
ספּאָרט
דער אינטערעס צו ספּאָרט בײַ ייִדן אין דער מאָדערנער צײַט איז אויפֿגעקומען אין מיזרח־אייראָפּע ערשט אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, אונטער דער השפּעה פֿון אַן ענלעכער דערשײַנונג בײַ די אַרומיקע פֿעלקער. לויט די ערטער האָבן זיך געשאַפֿן באַזונדערע ייִדישע ספּאָרטקלובן און אַפֿילו ספּאָרט־פֿעדעראַציעס. צווישן די פּאָפּולערסטע ספּאָרטן זײַנען געװען: לײַכטע אַטלעטיק, גימנאַסטיק, פֿוסבאָל, און באָקס.
צו די אַלגעמיינע השׂגות פֿון קערפּערלעכער געניטונג לשם געזונט איז דעמאָלט צוגעקומען, בײַ ייִדן, אַן אידעאָלאָגישע דימענסיע פֿון מאָדערניזירונג און עמאַנציפּאַציע, וואָס האָט שטאַרק אַפּעלירט צו דער יוגנט. דעריבער זענען די ייִדישע ספּאָרט־אָרגאַניזאַציעס מערסטנס געווען פֿאַרבונדן מיט די פּאָליטישע באַוועגונגען וואָס האָבן דעמאָלט געשפּילט אַ וויכטיקע געזעלשאַפֿטלעכע ראָלע. אין הסכּם מיט זייערע אידעאָלאָגישע שטעלונגען, האָבן די ייִדישע ספּאָרט־אָרגאַניזאַציעס זיך מערסטנס געהאַלטן בײַ אַ שטרענגער שפּראַך־דיסציפּלין; אין פּוילן למשל זײַנען צווישן ביידע וועלט־מלחמות געווען נעצן פֿון ייִדישע ספּאָרטקלובן אויף פּויליש, העברעיִש, און ייִדיש.
די ספּאָרטקלובן האָבן צוגעצויגן די „מאָדערנע“ שטאָטישע ייִדישע יוגנט. אָבער דער עלטערער דור און די מער טראַדיציאָנעלע טיילן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט זענען געבליבן גאַנץ קאַלט צו דעם נײַעם צווײַג אַקטיוויטעטן. דאָס שפּיגלט זיך אָפּ, צווישן אַנדערע, אין דער ייִדישער פּרעסע פֿון יענער צײַט, וואָס האָט נאָר זייער פּאַמעלעך אַרײַנגענומען צווישן אירע זײַטלעך נײַעס פֿון דער ספּאָרטוועלט און באַריכטן וועגן לאָקאַלע ספּאָרט־אונטערנעמונגען.