בולבעס
אין דעם פֿילמעלע פֿון דער איצטיקער לעקציע זינגט נעמי אַ לידל „זונטיק קיכעלעך, מאָנטיק קיכעלעך…“. דאָס האָט זי צוגעפּאַסט צו איר ברודערלס געשמאַק דאָס גוט באַקאַנטע פֿאָלקסליד וועגן „בולבעס“:
זונטיק בולבעס, מאָנטיק בולבעס,
דינסטיק און מיטוואָך בולבעס,
דאָנערשטיק און פֿרײַטיק בולבעס,
שבת אין אַ נאָווענע – אַ בולבע־קוגעלע!
זונטיק װײַטער בולבעס…
ברויט מיט בולבעס, פֿלייש מיט בולבעס,
וואַרמעס און וועטשערע בולבעס,
אָבער און ווידער בולבעס,
איין מאָל אין אַ נאָווענע – אַ בולבע־קוגעלע!
זונטיק ווײַטער בולבעס...
דאָס ליד באַשרײַבט אַ דיעטע פֿון הוילע קאַרטאָפֿל, יעדן טאָג פֿון דער וואָך, און צו יעדן מאָלצײַט. דאָס אָריגינעלע פֿאָלקסליד שפּיגלט ריכטיקער אָפּ די שטימונג פֿון אַמאָליקע צײַטן אין אַ סך אָרעמע ייִדישע היימען, וווּ די הויפּטזאָרג איז נישט געווען די פֿראַגע פֿון „געזונט עסן“ נאָר גיכער „וווּ נעמט מען אויף צו קויפֿן עפּעס צו עסן“.
דער ייִדישער פֿאָלקלאָר און די ייִדישע ליטעראַטור ציִען זייערע וואָרצלען פֿון יענע צײַטן און זענען דעריבער רײַך מיטן מאָטיוו פֿון „דאגת־פּרנסה“.
פֿאַרשײדענע װערטער פֿאַר אײן זאַך
אין 1.2 קולטור האָבן מיר אָנגעװיזן אױף אַ בײַשפּיל פֿון לעקסישער װאַריאַציע: אײַזקרעם, לאָדע, און מאַראָזשענע באַצײכענען אַלע דעם זעלבן קאַלטן דעסערט. די בולבע, װאָס איז בײַ ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אומעטום געװען אַן עיקרדיקער מאכל, האָט זוכה געװען צו צענדלינגער סינאָנימען. צװישן זײ איז דאָס זײער פֿאַרשפּרײטע װאָרט קאַרטאָפֿל, װאָס מיר האָבן אױסגעקליבן צו ניצן אין ייִדישפּאָפּ – אַ נײַער װאָקאַבל אין דער קומעדיקער לעקציע, 3.3.