לײען

טײַערע רײזל,

זײַ אַזױ גוט און קום צו מיר צו גאַסט! איך זיץ אין דער הײם און קען נעבעך נישט אַרױס. פֿאַר װאָס? אָט װעל איך דיר שרײַבן.

ס׳איז דאָך סוכּות. װי געװײנטלעך האָב איך געהאָלפֿן דעם טאַטן און דער מאַמען בױען די סוכּה. װי געװײנטלעך האָט די מאַמע מיר געזאָגט אַז איך מוז זיך היטן: – לײזער, היט זיך װען דו בױסט די װענט פֿון דער סוכּה – דו קענסט זיך נאָך צעקלאַפּן! – לײזער, היט זיך װען דו לײגסט אַרױף די צװײַגן אױפֿן דאַך – דו קענסט אפֿשר פֿאַלן!

נו, האָב איך זיך געהיט, שטאַרק געהיט. איך האָב זיך נישט צעקלאַפּט, און איך בין נישט געפֿאַלן. מיר האָבן געבױט און געבױט. די סוכּה איז אָבער נאָך נישט געװען פֿאַרטיק – מיר האָבן דאָך געדאַרפֿט אױפֿהענגען די פֿרוכטן און די בילדער.

דו װײסט אַז מיר האָבן אַ בילד פֿון אַ לולבֿ מיט אַן אתרוג און מיר האָבן ליב עס אױפֿצוהענגען אין אונדזער סוכּה? דאָס בילד איז דאָך זײער גרױס. איך בין אַרײַנגעגאַנגען אין שטוב נעמען דאָס בילד. װען איך האָב עס געטראָגן האָב איך זיך געהיט װײַל איך האָב נישט געקענט גוט זען װוּ איך גײ. אָבער אוי! איך בין יאָ געפֿאַלן!

װי איז עס געשען? דו װײסט װי מײַן הינטל דרײדל האָט ליב צו לױפֿן און אַרױפֿשפּרינגען אױף מיר? דעמאָלט, װען איך האָב געטראָגן דאָס בילד, איז ער געלאָפֿן צו מיר, אָבער איך האָב אים נישט געזען. װען ער איז אױף מיר אַרױפֿגעשפּרונגען, בין איך איבער* אים געפֿאַלן. אַזאַ שלימזל בין איך! איך האָב זיך גוט צעקלאַפּט און אױף אײן פֿוס קען איך איצט נישט גײן.

די צװײ טעג יום־טובֿ בין איך געזעסן אין דער סוכּה מיטן פֿוס אױף אַ בענקל און איצט מוז איך װײַטער זיצן. איך האָב שױן געלײענט אַ סך ביכער און געטרונקען אַ סך גלעזלעך טײ. ס׳איז טאַקע גוט צו לײענען ביכער און צו טרינקען טײ, אָבער איך װיל שױן אױך רעדן מיט אַ חבֿר! קענסט הײַנט נאָך קומען?

מיט װאַרעמע גרוסן,* דײַן חבֿר דער שלימזל, לײזער

טײַערער לײזער,

אױ װײ! האָסט זיך נעבעך גוט צעקלאַפּט!

יאָ, יאָ, איך װיל קומען צו גאַסט, אָבער איך װעל מוזן קומען אין אָװנט. טאַטע־מאַמע זײַנען אַרױס און איך דאַרף היטן מײַן ברודערל. ער האָט זיך נישט לאַנג געלײגט אױף דער סאָפֿע און איצט ליגט ער דאָרט און שלאָפֿט געשמאַק. אָט װעל איך זיך זעצן לעבן אים און טאָן מײַן הײמאַרבעט.

דו דאַרפֿסט עפּעס? איך קען עפּעס מיטברענגען? נאָך ביכער צו לײענען? עפּעס צו שפּילן?

איך האָף* אַז דו װעסט אין אָװנט שױן זײַן געזונט – אַ רפֿואה־שלמה*!

