קולטור

לחיים! Image

„לחיים” – צום לעבן!

„לחײם“ האָט איר מסתּמא אָפֿט געהערט. עס איז אַ לשון־קודשדיקער אױסדרוק װאָס מען ניצט סײַ אױף ייִדיש און סײַ אױף העברעיִש. „לחײם“ מײנט „צום לעבן“ און מע זאָגט עס װען מע האַלט בײַם טרינקען װײַן אָדער בראָנפֿן אױף אַ שׂימחה לכּבֿוד די געסט, אָדער צוזאַמען מיט חבֿרים װען מען איז פֿרײלעך. דער מינהג צו זאָגן „לחײם“ אין אַזעלכע פֿאַלן איז אַזױ פֿאַרשפּרײט אַז אױב מע װיל פֿאַרבעטן אַ חבֿר אױסצוטרינקען אַ גלעזל בראָנפֿן צוזאַמען, זאָגט מען אױף ייִדיש: „לאָמיר מאַכן אַ לחײם!“