נאָך פּרטים

דער העלפֿװערב װאָלט

די פֿאָרמע

דעם העלפֿװערב װאָלט קאָניוגירט מען אַזױ װי אַ װערב אין דער איצטיקער צײַט:

איך װאָלט מיר װאָלטן
דו װאָלטסט איר װאָלט
ער/זי/עס װאָלט זײ װאָלטן

װאָלט קומט מיטן פּאַרטיציפּ, למשל:

  • איך װאָלט געקױפֿט
  • זי װאָלט געגעסן
  • זײ װאָלטן געפֿאָרן

באַמערקט:

באַטײַט און באַניץ

וואָלט דריקט אויס אומרעאַלקייט, דאָס הײסט באַשרײַבט היפּאָטעטישע סיטואַציעס אָדער פּאַסירונגען וואָס שטימען נישט מיט דער וואָר. אַזוינס איז מעגלעך נאָר װעגן דעם װאָס איז שױן געװען און װעגן דעם װאָס איז איצט, ווײַל וועגן דעם װאָס װעט שפּעטער זײַן קען מען אין פּרינציפּ נישט וויסן פֿאָרויס צי די באַשריבענע סיטואַציע וועט יאָ אָדער נישט שטימען מיט דער וואָר.

הלװאַי + װאָלט

מיט הלװאַי + װאָלט דריקט מען אױס באַדױער אַז עפּעס איז אַזױ און נישט אַנדערש, אָדער אַז עפּעס איז אַזױ געװען (אין עבֿר) און נישט אַנדערש. דאָס הײסט אַז מע שטעלט זיך פֿאָר אַ היפּאָטעטישע סיטואַציע װאָס איז, לױט דער פּערספּעקטיװ פֿון דעם װאָס זאָגט „הלװאַי“, בעסער װי די װאָר. למשל:

  • הלװאַי װאָלט מען געקענט אַװעקפֿאָרן ערגעץ אַנדערש…

    (װען נעמי זאָגט אַזױ אינעם פֿילם באַדױערט זי אַז זי מיט מאָבין דאַרפֿן זײַן אין אַ קאַלטן אָרט און קענען נישט אַװעקפֿאָרן אין אַ װאַרעמען.)

  • הלװאַי װאָלטן מיר געהאַט לאָקשן אין שטוב!

    (אַזױ דריקט מען אױס באַדױער אַז קײן לאָקשן זײַנען נישטאָ.)

  • הלװאַי װאָלט די זון געשײַנט!

    (מע שטעלט זיך פֿאָר אַז די זון שײַנט, און מע װיל דאָס בעסער װי דעם װעטער װאָס מע האָט.)

דאָס צײַטגערעם פֿון אַ זאַץ מיט הלװאַי + װאָלט – איצט אָדער פֿריִער – װערט באַשטימט דורכן קאָנטעקסט. למשל:

  • [איצט]: איך װיל עסן אין דרױסן אָבער ס׳איז קאַלט. הלװאַי װאָלט געװען װאַרעם!
  • [פֿריִער]: איך האָב נישט געקענט עסן אין דרױסן װײַל ס׳איז געװען קאַלט. הלװאַי װאָלט געװען װאַרעם!

תּנאַי־זאַצן

אַ תּנאַי־זאַץ מיט װאָלט דריקט אױס אַ פּועל־יוצא פֿון אַ היפּאָטעטישער סיטואַציע, למשל:

  • װען נעמי און מאָבי װאָלטן געהאַט לאָקשן, װאָלטן זײ געמאַכט אַ לאָקשן־קוגל.

    (אָבער זײ האָבן נישט קײן לאָקשן, מאַכן זײ נישט קײן לאָקשן־קוגל.)

  • װען איך װאָלט געפֿאָרן מיטן אױטאָבוס, װאָלט איך אָנגעקומען פֿאַר פֿיר אַ זײגער.

