לײען

די הלװאַי־שװעסטערקינדער

1

די מומע בײלע האָט אונדז אַ נאָמען געגעבן „די הלװאַי־שװעסטערקינדער“.

– װען זײ רעדן, – זאָגט זי, – איז נאָר „הלװאַי…“, און „הלװאַי…“ און „הלװאַי…“

דאָס מײנט זי מיך, זײַנװל, מיט מײַן שװעסטערקינד אײדל. די מומע בײלע, אײדלס מאַמע, איז מײַן מאַמעס שװעסטער, זײַנען דאָך איך מיט אײדלען שװעסטערקינדער. אײדל װױנט אָבער אין ישׂראל, אין תּל־אַבֿיבֿ, און איך װױן אין װיניפּעג, קאַנאַדע.

איך מיט אײדלען זײַנען נאָר אײן מאָל געװען צוזאַמען, אין לאָנדאָן, אױף דער חתונה פֿונעם פֿעטער סענדער (דעם ייִנגערן ברודער פֿון אונדזערע מאַמעס). מיר זײַנען בײדע געװען זעקס יאָר אַלט, און אױף דער חתונה האָבן מיר אַלץ געטאָן צוזאַמען. מיר זײַנען געװען טרױעריק װען מיר האָבן געמוזט אַהײמפֿאָרן, האָבן אונדזערע מאַמעס געזאָגט:

– איר קענט דאָך װײַטער רעדן, אַפֿילו װען איר זײַט אין װיניפּעג און תּל־אַבֿיבֿ!

אין אָנהײב האָבן די מאַמעס אונדז געהאָלפֿן – אַלע זונטיק נײַן אַ זײגער אין דער פֿרי אין װיניפּעג (פֿינף נאָך מיטאָג אין תּל־אַבֿיבֿ) האָבן מיר גערעדט. מיר זײַנען טאַקע געװאָרן גוטע חבֿרים, כאָטש מיר זײַנען נישט געװען צוזאַמען אין אײן צימער זינט דעם פֿעטער סענדערס חתונה. איצט זײַנען מיר שױן בײדע עלף יאָר אַלט, און מיר רעדן נאָך אַלץ אַלע זונטיק. מיר רעדן װעגן דער שול, װעגן די חבֿרים און דער משפּחה, און אַ סך װעגן ספּאָרט. אָבער מער װי אַלץ חלומען מיר װעגן פֿאָרן: אײדל – קײן װיניפּעג, און איך – קײן תּל־אַבֿיבֿ. די מומע איז טאַקע גערעכט אַז װען מיר רעדן, איז דאָס געװײנטלעך מיט אַ סך „הלװאַיען“. אָט אַזאַ שמועס הערט מען בײַ אונדז:

זי:
הלװאַי װאָלט איך געקענט פֿאָרן צו דיר.
איך:
הלװאַי טאַקע...
זי:
װען איך װאָלט געפֿאָרן צו דיר, װאָלט איך זיך געקענט שפּילן אין שנײ.
איך:
מיר װאָלטן געקענט מאַכן אַ שנײמענטש צוזאַמען.
זי:
אַ הױכן?
איך:
פֿאַרשטײט זיך, העכער פֿון דיר און העכער פֿון מיר!
זי:
אײַ, װאָלט איך געװאָלט אױף דיר װאַרפֿן אַ שנײפּילקע…
איך:
װאָלטסט זיך געדאַרפֿט היטן… איך קען װאַרפֿן שנײפּילקעס שטאַרק און גלײַך!
זי:
און איך, מײנסטו, װאָלט נישט געקענט? איך שפּיל דאָך אױסגעצײכנט אין קױשבאָל!
איך:
אפֿשר קענסטו אױך אױסגעצײכנט שאַרן שנײ? הײַנט איז דער הימל אין גאַנצן גראָ, װעט פֿאַלן אַ סך שנײ, און איכ׳ל מוזן שאַרן. שאַרן שנײ איז אַזאַ שװערע אַרבעט… הלװאַי װאָלטסטו געװען דאָ און מיר געקענט העלפֿן!
זי:
פֿאַרשטײט זיך, איך װאָלט דיר געהאָלפֿן, װען איך װאָלט דאָרט געװען מיט דיר! איך װאָלט אַלץ געטאָן מיט דיר אין דרױסן אין שנײ...
איך:
און איך װאָלט אַלץ געטאָן מיט דיר בײַם ים… הלװאַי װאָלט איך געקענט פֿאָרן צו דיר און זיך באָדן אין ים…
זי:
און זיך שפּילן אין זאַמד לעבן ים. די פּלאַזשע איז דאָך אַזאַ שײנע!
איך:
מיר װאָלטן געקענט בױען זאַמדהײַזער?
זי:
פֿאַרשטײט זיך! אַ מאָל האָב איך געבױט אַ גאַנץ זאַמדשטעטל מיט אַ סך הײַזער, אַ שול, און אַפֿילו אַן אױטאָבוס צו ברענגען די קינדער אין שול.
איך:
אוּװאַ! הלװאַי װאָלט איך געקענט בױען מיט דיר. איך װאָלט אױך געװאָלט שפּילן אין פּלאַזשע־פּילקע. מיר האָבן בײַ זיך אין דער הײם אַ פּלאַזשע־פּילקע, אָבער מיר האָבן זיך נאָר געשפּילט מיט איר אין פּאַרק, קײן מאָל נישט אױף קײן פּלאַזשע.
זי:
יאָ, יאָ, װאָלטסט געדאַרפֿט מיטברענגען די פּלאַזשע־פּילקע און מיר װאָלטן זיך געשפּילט מיט איר אױף דער פּלאַזשע! מיר װאָלטן אױך געקענט שפּילן אין פּלאַזשע־טעניס – אָט די שפּיל האָב איך זײער ליב!
איך:
המממם, טעניס קומט מיר אָן שװער, אָבער אפֿשר װאָלט פּלאַזשע־טעניס מיר אָנגעקומען גרינגער?
זי:
אפֿשר טאַקע! הלװאַי װאָלט איך דיר געקענט װײַזן, װי צו שפּילן…
איך:
הלװאַי, הלװאַי…

אַלע יאָר דערצײל איך אײדלען װעגן די גרױסע שנײען אין װיניפּעג, װיל זי קומען צו מיר בױען אַ שנײמענטש און װאַרפֿן שנײפּילקעס. און אַלע יאָר דערצײלט זי מיר װעגן די טעג װען זי דאַרף נישט גײן אין שול און זי קען זײַן אַ גאַנצן טאָג בײַם ים, װיל איך פֿאָרן צו איר בױען זאַמדהײַזער און באָדן זיך אין ים. הלװאַי, הלװאַי!

2

הײַנט איז די מאַמע צוגעקומען צו מיר מיט אַ גרױסן שמײכל.

– זײַנװעלע, – האָט זי געזאָגט, – מיר פֿאָרן קײן ישׂראל!

כ׳האָב געמײנט אַז איך הער נישט ריכטיק.

– קײן ישׂראל? – האָב איך געפֿרעגט.

– יאָ, יאָ, – האָט די מאַמע געזאָגט, – קײן ישׂראל, אױף אײדלס בת־מיצװה.

– הוראַ! – האָב איך זיך צעזונגען, – הוראַ! איך װעל זען דעם גרױסן ים! איך װעל זיך קענען באָדן! איך װעל זען אײדלען!!

כ׳האָב שױן אַרױסגענומען די שװימהױזן און די זומערקלײדער. איך בין גרײט צו פֿאָרן קײן ישׂראל!

3

שױן צװײ טעג זײַנען מיר בײַ אײדלען אין תּל־אַבֿיבֿ.

דער ערשטער טאָג איז געװען אַזאַ שײנער! אַ גאַנצן טאָג בין איך געװען בײַם ים מיט אײדלען.

קודם האָב איך געקוקט און געקוקט װי דער הימל ליגט אױפֿן ים, בלױ אױף בלױ. דער ים איז אַזױ גרױס, און דער הימל – נאָך גרעסער! אָבער אײדל האָט מיך געשלעפּט פֿאַר אַ האַנט:

– מיר איז הײס, לאָמיר אַרײַן אין װאַסער!

מיר זײַנען צוגעלאָפֿן צום װאַסער, אָבער…

– געװאַלד! – האָב איך געשריִען. – איך קען גוט שװימען, אָבער דער ים איז אַזאַ גרױסער און איך – אַזאַ קלײנער! איך װיל נישט… איך קען נישט אַרײַן אין װאַסער!

