע ייִדישע וויגלידער דריקן אויס דער מאַמעס וווּנטש אַז איר זון זאָל אַ מאָל ווערן אַ רבֿ!