    (אָבער איך גײ צו פֿוס, בין איך נאָך נישט אָנגעקומען.)

  • װען עס װאָלט נישט געװען פּסח, װאָלט איך געגעסן אַ שניטקע.

    (אָבער עס איז פּסח, עס איך נישט קײן שניטקע.)

אַזױ װי ס׳איז דער פֿאַל מיט הלװאַי + װאָלט, װערט דאָס צײַטגערעם פֿון אַ תּנאַי־זאַץ מיט װאָלט באַשטימט דורכן קאָנטעקסט. דאָס הײסט אַז צי מע רעדט װעגן איצט, צי מע רעדט װעגן פֿריִער, דריקט מען אױס דעם תּנאַי מיט די זעלבע װערטער, למשל:

  • [איצט]: נעמי מיט מאָבין װילן עפּעס עסן. װען זײ װאָלטן געהאַט לאָקשן, װאָלטן זײ געמאַכט אַ לאָקשן־קוגל, אָבער זײ האָבן נאָר קאַרטאָפֿל, װעלן זײ מאַכן אַ קאַרטאָפֿל־קוגל.
  • [פֿריִער]: נעמי מיט מאָבין האָבן געװאָלט עפּעס עסן. װען זײ װאָלטן געהאַט לאָקשן, װאָלטן זײ געמאַכט אַ לאָקשן־קוגל, אָבער זײ האָבן נאָר געהאַט קאַרטאָפֿל, האָבן זײ געמאַכט אַ קאַרטאָפֿל־קוגל.

די תּנאַי־זאַצן װאָס מיר האָבן געבראַכט דאָ אױבן באַשטײען פֿון אַ צונױפֿגעזעצטן זאַץ, דאָס הײסט: אַן אױב־זאַץ (דער בײַזאַץ: „װען זײ װאָלטן געהאַט לאָקשן“) מיט אַן אױב־אַזױ־זאַץ (דער הױפּטזאַץ: „װאָלטן זײ געמאַכט אַ לאָקשן־קוגל“).

דער אױב־זאַץ קען אָבער זײַן אַ נישט־דערזאָגטער. אַ מאָל גיט איבער אַן אַדװערב דעם נישט דערזאָגטן אױב־זאַץ, למשל:

  • אין דער הײם װאָלט איך נישט געגעסן אַזױ פֿיל אײַזקרעם.

    (דאָס הײסט, װען איך װאָלט געװען אין דער הײם, װאָלט איך נישט געגעסן אַזױ פֿיל אײַזקרעם.)

  • נעכטן װאָלט איך נישט געזעסן בײַם פֿײַער.

    (דאָס הײסט, װען איך װאָלט נעכטן געהאַט אַזאַ געלעגנהײט, װאָלט איך נישט געזעסן בײַם פֿײַער.)

מע טרעפֿט אױך הױפּטזאַצן מיט װאָלט נאָך דעם װי אַ תּנאַי־זאַץ אָדער הלװאַי פֿירט אַרײַן אַ היפּאָטעטישע סיטואַציע. אָט זאָגט נעמי אינעם פֿילם „הלוואַי װאָלט מען געקענט אַװעקפֿאָרן ערגעץ אַנדערש… ערגעץ װוּ ס׳איז װאַרעם…“ און דערנאָך באַשרײַבט זי װאָס זי מיט מאָבין װאָלטן געטאָן אין אַ רײ הױפּטזאַצן:

מיר װאָלטן געלעגן בײַם ים, די זון װאָלט געשײַנט אױף אונדזערע פּנימער, און דער הימל װאָלט געװען בלאָער פֿון בלאָ. דערנאָך װאָלטן מיר זיך געבאָדן מיט די פֿיש אין ים…

אַ דאַנק דעם העלפֿװערב װאָלט, איז קלאָר אַז נעמי רעדט װײַטער װעגן דער היפּאָטעטישער סיטואַציע.