– אַ ביסל מיט אַ ביסל, – האָט אײדל געשמײכלט, – הײב אָן מיט אײן פֿוס.

בין איך אַרײַן אין װאַסער מיט אַ פֿוס. דאָס װאַסער איז געװען װאַרעם. בין איך אַרײַן מיטן צװײטן פֿוס.

– אָט אַזױ! – האָט אײדל געזאָגט און געװיזן אױפֿן װאַסער. – זעסט װי די כװאַליעס קומען צו אונדז און גײען אַװעק? זײ זײַנען דאָך קלײנע, דאַרפֿסטו נישט שרײַען געװאַלד.

בין איך געשטאַנען און געקוקט װי די כװאַליעס גײען איבער מײַנע פֿיס. דערנאָך בין איך געשפּרונגען איבער זײ. די כװאַליעס זײַנען מיר זײער געפֿעלן!

אײדל איז װײַטער געגאַנגען אין ים אַרײַן: – גיב אַ קוק װי איך שװים מיט די כװאַליעס!

האָב איך געקוקט װי די כװאַליעס טראָגן זי אַרױף און אַראָפּ. דערנאָך איז זי צוגעשװוּמען צו מיר.

– קום שױן שװימען! – האָט זי געזאָגט, – דער ים איז גרױס, אָבער די כװאַליעס זײַנען קלײנע…

– נו, גוט… – האָב איך געענטפֿערט. כ׳האָב פֿאַרמאַכט די אױגן און בין אַרײַן אין װאַסער מיטן גאַנצן גוף. די כװאַליעס האָבן מיך געטראָגן אַרױף און אַראָפּ. און שוין בין איך געשװוּמען אין ים!

בין איך געשװוּמען מיט אײדלען און מיט די כװאַליעס ביז זי האָט געזאָגט:

– האָסט מיטגעבראַכט דײַן פּלאַזשע־פּילקע?

איך האָב איר געװיזן װוּ די פּילקע ליגט אױפֿן זאַמד. זי איז אַרױסגעלאָפֿן פֿון װאַסער, גענומען די פּילקע, און צוריקגעקומען.

– כאַפּ!

זי האָט מיר צוגעװאָרפֿן די פּילקע. מיר האָבן לאַנג געשפּילט צװישן די כװאַליעס. נישטאָ קײן בעסערס װי באָדן זיך אין ים!

װען מיר זײַנען אַרױס פֿון װאַסער האָט אײדלס טאַטע, דער פֿעטער איטשע, געװאַרט אױף אונדז מיט קאַלטע מאַראַנץ־געטראַנקען.

– אַ דאַנק! – האָב איך געזאָגט, – דאָס הײסט געשמאַק!

– איר זײַט הונגעריק? – האָט דער פֿעטער איטשע געפֿרעגט. – איר װילט גײן עפּעס עסן, אָדער בלײַבן נאָך אױף דער פּלאַזשע?

– בלײַבן! – האָבן מיר געענטפֿערט בײדע מיט אַ מאָל.

– איך האָב דאָך נאָך נישט געמאַכט קײן זאַמדהױז! – האָב איך געזאָגט.

– און איך װיל לערנען זײַנװלען װי צו שפּילן אין פּלאַזשע־טעניס, – האָט אײדל געזאָגט.

– זײער גוט. איך װאַרט אױף אײַך דאָ. – דער פֿעטער האָט זיך אַװעקגעזעצט אונטער אַ זונשירעם מיט אַ בוך.

– קודם, זאַמדהײַזער, – האָב איך געזאָגט אײדלען, – װוּ בױען מיר?

– ערגעץ װוּ דער זאַמד איז נישט צו נאַס און נישט צו טרוקן, – האָט אײדל געענטפֿערט. – קום, איך װעל דיר װײַזן אַ גוט אָרט.

מיר האָבן אָנגעהױבן בױען. אײדלס הױז איז געװאָרן גרעסער, אָבער מײַנס – נישט.

– אױ־װײ! – האָב איך געזאָגט, – מײַן הױז שטײט נישט: איך בױ און עס פֿאַלט, איך בױ און נאָך אַ מאָל פֿאַלט עס.

– זײַ נישט טרױעריק, – האָט אײדל געזאָגט, – קום העלף מיר. צוזאַמען קענען מיר בױען אַ גרױס, שײן הױז.

