קולטור

ספּאָרט Image

ספּאָרט

דער אינטערעס צו ספּאָרט בײַ ייִדן אין דער מאָדערנער צײַט איז אויפֿגעקומען אין מיזרח־אייראָפּע ערשט אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, אונטער דער השפּעה פֿון אַן ענלעכער דערשײַנונג בײַ די אַרומיקע פֿעלקער. לויט די ערטער האָבן זיך געשאַפֿן באַזונדערע ייִדישע ספּאָרטקלובן און אַפֿילו ספּאָרט־פֿעדעראַציעס. אָפֿט מאָל זײַנען די ייִדישע ספּאָרט־אָרגאַניזאַציעס געווען פֿאַרבונדן מיט פּאָליטישע באַוועגונגען וואָס האָבן דעמאָלט בײַ ייִדן געשפּילט אַ וויכטיקע געזעלשאַפֿטלעכע ראָלע. די דאָזיקע ספּאָרט־פֿעדעראַציעס האָבן זיך מערסטנס געהאַלטן בײַ אַ שטרענגער שפּראַך־דיסציפּלין אין הסכּם מיט זייערע אידעאָלאָגישע שטעלונגען, און דורך דעם אַפּעלירט צו באַזונדערע טיילן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג.

אין פּוילן למשל זענען צווישן ביידע וועלט־מלחמות געווען נעצן פֿון ייִדישע ספּאָרטקלובן אויף פּויליש, העברעיִש און ייִדיש.

צווישן די פּאָפּולערסטע ספּאָרטן אין מיזרח־אייראָפּע אין יענער צײַט קען מען דערמאָנען: לײַכטע אַטלעטיק, גימנאַסטיק, פֿוטבאָל, באָקס…

די אַלע ספּאָרטן האָבן צוגעצויגן די „מאָדערנע“ שטאָטישע ייִדישע יוגנט. אָבער דער עלטערער דור און די מער טראַדיציאָנעלע טיילן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט זענען געבליבן גאַנץ קאַלט צו דעם נײַעם צווײַג אַקטיוויטעטן. דאָס שפּיגלט זיך אָפּ, צווישן אַנדערע, אין דער ייִדישער פּרעסע פֿון יענער צײַט, וואָס האָט נאָר זייער פּאַמעלעך אַרײַנגענומען צווישן אירע זײַטלעך נײַעס פֿון דער ספּאָרטוועלט און באַריכטן וועגן לאָקאַלע ספּאָרט־אונטערנעמונגען.

** וואַריאַנט אַנשטאָט „אָפֿט מאָל זײַנען די ייִדישע ספּאָרט־אָרגאַניזאַציעס…”

צו די אַלגעמיינע השׂגות פֿון קערפּערלעכער געניטונג לשם געזונט, איז דעמאָלט צוגעקומען, בײַ ייִדן, אַן אידעאָלאָגישע דימענסיע פֿון מאָדערניזירונג און עמאַנציפּאַציע, וואָס האָט שטאַרק אַפּעלירט צו דער יוגנט. דעריבער זענען די ייִדישע ספּאָרט־אָרגאַניזאַציעס מערסטנס געווען פֿאַרבונדן מיט די פּאָליטישע באַוועגונגען וואָס האָבן דעמאָלט געשפּילט אַ וויכטיקע געזעלשאַפֿטלעכע ראָלע.

די ייִדישע ספּאָרט־פֿעדעראַציעס האָבן זיך מערסטנס געהאַלטן בײַ אַ שטרענגער שפּראַך־דיסציפּלין אין הסכּם מיט זייערע אידעאָלאָגישע שטעלונגען. אין פּוילן, למשל, …