אַנדערע קאָניונקציעס און אַן אַנדער זאַצבױ אין תּנאַי־זאַצן מיט װאָלט

אין אַ תּנאַי־זאַץ מיט װאָלט קען מען ניצן די קאָניונקציעס אױב און אַז אַנשטאָט װען. מע קען אױך אַװעקשטעלן דעם װערב אױפֿן ערשטן אָרט. למשל:

  • װען זײ װאָלטן געהאַט לאָקשן, װאָלטן זײ געמאַכט אַ לאָקשן־קוגל.
  • אױב זײ װאָלטן געהאַט לאָקשן, װאָלטן זײ געמאַכט אַ לאָקשן־קוגל.
  • אַז זײ װאָלטן געהאַט לאָקשן, װאָלטן זײ געמאַכט אַ לאָקשן־קוגל.
  • װאָלטן זײ געהאַט לאָקשן, װאָלטן זײ געמאַכט אַ לאָקשן־קוגל.

הערה: װען דער תּנאַי איז אַ פֿאַקטישער

מיט אַ תּנאַי דריקט מען לאַװ־דװקא אױס אַ היפּאָטעטישע סיטואַציע: דער תּנאַי קען זײַן אַ שױן געשעענער, אָדער עפּעס װאָס האָט די ברירה צו געשען. אַזאַ פֿאַקטישן תּנאַי פֿירט מען אַרײַן מיט דער קאָניונקציע אױב (אַ מאָל אױך מיט װען אָדער אַז); דערפֿאַר װאָס דער תּנאַי איז פֿאַקטיש איז דער העלפֿװערב װאָלט נישט שײך. למשל:

  • אױב פּערל האָט נעכטן געשפּילט אין קױשבאָל, האָט מאירקע, פֿאַרשטײט זיך, אױך געשפּילט.
  • אױב דו װילסט, גײ אַהײם.
  • אױב עס װעט פֿאַלן אַ שנײ, װעל איך דיר העלפֿן שאַרן.
  • אױב די מאַמע װעט קױפֿן לאָקשן, װעלן מיר באַקן אַ לאָקשן־קוגל.

נאָך צװײ באַניצן פֿון װאָלט

א. נישט זעלטן טרעפֿט מען װאָלט צוזאַמען מיט אַ מאָדאַלן װערב. דאָס גיט צו צום זאַץ אַ געװיסע סוביעקטיװקײט. למשל:

  • אין דער נאָענטער לעקציע (6.4) גיט נעמי איבער איר השערה אַז עס זײַנען דאָ לידער װעגן ראָבאָטן מיט די װערטער: „עס װאָלטן געדאַרפֿט זײַן לידער װעגן ראָבאָטן.“
  • די צושטימונג „יאָ, ס׳װאָלט געקענט זײַן“ גיט איבער אַז „לױט מיר איז דאָס מעגלעך“.

ב. װאָלט קען אױך שאַפֿן אַ העפֿלעכן טאָן און װערט געניצט צו פֿאָרמולירן העפֿלעכע בקשות. למשל:

  • דו װאָלטסט מיר געקענט העלפֿן?
  • איר װאָלט מאָרגן געװאָלט שפּילן אין קױשבאָל?
  • װאָלטסט געבאַקן פֿאַר מיר אַ לאָקשן־קוגל?

סובסטאַנטיװירטע אַדיעקטיװן

  • דײַן לערער שטעלט שװערע פֿראַגעס און מײַן לערער שטעלט גרינגע.
  • דו שפּילסט זיך מיטן אַלטן הינטל און איך שפּיל זיך מיטן יונגן.
  • בײדע ברידער װילן עפּעס טרינקען. דער קלײנער װיל מילך און דער גרױסער װיל טײ.
  • איך האָב לכּבֿוד יום־כּיפּור געקױפֿט די קלײנע װײַסע שאַל. זי איז טאַקע אַ שײנע. (פֿילם 5.5)

אַ סובסטאַנטיװירטער אַדיעקטיװ האָט אַן ענדונג, אָבער קײן סובסטאַנטיװ שטײט נישט גלײַך נאָך אים.