האָב איך געקוקט װי אײדל בױט, און דערנאָך האָב איך מיטגעאַרבעט מיט איר ביז…

– שױן! – אײדל האָט זיך אױפֿגעשטעלט און געקוקט אױף אונדזער אַרבעט. – אָט דאָס הײסט אַ זאַמדהױז!

ס׳איז טאַקע געװען שױן אײן מאָל אַ זאַמדהױז: אַ הױכס, אַ גלײַכס, אַפֿילו מיט אַ דאַך, אַ טיר און צװײ פֿענצטער.

מיר האָבן זיך געזעצט לעבן דעם זאַמדהױז, אָבער קײן לאַנגע הפֿסקה האָט אײדל נישט געװאָלט מאַכן.

– לאָמיר שפּילן אין פּלאַזשע־טעניס, – האָט זי געזאָגט, – איך האָב דאָס אַזױ ליב. מיר מוזן הײַנט נאָך שפּילן!

נו, פּלאַזשע־טעניס איז מיר טאַקע אָנגעקומען שװער, אַזױ װי געװײנטלעכער טעניס. די פּילקע איז מיר געפֿלױגן איבערן קאָפּ אָדער אונטער די הענט. אָבער מילא! איך בין געלאָפֿן איבערן זאַמד מיט אײדלען – איז מיר געװען גוט. און נאָך אַ מינוט־צװײ איז מיר די שפּיל טאַקע געװאָרן גרינגער.

– ביז דו פֿאָרסט צוריק קײן װיניפּעג, װעסטו קענען גאַנץ גוט שפּילן אין פּלאַזשע־טעניס, – האָט אײדל געזאָגט. – לאָמיר שפּילן װײַטער, הײב אָן דו מיט דער פּילקע!

װען די מומע בײלע איז געקומען אונדז זאָגן אַז מע מוז שױן גײן עסן, האָב איך זיך געכאַפּט װי הונגעריק איך בין, אָבער איך האָב נישט געװאָלט אַװעק פֿון דער פּלאַזשע. דער טאָג איז געװען אַזױ שײן!

– קום בעסער עסן, זײַנװל, – האָט אײדל געזאָגט. – נאָכן עסן קענען מיר צוריקקומען, זען די פּלאַזשע בײַ נאַכט.

אין אָװנט האָט אײדל טאַקע אַװעקגעשלעפּט די גאַנצע משפּחה צום ים.

– בײַ נאַכט איז דער ים אַזױ שײן, – האָט זי געזאָגט, – און הײַנט איז די לבֿנה אַ גרױסע!

זײַנען מיר אַלע געגאַנגען שפּאַצירן אױף דער פּלאַזשע. איך בין געװאָרן טרױעריק:

– הלװאַי װאָלט איך געקענט װײַזן אײדלען װי די לבֿנה שײַנט אױפֿן שנײ אין װיניפּעג, און אַ גאַנצן טאָג שפּילן מיט איר אין שנײ…

דער טאַטע האָט געקוקט אױף דער מאַמען און זײ האָבן בײדע געשמײכלט. ער האָט אַרױסגענומען אַ פּאַפּירל און געזאָגט:

– אײדל, אָט איז דײַן בת־מיצװה־מתּנה פֿון אונדז, דײַנע פֿעטער־מומע.

אײדל האָט גענומען דאָס פּאַפּירל.

– אַ פֿלי קײן װיניפּעג! – האָט זי געזאָגט פֿרײלעך. – זײַנװל, איך װעל זיך קענען שפּילן מיט דיר אין שנײ!

