לײען

איך הייס זײַנוול. איך בין אַ ייִנגל. איך האָב אַ קעצל, אַ הינטל און צוויי פֿיש. דאָס קעצל הייסט פּלעצל, דאָס הינטל הייסט קניידל, און די פֿיש הייסן ברעקל און פֿלעקל.

1
פּלעצל און קניידל האָבן צוזאַמען ___________.
  1. א
    צוויי פֿיס
  2. ב
    פֿיר פֿיס
  3. ג
    זעקס פֿיס
  4. ד
    אַכט פֿיס
2
איך האָב ________.
  1. א
    פֿיר פֿיס
  2. ב
    צוויי נעזער
  3. ג
    צוויי הענט
  4. ד
    פֿיר אויגן
3
ברעקל און פֿלעקל קענען ___________.
  1. א
    גיין
  2. ב
    לויפֿן
  3. ג
    שווימען
  4. ד
    שפּרינגען
4
קניידל לעקט מײַנע הענט און ________ מײַנע אויערן און מײַן נאָז.
  1. א
    אַפֿילו
  2. ב
    צוריק
  3. ג
    פּנים
  4. ד
    מויל
5
איך וואַרף אַ פּילקע. קניידל ברענגט די פּילקע ______.
  1. א
    שטעקן
  2. ב
    כאַפּט
  3. ג
    אַפֿילו
  4. ד
    צוריק
6
קניידל און פּלעצל שפּילן צוזאַמען. זיי _______ אויך צוזאַמען ווען זיי זײַנען מיד.
  1. א
    עסן
  2. ב
    לויפֿן
  3. ג
    שלאָפֿן
  4. ד
    כאַפּן
7
פּלעצל קען _________ פֿייגעלעך.
  1. א
    באַקן
  2. ב
    כאַפּן
  3. ג
    בויען
  4. ד
    פֿליִען
8
פּלעצל זעט מײַנע פֿיש. דאָס קעצל איז __________.
  1. א
    שמוציק
  2. ב
    ריין
  3. ג
    דאָרשטיק
  4. ד
    הונגעריק
9
פּלעצל שפּרינגט _________.
  1. א
    הויך
  2. ב
    צוזאַמען
  3. ג
    ריין
  4. ד
    הייס
10
אָבער איך כאַפּ מײַן קעצל. איצט _________ כאַפּן מײַנע פֿיש.
  1. א
    קען פּלעצל
  2. ב
    קען פּלעצל נישט
  3. ג
    עסט פּלעצל
  4. ד
    עסט פּלעצל נישט