דײַן רײזל


גלאָסאַר

איבער: זאַך 1 איז איבער זאַך 2 = זאַך 2 איז אונטער זאַך 1

מיט װאַרעמע גרוסן: „זײַ(ט) געזונט“ אין אַ בריװ

איך האָף: איך טראַכט „אפֿשר וועט דאָס געשען, און עס וועט זײַן גוט אַזוי“.

אַ רפֿואה־שלמה /רעפֿוע־שלײמע/: װען אַ מענטש איז נישט געזונט, זאָג אים „אַ רפֿואה־שלמה!“

1
לײזער װיל זאָגן רײזלען...
  1. א
    װען ער װעט קומען צו גאַסט.
  2. ב
    פֿאַר װאָס ער קען נישט אַרױס.
  3. ג
    װאָס ער האָט געטאָן אין דער סוכּה.
  4. ד
    װען ער װעט איר שרײַבן אַ בריװ.
2
װער האָט געבױט די סוכּה?
  1. א
    לײזער מיטן טאַטן.
  2. ב
    לײזער מיט דער מאַמען.
  3. ג
    דער טאַטע מיט דער מאַמען.
  4. ד
    לײזער מיט טאַטע־מאַמע.
3
די מאַמע האָט געזאָגט אַז לײזער מוז...
  1. א
    זיך צעקלאַפּן.
  2. ב
    אַרױפֿלײגן די צװײַגן אױף דער סוכּה.
  3. ג
    זיך היטן.
  4. ד
    העלפֿן װי געװײנטלעך.
4
לײזער איז אַרײַנגעגאַנגען אין שטוב...
  1. א
    װײַל ער האָט געדאַרפֿט אַרױסטראָגן אַ בילד.
  2. ב
    װײַל ער האָט געדאַרפֿט אַרױסטראָגן די פֿרוכטן.
  3. ג
    װײַל די סוכּה איז געװען פֿאַרטיק.
  4. ד
    װײַל די מאַמע האָט געזאָגט אַז ער מוז אַרײַנגײן.
5
לײזער איז נעבעך געפֿאַלן װײַל...
  1. א
    ער איז געלאָפֿן.
  2. ב
    ער האָט זיך נישט געהיט.
  3. ג
    ער האָט נישט געזען דרײדלען.
  4. ד
    ער האָט אַרױפֿגעלײגט צװײַגן אױף דער סוכּה.
6
לײזער איז געזעסן די צװײ טעג יום־טובֿ װײַל...
  1. א
    סוכּות זיצט מען אין דער סוכּה.
  2. ב
    ער האָט זיך צעקלאַפּט אַ פֿוס.
  3. ג
    ער האָט געדאַרפֿט לײענען אַ סך ביכער.
  4. ד
    ער האָט גערעדט מיט חבֿרים.
7
לײזער װיל רעדן מיט רײזלען װײַל…
  1. א
    זי האָט זיך אױך צעקלאַפּט.
  2. ב
    זי האָט ליב צו זיצן.
  3. ג
    ס׳איז אינטערעסאַנט צו רעדן מיט אַ חבֿר װעגן ביכער.
  4. ד
    ס׳איז נישט אינטערעסאַנט צו זיצן און זיצן אָן אַ חבֿר.
8
פֿאַר װאָס דאַרף רײזל היטן איר ברודערל?
  1. א
    װײַל טאַטע־מאַמע זײַנען נישטאָ.
  2. ב
    װײַל ער װעט איר העלפֿן מיט דער הײמאַרבעט.
  3. ג
    װײַל ער דאַרף שלאָפֿן.
  4. ד
    װײַל ס׳איז סוכּות.
9
רײזל װעט טאָן איר הײמאַרבעט...
  1. א
    אין אָװנט.
  2. ב
    בײַ לײזערן.
  3. ג
    אױף דער סאָפֿע.
  4. ד
    װען טאַטע־מאַמע װעלן צוריקקומען.
10
װאָס דאַרפֿן מיר זאָגן װען אַ מענטש איז נישט געזונט?
  1. א
    מיט װאַרעמע גרוסן!
  2. ב
    קום צו גאַסט!
  3. ג
    ביסט אַ שלימזל!
  4. ד
    אַ רפֿואה־שלמה!