אָפֿט װערט די ענדונג באַשטימט לױט אַ סובסטאַנטיװ װאָס געפֿינט זיך פֿריִער אין זאַץ אָדער װאָס מע האָט שױן פֿריִער דערמאָנט. דער סובסטאַנטיװירטער אַדיעקטיװ האָט די ענדונג, לױטן מין, צאָל און בײגפֿאַל, װאָס ער װאָלט געהאַט װען מע װאָלט בפֿירוש װידער דערמאָנט דעם סובסטאַנטיװ. אַזױ איז דער פֿאַל אין די פֿיר משל־זאַצן דאָ אױבן:

  • דײַן לערער שטעלט שװערע פֿראַגעס און מײַן לערער שטעלט גרינגע [פֿראַגעס].
  • דו שפּילסט זיך מיטן אַלטן הינטל און איך שפּיל זיך מיטן יונגן [הינטל].
  • בײדע ברידער װילן עפּעס טרינקען. דער קלײנער [ברודער] װיל מילך און דער גרױסער [ברודער] װיל טײ.
  • איך האָב לכּבֿוד יום־כּיפּור געקױפֿט די קלײנע װײַסע שאַל. זי איז טאַקע אַ שײנע [שאַל].

די ענדונג –⁠ס בײַ סובסטאַנטיװירטע אַדיעקטיװן

אין 5.5 נאָך פּרטים האָבן מיר באַמערקט אַז אַן אַדיעקטיװ פֿאַר אַ סובסטאַנטיװ אין אײנצאָל פֿון נײטראַלן מין װאָס קומט נישט מיטן געװיסיקן אַרטיקל האָט די נול־ענדונג, למשל:

  • איך װיל אַ קאַלט געטראַנק.
  • דאָס איז נישט קײן קלײן הױז.

די נול־ענדונג קען אָבער נישט קומען מיט אַ סובסטאַנטיװירטן אַדיעקטיװ, גיט מען צו די ענדונג –⁠ס, למשל:

  • איך װיל נישט קײן הײס געטראַנק, איך װיל אַ קאַלטס!
  • דאָס הױז איז נישט קײן קלײנס.
  • דאָס בילד איז אַזאַ שײנס!
  • יאַנקל זיצט אױף אַ הױך בענקל און ליבע אױף אַ נידעריקס.

אױב דער אַדיעקטיװ ענדיקט זיך אױף –⁠ס, גיט מען נישט צו נאָך אַ –⁠ס, למשל:

  • איך װיל נישט קײן קאַלט געטראַנק, איך װיל אַ הײס!

סובסטאַנטיװירטע אַדיעקטיװן װאָס ציִען זיך נישט צו קײן ספּעציפֿישן סובסטאַנטיװ

אַ מאָל איז נישטאָ קײן ספּעציפֿישער סובסטאַנטיװ צו װעלכן אַ סובסטאַנטיװירטער אַדיעקטיװ ציט זיך.

די ענדונג –⁠ס װײַזט אָן אױף אַ זאַך אָדער זאַכן מיטן שטריך װאָס עס באַשרײַבט דער אַדיעקטיװ, למשל:

  • איך װעל אײַך דערצײלן אַ שײנס.
  • װאָס דערצײלסטו גוטס?
  • מע געפֿינט דאָרט אַזױ פֿיל נײַס!
  • איך האָב הײַנט געהערט עפּעס אינטערעסאַנטס.

װעגן עפּעס + אַדיעקטיװ + ס זען אױך 6.4 נאָך פּרטים.

