אינהאַלט
די קומעדיקע צײַט
א. פֿאָרמע
- מענדל װעט קומען צו גאַסט!
- נאָך מיטאָג װעלן מיר גײן קלעטערן — אַלע צוזאַמען. דו װעסט גײן, איך װעל גײן, און פּערל און מאירקע װעלן אױך גײן קלעטערן.
- פּערל, מאירקע — איר וועט שפּילן אין קוישבאָל הײַנט?
די קומעדיקע צײַט באַשטייט פֿונעם העלפֿווערב וועל מיטן אינפֿיניטיוו:
אָט, למשל, זײַנען די קאָניוגאַציעס פֿון די ווערבן קאָכן און שפּרינגען:
קומעדיקע צײַט: קאָכן | קומעדיקע צײַט: שפּרינגען |
---|---|
איך וועל קאָכן | איך וועל שפּרינגען |
דו וועסט קאָכן | דו וועסט שפּרינגען |
ער/זי/עס וועט קאָכן | ער/זי/עס וועט שפּרינגען |
מיר וועלן קאָכן | מיר וועלן שפּרינגען |
איר וועט קאָכן | איר וועט שפּרינגען |
זיי וועלן קאָכן | זיי וועלן שפּרינגען |
פֿאַרפּלאָנטערט נישט דעם העלפֿווערב וועל מיטן מאָדאַלן ווערב וועלן—וויל (זען לעקציע 3.2):
ב. ווערטער־סדר
- מאָבי וועט נישט טאַנצן.
- בײַ נאַכט וועלן מיר נישט מאַכן קיין ספּאָרט. בײַ נאַכט וועלן מיר שלאָפֿן.
- דו וועסט איצט שפּילן אין טעניס?
- איך וועל הײַנט נישט באַקן קיין קוגל.
דער ווערטער־סדר אין דער קומעדיקער צײַט איז דער זעלבער ווי מיט קענען, וועלן און דאַרפֿן. צווישן דעם העלפֿווערב און דעם אינפֿיניטיוו קען (אָבער מוז נישט!) קומען דער סוביעקט אָדער אַן אַדווערב. די פֿאַרניינונג נישט מוז קומען צווישן דעם קאָניוגירטן ווערב און דעם אינפֿיניטיוו, און געפֿינט זיך געוויינטלעך האַרט פֿאַרן אינפֿיניטיוו.
ליב האָבן
א. פֿאָרמע
- מאָבי האָט ליב ציבעלעס.
- מאָבי האָט ליב צו עסן ציבעלעס.
ליב האָבן איז אַ ווערב מיט צוויי טיילן, ליב און האָבן. ליב איז אַן אינוואַריאַנט: ער בײַט זיך קיין מאָל נישט. האָבן קאָניוגירט מען ווי געוויינטלעך.
פֿאַראַן צוויי מעגלעכע קאָנסטרוקציעס מיט ליב האָבן:
ליב האָבן + סובסטאַנטיוו
- מאָבי האָט ליב ציבעלעס.
ליב האָבן + צו + אינפֿיניטיוו
- מאָבי האָט ליב צו עסן ציבעלעס.
ב. ווערטער־סדר
אינעם אינפֿיניטיוו (ליב האָבן) קומט דער אינוואַריאַנט ליב פֿריִער.
אין דער איצטיקער צײַט (איך האָב ליב) קומט די קאָניוגירטע פֿאָרמע פֿון האָבן געװײנטלעך פֿריִער.
- איצט האָב איך ליב ציבעלעס!
- איך האָב איצט ליב ציבעלעס!
- מאָבי האָט נישט ליב צו קלעטערן.
אין דער איצטיקער צײַט קומט דער אינוואַריאַנט אויפֿן זעלבן אָרט אין זאַץ ווי דער אינפֿינטיוו מיט אַ מאָדאַלן ווערב אָדער אין דער קומעדיקער צײַט.* דאָס הייסט אַז צווישן דער קאָניוגירטער פֿאָרמע פֿון האָבן און דעם אינוואַריאַנט ליב קען (אָבער מוז נישט!) קומען דער סוביעקט אָדער אַן אַדווערב. די פֿאַרניינונג נישט מוז קומען צווישן די צוויי און געפֿינט זיך געוויינטלעך האַרט פֿאַרן אינוואַריאַנט.
*דאָס איז „פּאָזיציע 7“ פֿון דער סכעמע פֿונעם געװײנטלעכן װערטער־סדר װאָס געפֿינט זיך אין 5.3 נאָך פּרטים.
בײַ טאָג / בײַ נאַכט
- בײַ טאָג וועלן מיר מאַכן ספּאָרט.
- בײַ נאַכט וועלן מיר שלאָפֿן און חלומען וועגן ספּאָרט.
בײַ טאָג איז אַ צײַטאַדווערב וואָס באַצייכנט די ליכטיקע שעהען ווען געוויינטלעך איז מען אויף.
בײַ נאַכט איז אַ צײַטאַדווערב וואָס באַצייכנט די טונקעלע שעהען ווען געוויינטלעך שלאָפֿט מען. ער באַצייכנט נישט די אָוונט־שעהען ווען עס קען זײַן טונקל אין דרויסן אָבער מענטשן שלאָפֿן נאָך נישט; דער צײַטאַדווערב פֿאַר די אָוונט־שעהען איז אין אָוונט אָדער אויף דער נאַכט.
באַמערקט דעם חילוק צווישן ייִדיש און ענגליש: די שעהען ווען געוויינטלעך שלאָפֿט מען באַטראַכט מען אויף ייִדש ווי „בײַ נאַכט“. למשל: אויב נעמי שרײַבט איר היימאַרבעט ווען זי וואָלט געדאַרפֿט שלאָפֿן, קען מען זאָגן אַז „נעמי שרײַבט די היימאַרבעט צוויי בײַ נאַכט“. אויף ענגליש זאָגט מען אָבער:
אַז מע רעדט וועגן די לעצטע שעהען פֿאַרן נײַעם טאָג ניצט מען געוויינטלעך דעם צײַטאַדווערב פֿאַר טאָג, למשל: „איך מאַך געניטונגען פֿינף פֿאַר טאָג“.