קולטור

אַ מזוזה בײַ דער טיר Image

אַ מזוזה בײַ דער טיר

דער פֿילם ווײַזט ווי נעמי בויט אַ מיניאַטור־הײַזל און מאָבי עצהט איר צוצוגעבן צו דער טיר אַ קליינע מזוזה.

אַ מזוזה איז אַ שטיקל געוויקלטער פּאַרמעט אויף וועלכן עס זײַנען אויפֿגעשריבן צוויי באַזונדערע פּרשיות פֿון חומש דבֿרים, אײַנגעהילט אין אַ קעסטל, און צוגעקלאַפּט צום בײַשטידל פֿון דער אַרײַנגאַנג־טיר צו אַ דירה צי אַ צימער. דאָס וואָרט „מזוזה“ אַליין האָט אינעם העברעיִש פֿון די תּנכישע צײַטן טאַקע געמיינט „בײַשטידל“.

דאָס קעסטל פֿון דער מזוזה איז אָפֿט קינסטלעריש געפֿורעמט און באַפּוצט, און עס איז אָנגענומען אויפֿצושרײַבן אויף דעם די אותיות ש–⁠ד–⁠י — וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר איינעם פֿון גאָטס נעמען, אָדער בלויז דעם אות ש.

עס איז אַן אַלטער מינהג בײַם אַריבערטרעטן די שוועל פֿון דער טיר צו „קושן די מזוזה”, דאָס הייסט — זי אָנרירן מיט די פֿינגער און צוטראָגן די פֿינגער צו די ליפּן.

איינס פֿון די פֿאָלקס־גלייבענישן פֿאַרבונדן מיט דעם אָביעקט איז, אַז אַ ריכטיק געשריבענע מזוזה באַשיצט דאָס הויז און זײַנע אײַנוווינער קעגן יעדן שלעכטס.