נאָך פּרטים

דער מאָלדאַלער װערב קענען

[װעגן דעם באַגריף „מאַדאַלן װערב“ זען 3.2 נאָך פּרטים]

  • איך קען שווימען.
  • פּינטל קען שלאָפֿן.

באַטײַט

דער ווערב קענען דריקט אויס אַ פֿעיִקייט עפּעס צו טאָן.

פֿאָרמע

א. די איצטיקע צײַט

אין דער איצטיקער צײַט קאָניוגירט זיך קענען ווי אַלע רעגולערע ווערבן (זען לעקציעס 2.2 און 2.3), נאָר די ער/זי/עס־פֿאָרמע האָט נישט קיין ענדונג און איז דערפֿאַר פּונקט ווי די איך־פֿאָרמע.

רעגולערער ווערב קענען
איך לייען איך קען
דו לייענסט דו קענסט
ער/זי/עס לייענט ער/זי/עס קען
מיר לייענען מיר קענען
איר לייענט איר קענט
זיי לייענען זיי קענען

ב. קענען + אינפֿיניטיוו

  • איך קען טאַנצן.
  • דאָס הינטל קען גוט כאַפּן.
  • פּערל קען טאָן די היימאַרבעט.
  • איצט קענען מיר זען.

מיט דער קאָניוגירטער פֿאָרמע פֿון קענען קומט אַן אינפֿיניטיוו. צווישן דעם קאָניוגירטן ווערב קענען און דעם אינפֿיניטיוו קען זײַן דער סוביעקט („איצט קענען מיר זען“), אַן אַדווערב („דאָס הינטל קען גוט כאַפּן“) אָדער נישט (זען דאָ װײַטער).

קענען קומט אַ מאָל אױך מיט אַ סובסטיאַנטיװ. זען 4.3 נאָך פּרטים.

ג. פֿאַרניינונג

  • פּינטל קען נישט כאַפּן די פּילקע.
  • איך טו די היימאַרבעט. איצט קען איך נישט שפּילן אין קוישבאָל.
  • איך קען הײַנט נישט באַקן די חלה.

די פֿאַרניינונג נישט קומט נאָכן קאָניוגירטן ווערב און פֿאַרן אינפֿיניטיוו. אויב דער סוביעקט אָדער אַן אַדווערב געפֿינט זיך אויך צווישן דעם קאָניוגירטן ווערב און דעם אינפֿיניטיוו, קומט נישט נאָך זיי. נישט קומט געוויינטלעך האַרט פֿאַרן אינפֿיניטיוו.

באַמערקט:

  • איך קען נישט גוט שווימען.

אין אַזאַ זאַץ מיט אַן אַדווערב פֿון שטייגער/מאָס/קוואַליטעט, קומט נישט אָפֿטער פֿאַרן אַדווערב. נישט פֿאַרניינט דעמאָלט דעם אַדווערב, און נישט דעם ווערב אַליין: „איך קען שווימען — אָבער נישט גוט.”

אַ סכעמע פֿונעם געװײנטלעכן װערטער־סדר געפֿינט זיך אין 5.3 נאָך פּרטים.