קולטור

כּלי־זמרים און מוזיקער Image

כּלי־זמרים און מוזיקער

כּלי־זמר (אָפֿטמאָל אױסגעלײגט פֿאָנעטיש: קלעזמער) איז אַ ייִדיש וואָרט װאָס שטאַמט פֿון לשון־קודש. דער אָריגינעלער טײַטש פֿון װאָרט איז „געזאַנג־אינסטרומענטן“. אין ייִדיש אָבער באַצײכנט דאָס װאָרט שפּילער פֿון ייִדישער פֿאָלקסמוזיק, איבער הױפּט אין מיזרח־אײראָפּע. כּלי־זמרים (אָדער „קלעזמאָרים“) פֿלעגן שפּילן בײַ אַלערלײ שׂימחות, ספּעציעל חתונות.

כּלי־זמרים פֿלעגן טראַדיציאָנעל שפּילן פֿידל, באַס, פֿלײט, און צימבל. שפּעטער צו זײַנען אויך צוגעקומען דער קלאַרנעט און פֿאַרשיידענע מעש־אינסטרומענטן.

אין דעם פֿילם ווערן פֿאָרגעשטעלט צװײ סאָרטן מוזיק־קינסטלער: „כּלי־זמרים“ — אויספֿירער פֿון טראַדיציאָנעלער ייִדישער פֿאָלקסמוזיק, און „מוזיקער“ — װאָס שפּילן קלאַסישע מוזיק. נאָר פֿאַקטיש האָט די וועלט פֿון „ערנסטערער“ מוזיק שוין לאַנג אָנערקענט די רײַכקײט פֿון דער פֿאָלקס־ירושה און הײַנטיקע מוזיקער ברענגען אָפֿט צוזאַמען די טראַדיציאָנעלע מאָטיוון מיט עלעמענטן פֿון אַנדערע סטילן, װי דזשעז, לאַטײַן־אַמעריקאַנער ריטמען, און אױך קלאַסישע מוזיק, אויסברייטערנדיק אַזוי אַרום דעם עולם צוהערער און ליבהאָבער פֿון כּלי־זמר־מוזיק.