אַ סובסטאַנטיװירטער אַדיעקטיװ קען אָנװײַזן אױף אַ ספּעציפֿישן מענטש אַפֿילו װען קײן בפֿירושער סובסטאַנטיװ װערט נישט דערמאָנט. אין אַזאַ פֿאַל בײגט זיך דער אַדיעקטיװ לױטן מין פֿונעם מענטש, למשל:

  • דער אַלטער גײט מיט אַ שטעקן. (די מאַסקולינע ענדונג –⁠ער גיט צו פֿאַרשטײן אַז עס רעדט זיך װעגן אַן אַלטן מאַן.)
  • זעסט די הױכע דאָרט מיט לאַנגע האָר? דאָס איז די מומע פּעסיע. (די פֿעמינינע ענדונג –⁠ע גיט צו פֿאַרשטײן אַז עס רעדט זיך װעגן אַ הױכער פֿרױ.)

אַ סובסטאַנטיװירטער אַדיעקטיװ קען אױך אָנװײַזן אױף אַ מענטש אין אַלגעמײן. די ענדונג איז געװײנטלעך אין מאַסקולין, למשל:

  • אַ געזונטער ליגט נישט אין בעט.
  • אַ הונגעריקן קומט ברױט צו חלום. (שפּריכװאָרט)

אַ שטענדיקער שטריך

װען דער אַדיעקטיװ קומט נאָכן װערב זײַן האָט מען אָפֿט די ברירה אים צו בײגן (סובסטאַנטיװירן) אָדער נישט, למשל:

  • די שאַל איז אַ שײנע. / די שאַל איז שײן.

אין אַ סך פֿאַלן איז דער באַטײַט דער זעלבער, נאָר מיט טײל אַדיעקטיװן איז דאָ אַ װיכטיקער חילוק. פֿאַרגלײַכט:

  1. מײַן שװעסטער איז אַ געזונטע.
  2. מײַן שװעסטער איז געזונט.

דער ערשטער זאַץ װײַזט אָן אױף אַ שטענדיקן שטריך, זי איז פֿון דער נאַטור אַ געזונטער מענטש. דער צװײטער לאָזט אָבער װיסן װעגן דער שװעסטערס געזונט נאָר אין דעם איצטיקן מאָמענט.

באַמערקט: אַזאַ געבויגענער אַדיעקטיוו נאָך זײַן איז אין דער פֿאָרעם פֿון נאָמינאַטיוו.

דער קאָמפּאַראַטיװ

א. די פֿאָרמע

  • מײַן העמד איז שמוציקער פֿון דײַן העמד.
  • טראָגן װעל איך אָט דאָס קלײדל, װײַל ס׳איז שבתדיקער.
  • יאַנקל מײנט אַז קיכעלעך זײַנען געשמאַקער װי מערן.
  • אַ מאַלפּע איז קאָמישער װי אַ פּאַװע.

צו שאַפֿן דעם קאָמפּאַראַטיװ, גיט מען צו –⁠ער צום שטאַם פֿון אַדיעקטיװ.

ב. אומרעגולערע קאָמפּאַראַטיװ־פֿאָרמעס

  • דער זײדע און די באָבע זײַנען בײדע אַלט, אָבער די באָבע איז עלטער װי דער זײדע.
  • מאָביס שאַל איז קורץ, אָבער פּינטלס שאַל איז קירצער.

פֿאַראַן אַן איבערקלאַנג אין דעם קאָמפּאַראַטיװ פֿון עטלעכע אַדיעקטיװן. אין דער װײַטערדיקער טאַבעלע רעכענען מיר אױס די אַדיעקטיװן, שױן געלערנטע אין ייִדישפּאָפּ, װאָס קומען מיט אַזאַ איבערקלאַנג.

