פֿאַרשיידענע װערטער פֿאַר אײן זאַך
פּונקט װי אין אַנדערע שפּראַכן, געפֿינט מען אין ייִדיש אַ מאָל צװײ אָדער מער װערטער פֿאַר אײן באַגריף. למשל, אין אונדזער פֿילם ניצן מיר דאָס װאָרט „אײַזקרעם“, אָבער ס׳זײַנען פֿאַראַן אין ייִדיש נאָך צװײ װערטער װאָס באַצײכענען פּונקט די זעלבע זאַך: „לאָדע“ און „מאַראָזשענע“.
פֿון װאַנעט נעמט זיך אַזאַ װאַריאַציע? לאָמיר אָנהײבן מיט „אײַזקרעם“. דאָס װאָרט איז נאָענט צום ענגלישן װאָרט ice cream. נישט קײן צופֿאַל! „אײַזקרעם“ נעמט זיך טאַקע פֿונעם ענגלישן טערמין, און איז געװאָרן אָנגענומען און פֿאַרשפּרײט בײַ ייִדיש־רעדער אין אַמעריקע. אין אַנדערע מקומות װוּ ייִדן האָבן געלעבט האָבן זײ אָנגענומען דאָס אָרטיקע װאָרט צוזאַמען מיטן מאָדערנעם מאכל. אַזױ אַרום איז געװאָרן:
- אין פּױלן — „לאָדע“,
- אין ליטע און רוסלאַנד — „מאַראָזשענע“,
- און אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן — „אײַזקרעם“.
פֿאַראַן נאָך אַ סך בײַשפּילן אין ייִדיש פֿון אַזאַ פֿענאָמען. די דאָזיקע װאַריאַציעס זײַנען אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דעם גרױסן געאָגראַפֿישן שטח װוּ ייִדיש איז געװען בײַ ייִדן די הױפּטשפּראַך. דאָס איז אײנער פֿון די קװאַלן פֿון דער רײַכקײט פֿון דער שפּראַך.