און װען די באָבע װאָלט געהאַט רעדער…
צװישן די הױפּטצילן פֿון דער איצטיקער לעקציע איז צו לערנען דעם העלפֿװערב װאָלט מיט װעלכן מע פֿאָרמולירט היפּאָטעטישע תּנאַי־זאַצן װאָס מאָלן אױס סיטואַציעס אָדער פּאַסירונגען װאָס שטימען נישט מיט דער װאָר. אינעם פֿילמעלע זאָגט נעמי מיט אַ זיפֿץ: „װען די זון װאָלט כאָטש געשײַנט, װאָלט געװען װאַרעמער“, און זי שטעלט זיך פֿאָר אַז זי מיט מאָבין פֿאַרברענגען אַ טאָג מיט אַ נאַכט אױף אַ װאַרעמען, טראָפּישן אינדזל, שװימען מיט כּלערלײ פֿיש און מאַכן אַ פֿײַער אױף דער פּלאַזשע. זי ענדיקט אָבער אירע הלװאַי־געדאַנקען אינעם קאַלטן, שנײיִקן איצט מיט נאָך אײן תּנאַי־זאַץ װאָס גיט איבער אַז דער טראָפּישער חלום קען נישט מקוים װערן:
„און װען די באָבע װאָלט געהאַט רעדער, װאָלט זי געװען אַ שנײשאַרער.“
אַ באָבע מיט רעדער? אַ באָבע װי אַ שנײשאַרער? װי קען דאָס זײַן?! דער זאָג איז נישט לאָגיש – אָבער פּונקט דאָס איז דער שׂכל דערפֿון: נעמי אַדאַפּטירט אַ באַקאַנט ייִדיש װערטל װאָס גיט צו פֿאַרשטײן אַז עס האָט נישט קײן זינען צו באַטראַכטן עפּעס װאָס קען קײן מאָל נישט זײַן, אַזױ װי אַ באָבע מיט רעדער אַנשטאָט פֿיס.
אָט איז דאָס װערטל װאָס נעמי פּאַסט צו צו איר שנײיִקער סיטואַציע:
„װען די באָבע װאָלט געהאַט רעדער װאָלט זי געװען אַ טראָלייבוס.“
דער חן פֿונעם דאָזיקן װערטל נעמט זיך פֿונעם הומאָריסטיש איבערגעקערטן שׂכל, און דעם זעלבן חן האָבן אױך אַנדערע נוסחאָות דערפֿון:
- װען די באָבע װאָלט געהאַט אַ באָרד װאָלט זי געװען אַ זײדע.
- װען די קאַץ זאָל לײגן אײער װאָלט זי געװען אַ הון.
- װען די באָבע װאָלט געהאַט רעדער װאָלט זי געװען אַ סאַמאָוואַר.
אָט דער לעצטער נוסח איז נאָך אַבסורדער װײַל אַ סאַמאָװאַר האָט גאָר קײן רעדער נישט! דער באַניץ פֿונעם װאָרט „סאַמאָװאַר“ איז אפֿשר אַ הומאָריסטישע װערטערשפּיל מיטן װאָרט „סאַמאָכאָד“, אַ פּױליש װאָרט מיטן טײַטש „אױטאָ“ װאָס טײל ייִדיש־רעדערס האָבן געניצט.
פֿאַרשטײט זיך, אַז נעמי קערט צוריק איבער דעם שׂכל פֿון אָט די װיצן – װײַל װען זי מאָלט אױס מיטן װערטל אַז די באָבע זאָל האָבן רעדער, כאַפּט זי זיך אַז מאָביס פֿיס קענען דװקא יאָ װערן רעדער! מיט אָט די רעדער, און אַ דאַנק זײַנע שטאַרקע ראָבאָטישע כּוחות, װערט מאָבי אַ מעכטיקער שנײשאַרער – און כאָטש אײן װיציקער תּנאַי־זאַץ װערט מקוים אױף דער װאָר.