שטאַם קאָמפּאַראַטיװ
אַ ← ע
אַלט עלטער
לאַנג לענגער
קאַלט קעלטער
ו ← י
געזונט געזינטער
יונג ייִנגער
קורץ קירצער
קרום קרימער
ױ ← ע
גרױס גרעסער
הױך העכער
ײ ← ע
קלײן קלענער
שײן שענער

באַמערקט אָט די צװײ גאָר אומרעגולערע קאָמפּאַראַטיװן:

למשל:

  • דאָס עסן אין שול איז גוט, אָבער דאָס עסן אין דער הײם איז בעסער.
  • אַ רעגן איז שלעכט אָבער אַ שנײ איז ערגער.

ג. אױך אין קאָמפּאַראַטיװ בײגט זיך דער אַדיעקטיװ

אַזױ װי פּשוטע אַדיעקטיװן, האָבן אַדיעקטיװן אין קאָמפּאַראַטיװ סײַ אַ קורצע פֿאָרמע (אָן אַן ענדונג), סײַ אַ לאַנגע פֿאָרמע (מיט ענדונגען, זען 5.5 נאָך פּרטים). די לאַנגע פֿאָרמע שאַפֿט זיך מיט די געװײנטלעכע אַדיעקטיװ־ענדונגען, למשל:

  • קודם װעל איך טאָן די גרינגערע הײמאַרבעט, און דערנאָך די שװערערע.
  • איך װעל נעמען דעם קלענערן עפּל און דו קענסט נעמען דעם גרעסערן.
  • דאָס בענקל איז צו נידעריק. איך דאַרף אַ העכערס.

ד. דער קאָמפּאַראַטיװ װי אַן אַדװערב

אין 5.5 נאָך פּרטים האָבן מיר באַמערקט אַז די קורצע פֿאָרמע פֿון אַן אַדיעקטיװ קען אױך דינען װי אַן אַדװערב. דאָס זעלבע איז חל אױפֿן קאָמפּאַראַטיװ, למשל:

  • איך זינג שײן, אָבער דו זינגסט שענער.
  • װער שפּרינגט העכער, נעמי אָדער מאָבי?
  • יאַנקל שלאָפֿט לענגער װי ליבע.

ה. קאָמפּאַראַטיװן מיט מער

  • דאָס נײַע בוך איז מער אינטערעסאַנט (=אינטערעסאַנטער).

אַ צװײטער אופֿן צו שאַפֿן דעם קאָמפּאַראַטיװ איז מיטן װאָרט מער. מע טרעפֿט אַזאַ קאָמפּאַראַטיװ ספּעציעל בײַ לענגערע אַדיעקטיװן.

מער קען אױך דינען װי אַן אַדװערב אָדער קומען מיט אַ סובסטאַנטיװ, למשל:

  • פּערל לײענט מער װי מאירקע.
  • הײַנט האָט דער לערער אונדז געגעבן מער הײמאַרבעט װי נעכטן.

ו. װי און פֿון נאָכן קאָמפּאַראַטיװ

  • נעמי זאָגט: מאָבי איז העכער װי איך.
  • נעמי זאָגט: מאָבי איז העכער פֿון מיר.
  • דו זינגסט בעסער װי איך.
  • דיך האָט ער בעסער ליב װי מיך.
  • דיר העלפֿט דער לערער מער װי מיר.

נאָכן קאָמפּאַראַטיװ, אױב מע דערמאָנט דעם צװײטן עלעמענט אין אַ פֿאַרגלײַך, קומט װי אָדער פֿון. די פּרעפּאָזיציע פֿון קומט, װי שטענדיק, מיטן דאַטיװ. די קאָניונקציע װי פֿירט אַרײַן אַ נײַעם זאַץ, און דער בײגפֿאַל פֿון אַ סובסטאַנטיװ צי פּראָנאָם דאַרף זיך צופּאַסן צום זאַץ, אַפֿילו װען דער זאַץ איז נישט דערזאָגט. אָט זײַנען די נישט־דערזאָגטע טײלן פֿון די זאַצן דאָ אױבן:

  • נעמי זאָגט: מאָבי איז העכער װי איך [בין].
  • דו זינגסט בעסער װי איך [זינג].
  • דיך האָט ער בעסער ליב װי [ער האָט] מיך [ליב].
  • דיר העלפֿט דער לערער מער װי [ער העלפֿט] מיר.