1
די „הלװאַי־שװעסטערקינדער“ זײַנען ____ (װױנט אין תּל־אַבֿיבֿ) און ____ (װױנט אין װיניפּעג).
  1. א
    אײדל… בײלע
  2. ב
    זײַנװל… אײדל
  3. ג
    אײדל… זײַנװל
  4. ד
    בײלע… זײַנװל
2
װען זײ זײַנען געװען ______ יאָר אַלט, זײַנען זײַנװל און אײדל געװען צוזאַמען אױף ______ חתונה אין לאָנדאָן.
  1. א
    זעקס... דעם פֿעטערס
  2. ב
    זעקס... דער מומעס
  3. ג
    עלף... דעם פֿעטערס
  4. ד
    עלף... דער מומעס
3
זײַנװל און אײדל זײַנען גוטע חבֿרים װײַל אַלע זונטיק…
  1. א
    מאַכן זיי ספּאָרט.
  2. ב
    רעדן זײ אײנער מיטן אַנדערן.
  3. ג
    זײַנען זײ צוזאַמען אין אײן צימער.
  4. ד
    העלפֿן זײ דער מאַמען.
4
זײַנװל און אײדל רעדן מיט אַזױ פֿיל „הלװאַיען“ װײַל…
  1. א
    זײַנװל װעט פֿאָרן צו אײדלען, און אײדל צו זײַנװלען.
  2. ב
    זײַנװל איז געפֿאָרן צו אײדלען און אײדל צו זײַנװלען.
  3. ג
    זײַנװל װיל פֿאָרן צו אײדלען, און אײדל צו זײַנװלען.
  4. ד
    זײַנװל מוז פֿאָרן צו אײדלען, און אײדל צו זײַנװלען.
5
אין װיניפּעג װאָלט אײדל…
  1. א
    געשפּילט אין קױשבאָל.
  2. ב
    געקוקט װי זײַנװל שאַרט שנײ.
  3. ג
    געבױט אַ נידעריקן שנײמענטש.
  4. ד
    געװאָרפֿן שנײפּילקעס שטאַרק און גלײַך.
6
אין תּל־אַבֿיבֿ װאָלט זײַנװל…
  1. א
    געהאָלפֿן אײדלען בױען זאַמדהײַזער.
  2. ב
    געהאָלפֿן אײדלען בעסער שפּילן אין טעניס.
  3. ג
    געפֿאָרן מיטן אױטאָבוס צו אײדלען אין שול.
  4. ד
    געשפּילט מיט אַ פּלאַזשע־פּילקע אין פּאַרק.
7
װען די מאַמע זאָגט זײַנװלען אַז מע װעט פֿאָרן קײן תּל־אַבֿיבֿ צו אײדלען…
  1. א
    װערט ער אַזױ פֿרײלעך אַז ער הײבט אָן טאַנצן.
  2. ב
    װערט ער אַזױ פֿרײלעך אַז ער טוט אָן די שװימהױזן.
  3. ג
    װערט ער זײער פֿרײלעך װײַל ער װעט זײַן אױף דער פּלאַזשע.
  4. ד
    װערט ער זײער פֿרײלעך װײַל ער װעט זײַן אױף אַ בת־מיצװה.
8
װען זײַנװל גײט אַרײַן אין ים – װאָס טוט ער קודם און װאָס טוט ער דערנאָך? ער…
  1. א
    1. שפּרינגט איבער די כװאַליעס; 2. שװימט; 3. שטײט אין װאַסער; 4. קוקט װי אײדל שװימט.
  2. ב
    1. שטײט אין װאַסער; 2. שפּרינגט איבער די כװאַליעס; 3. קוקט װי אײדל שװימט; 4. שװימט.
  3. ג
    1. קוקט װי אײדל שװימט; 2. שטײט אין װאַסער; 3. שפּרינגט איבער די כװאַליעס; 4. שװימט.
  4. ד
    1. שװימט; 2. שטײט אין װאַסער; 3. קוקט װי אײדל שװימט; 4. שפּרינג איבער די כװאַליעס.
9
װען אײדל און זײַנװל קומען אַרױס פֿון ים…
  1. א
    שפּילן זײ אין פּלאַזשע־פּילקע און דערנאָך בױען זײ אַ זאַמדהױז.
  2. ב
    בױען זײ אַ זאַמדהױז בשעת זײ טרינקען קאַלטע מאַראַנץ־געטראַנקען.
  3. ג
    װיל זײַנװל נישט שפּילן אין פּלאַזשע־טעניס װײַל עס קומט אים אָן שװער.
  4. ד
    װיל זײַנװל בױען אַ זאַמדהױז אָבער עס קומט אים אָן שװער, בױט ער צוזאַמען מיט אײדלען.
10
אױף דער פּלאַזשע אין אָװנט װערט אײדל שטאַרק פֿרײלעך װײַל…
  1. א
    די לבֿנה איז גרױס און שײן.
  2. ב
    די גאַנצע משפּחה גײט שפּאַצירן צוזאַמען.
  3. ג
    ס׳איז איר בת־מיצװה.
  4. ד
    זי װעט פֿאָרן צו זײַנװלען.