לײען

רייזל:
הײַנט איז פֿרײַטיק. וואָס וועסטו טאָן שבת און זונטיק, לייזער?
לייזער:
שבת אין דער פֿרי וועל איך אַ סך שלאָפֿן. דערנאָך וועל איך עסן מיט מײַן משפּחה. דער פֿעטער פּיניע און די מומע העניע וועלן קומען צו גאַסט.
רייזל:
וואָס וועט איר עסן?
לייזער:
מיר וועלן עסן חלה, פֿיש, רײַז און מערן. און די מומע העניע וועט ברענגען אַ קאַרטאָפֿל־קוגל. איך האָב ליב קאַרטאָפֿל־קוגל!
רייזל:
איך האָב נישט ליב קיין קאַרטאָפֿל־קוגל, אָבער אַ לאָקשן־קוגל האָב איך יאָ ליב.
לייזער:
וועסטו עסן אַ לאָקשן־קוגל שבת?
רייזל:
יאָ, שבת נאָך מיטאָג וועט מײַן חבֿרטע שיינע קומען צו גאַסט מיט אַ לאָקשן־קוגל. זייער געשמאַק!
לייזער:
גוט! שבת וועסטו עסן קוגל און איך וועל אויך עסן קוגל. און זונטיק?
רייזל:
זונטיק אין דער פֿרי וועל איך שפּילן אין טעניס מיט מײַן שוועסטערקינד בלומע.
לייזער:
זונטיק אין דער פֿרי וועל איך אויך מאַכן ספּאָרט. איך וועל גיין קלעטערן. דער פֿעטער פּיניע און די מומע העניע וועלן אויך קומען. זיי וועלן נישט קלעטערן, אָבער זיי האָבן ליב צו קוקן ווען איך קלעטער.
רייזל:
אויסגעצייכנט! און וואָס וועסטו טאָן זונטיק נאָך מיטאָג?
לייזער:
היימאַרבעט! איך דאַרף לייענען אַ בוך וועגן ראָבאָטן.
רייזל:
איך מיט מײַן שוועסטערקינד בלומע דאַרפֿן אויך טאָן די היימאַרבעטן זונטיק נאָך מיטאָג. לאָמיר טאָן די היימאַרבעט צוזאַמען!
לייזער:
יאָ, לאָמיר! הער… מענטשן קומען… דער פֿעטער פּיניע און די מומע העניע! ברוכים־הבאָים!
1
רייזל און לייזער זײַנען איצט צוזאַמען. ס׳איז ________________.
  1. א
    פֿרײַטיק
  2. ב
    שבת
  3. ג
    מאָנטיק
  4. ד
    בײַ נאַכט
2
שבת וועט לייזער ________________.
  1. א
    שלאָפֿן און דערנאָך קומען צו גאַסט
  2. ב
    עסן און דערנאָך קומען צו גאַסט
  3. ג
    עסן און דערנאָך שלאָפֿן
  4. ד
    שלאָפֿן און דערנאָך עסן
3
לייזער און די משפּחה וועלן נישט עסן קיין _______________.
  1. א
    פֿיש
  2. ב
    חלה
  3. ג
    לאָקשן־קוגל
  4. ד
    קאַרטאָפֿל־קוגל
4
_________ וועט קומען צו גאַסט מיט אַ קאַרטאָפֿל־קוגל.
  1. א
    דער פֿעטער פּיניע
  2. ב
    די מומע העניע
  3. ג
    שיינע
  4. ד
    לייזער
5
וואָס האָט רייזל נישט ליב צו עסן?
  1. א
    חלה
  2. ב
    רײַז
  3. ג
    לאָקשן־קוגל
  4. ד
    קאַרטאָפֿל־קוגל
6
רייזל האָט (1) אַ חבֿרטע און (2) אַ שוועסטערקינד. זיי הייסן ____________.
  1. א
    (1) שיינע און (2) בלומע.
  2. ב
    (1) בלומע און (2) שיינע.
  3. ג
    (1) העניע און (2) לייזער.
  4. ד
    (1) לייזער און (2) בלומע.
7
זונטיק אין דער פֿרי וועט בלומע שפּילן אין טעניס מיט ___________.
  1. א
    אַ חבֿרטע
  2. ב
    אַ מומע
  3. ג
    אַ הינטל
  4. ד
    אַ שוועסטערקינד
8
וואָס וועלן זיי טאָן זונטיק אין דער פֿרי?
  1. א
    דער פֿעטער און די מומע וועלן שלאָפֿן און לייזער וועט קלעטערן.
  2. ב
    דער פֿעטער און די מומע וועלן מאַכן ספּאָרט און לייזער וועט שלאָפֿן.
  3. ג
    דער פֿעטער און די מומע וועלן קוקן און לייזער וועט קלעטערן.
  4. ד
    דער פֿעטער און די מומע וועלן קלעטערן און לייזער וועט אויך קלעטערן.
9
ווען וועט לייזער לייענען אַ בוך וועגן ראָבאָטן?
  1. א
    שבת אין דער פֿרי
  2. ב
    שבת נאָך מיטאָג
  3. ג
    זונטיק אין דער פֿרי
  4. ד
    זונטיק נאָך מיטאָג
10
דער פֿעטער פּיניע און די מומע העניע קומען _____________.
  1. א
    דאָנערשטיק
  2. ב
    פֿרײַטיק
  3. ג
    שבת
  4. ד
    זונטיק