מע טרעפֿט אױך גאַנץ אָפֿט אין אַ פֿאַרגלײַך די פֿאַרבינדונג פֿאַר + דאַטיװ, למשל:

  • נעמי זאָגט: מאָבי איז העכער פֿאַר מיר.

אַזאַ

  • שאַרן שנײ איז אַזאַ שװערע אַרבעט!
  • הלװאַי װאָלט געװען אַ בלאָער הימל אַנשטאָט אַזאַ גראָען!
  • װער דאַרף די זון אַז מ׳האָט אַזאַ חבֿר װי דו!

אין אָט די זאַצן פֿונעם פֿילם פֿון דער איצטיקער לעקציע געפֿינט זיך דאָס װערטעלע אַזאַ. אַזאַ איז אַן אַדיעקטיװ/פּראָנאָם װאָס האָט אַ גאַמע פֿונקציעס װאָס זײַנען אַנאַלאָגיש צו די פֿונעם אַדװערב אַזױ (זען 6.1 נאָך פּרטים).

באַמערקט אין די װײַטערדיקע משל־זאַצן װי אַזאַ קומט מיט אַ סובסטאַנטיװ צי אַ סובסטאַנטיװירטן אַדיעקטיװ, אָדער אױפֿן אָרט פֿון אַ סובסטאַנטיװ. אינעם אָפּטײל װעגן אַזױ אין 6.1 נאָך פּרטים קען מען זען װי אַזױ קומט מיט אַ װערב, אַן אַדװערב, אָדער דער קורצער פֿאָרמע פֿון אַן אַדיעקטיװ.

פֿאַרשטאַרקװאָרט

אַזאַ איז אַ פֿאַרשטאַרקװאָרט, װאָס גיט איבער אַ שטאַרק געפֿיל, פּאָזיטיװ צי נעגאַטיװ, אַז עפּעס איז נישט װי געװײנטלעך. אַ רעזולטאַט אָדער קאָנסעקװענץ דערפֿון פֿירט מען אַרײַן מיטן װאָרט אַז (ענלעך צום באַניץ מיט אַזױ...אַז).

  • אַזאַ שרעקלעכער טאָג איז הײַנט געװען!
  • אַזאַ מצה! אַזױ געשמאַק אַז איך װאָלט זי געקענט עסן אַ גאַנץ יאָר!
  • דאָס עופֿעלע האָט אַזאַ שײנעם שמײכל!
  • הײַנט איז אַזאַ װאַרעמער טאָג אַז איך װעל עסן מײַן שניטקע אין דרױסן.
  • אונדזער סוכּה איז אַזאַ קלײנע אַז מיר קענען נישט אַלע זיצן דאָרט צוזאַמען.

אַזאַ – פֿון דעם סאָרט

מיט אַזאַ קען מען אַרײַנפֿירן צי אָפּשיקן אױף אַ באַמערקונג װעגן דעם כאַראַקטער פֿון עפּעס צי עמעצן (פֿאַרגלײַכט דעם באַניץ פֿון אַזױ װאָס גיט איבער דעם אופֿן אױף װעלכן מע טוט עפּעס). למשל:

  • דער בחור זוכט אַ צימער מיט צװײ גרױסע פֿענצטער. אַזאַ צימער איז שװער צו געפֿינען!
  • מאָבי איז אַזאַ חבֿר װאָס איז אַלע מאָל גרײט צו העלפֿן.
  • – איך האָב ליב אַ לאַנגע סאָפֿע װוּ מע קען זיך אַװעקלײגן.

    אַזאַ סאָפֿע האָבן מיר! קום צו אונדז!

װען מע גיט איבער דעם כאַראַקטער פֿון עפּעס צי עמעצן דורך אַ פֿאַרגלײַך, פֿירט מען אַרײַן דעם פֿאַרגלײַך מיט װי (ענלעך צו דער קאָנסטרוקציע אַזױ...װי), למשל:

  • די באָבע פֿלעגט מאַכן אַזאַ קוגל װי דער קוגל װאָס דו האָסט איצט געמאַכט.
  • הײַנט האָט די מאַמע געבאַקן אַזאַ גרױסן קוגל װי נעכטן.
  • איך האָב געקױפֿט אַזאַ זײגערל װי די באָבע עליה־השלום האָט געהאַט.
  • דער טאַטע איז אַזאַ גוטער זינגער װי דער זײדע.

אַזאַ ניצט מען מיט סובסטאַנטיװן אין אײנצאָל. מיט סובסטאַנטיװן אין מערצאָל ניצט מען אַזעלכע:

  • אַזעלכע געשמאַקע קיכעלעך! האָסט נאָך?
  • פּערל און מאירקע זײַנען אַזעלכע גוטע חבֿרים װי מאָבי.
  • דאָס קינד שטעלט אַזעלכע קשיות װאָס מע קען אױף זײ נישט ענטפֿערן.

אַזאַ און אַזעלכע קען מען ניצן אַנשטאָט דעם סובסטאַנטיװ װען מע װײסט שױן װעגן װאָס מע רעדט. למשל:

  • די אַרבעט איז אַזאַ װאָס איך מיט מאָבין קענען זי טאָן צוזאַמען.
  • מאָבי איז זײער אַ גוטער חבֿר, אַלע מאָל גרײט צו העלפֿן. איך װיל אױך זײַן אַזאַ!
  • – גיב אַ קוק! דער שנײשאַרער האָט זײער גרױסע רעדער!

    – יאָ, ער דאַרף אַזעלכע צו קענען פֿאָרן אין אַ הױכן שנײ.

עפּעס אַ…

  • עפּעס אַ הײס געטראַנק װאָלט געװען זײער שײן. (פֿונעם פֿילמעלע פֿון דער לעקציע)
  • זעסט עפּעס אַ פֿײגעלע? (פֿון 4.2 פֿילמעלע)

מיט דער פֿראַזע עפּעס אַ + סובסטאַנטיװ װײַזט מען אָן אױף אײן זאַך פֿון אַ געװיסער קאַטעגאָריע, נישט באַשטימענדיק װאָס די זאַך איז. אַז נעמי װיל עפּעס אַ הײס געטראַנק, הײסט עס אַז זי װיל עפּעס פֿון דער קאַטעגאָריע „הײסע געטראַנקען“ אָבער זי האָט נישט קײן ספּעציפֿיש געטראַנק אין זינען. װען זי פֿרעגט מאָבין אין 4.2 צי ער זעט עפּעס אַ פֿײגעלע, װיל זי װיסן צי ער זעט בכלל אַ פֿײגעלע, זי פֿרעגט דערװײַל נישט װאָס פֿאַר אַ מין פֿײגעלע דאָס איז.

אָט זײַנען נאָך משל־זאַצן. אינעם פֿערטן זעט מען װי עפּעס אין דעם זינען קען אַ מאָל אױך קומען מיט אַ סובסטאַנטיװ אין מערצאָל:

  • די מאַמע װיל, איך זאָל טאָן עפּעס אַן אַרבעט, אָבער איך װײס נאָך נישט װאָס.
  • דאַרפֿסט עסן עפּעס אַ פֿרוכט.
  • איך װיל נישט גײן צו פֿוס. איך קען פֿאָרן מיט עפּעס אַן אױטאָבוס?
  • פּערל באַקט לכּבֿוד שבת צװײ חלות, אַ לאָקשן־קוגל און עפּעס קיכעלעך.