לײען

אַרעלע שרײַבט אַ בריװ* דער מומע שײנע, און זי ענטפֿערט אים אױך מיט אַ בריװ.

טײַערע* מומע שײנע,

זונטיק גײען מיר אין זאָאָ־גאָרטן*, איך מיט טאַטע־מאַמע און מיט דער שװעסטער. מיר האָבן אַזױ ליב צו קוקן אױף די חיות! איר װילט מיט אונדז מיטגײן – דו מיטן פֿעטער און די שװעסטערקינדער?

ס׳איז דאָ אַזױ פֿיל צו זען און צו טאָן אין זאָאָ־גאָרטן! מיר װילן געבן די ציגן צו עסן, מיר קענען זען װי די מאַלפּעס קלעטערן אַרױף און אַראָפּ אױף די בײמער און די שטײנער, און אפֿשר װעלן מיר זען די פּאַװעס. איך װעל מיטברענגען מײַן בוך מיט אַלע חיות – װײַל ס׳איז מיר אינטערעסאַנט צו לײענען װעגן אַ חיה װען איך קוק זי אָן.

זונטיק דאַרף זײַן שײן אין דרױסן, נישט קאַלט און נישט הײס. דער טאַטע װעט מאַכן סושי צו עסן אין זאָאָ־גאָרטן. און איך װײס שױן װוּ צו עסן: לעבן די מאַלפּעס. דאָרט קענען מיר זיצן אױף דער זון אָדער אונטער די בײמער און ס׳איז אַפֿילו דאָ אײַזקרעם און עפּעס צו טרינקען.

נו, איר װעט קומען? מיט אײַך װעט דער טאָג זײַן נאָך בעסער!

אַ גרוס* דעם פֿעטער און די שװעסטערקינדער! דײַן אַרעלע

טײַערער אַרעלע,

אַ דאַנק פֿאַרן בריװ! יאָ, מיר װילן מיטגײן מיט אײַך! ס׳איז טאַקע שײן צו גײן אין זאָאָ־גאָרטן װען ס׳איז נישט הײס אין דרױסן, און מיר האָבן אַלע ליב צו קוקן אױף די חיות. מירל װיל אױך זוכן די פּאַװעס װײַל זײ זײַנען אַזױ שײן. און מאָטל זאָגט, אַז די מאַלפּעס זײַנען זײער קאָמיש – ער לאַכט אַפֿילו װען ער טראַכט װעגן זײ!

מיר קענען אָבער נישט זײַן מיט אײַך אין זאָאָ־גאָרטן נאָך מיטאָג. מירל שפּילט זונטיק נאָך מיטאָג אין טעניס און מאָטל װעט זײַן אין טעאַטער – דו װײסט, ער שפּילט דעם בחור חנן אין „דער דיבוק“. מיר קענען אָבער יאָ זײַן מיט אײַך אין דער פֿרי און אַפֿילו מיט אײַך עסן. סושי װעט זײַן זײער געשמאַק. זאָג מיר װאָס צו ברענגען! עפּל־קוגל? מערן־שטעקלעך? מאַראַנצן?

דו װײסט װעגן די זשאַבעס אין זאָאָ־גאָרטן? זײ זײַנען רױט און בלאָ – זײער אינטערעסאַנט. איך װיל זײ גוט אָנקוקן און מאָלן פֿון זײ אַ בילד. אפֿשר װילט איר אױך מאָלן בילדער? כ׳האָב שױן אין מײַן רוקזאַק אַ סך פּאַפּיר, און איך װעל אױך ברענגען אַ מאַפּע פֿון זאָאָ־גאָרטן.

זײַ אַזױ גוט און זאָג דײַן שװעסטער אַז זי דאַרף קומען נעמען אירע ספּאָרטשיך. שױן צען טעג שטײען זײ בײַ אונדז!

מיר װעלן אײַך זען זונטיק אין זאָאָ־גאָרטן!

מיט ליבשאַפֿט*, די מומע שײנע


*נישט אין ייִדישפּאָפּ־װאָקאַבולאַר :

דער בריװ (אַ סך בריװ)
טײַער
דער זאָאָ־גאָרטן (זאָאָ־גאָרטנס)
דער גרוס (גרוסן)
די ליבשאַפֿט

1
אַרעלע שרײַבט דער מומע שײנע אַ _________.
  1. א
    מעשׂה
  2. ב
    געניטונג
  3. ג
    בריװ
  4. ד
    פֿעדער
2
װען און מיט װעמען װיל אַרעלע גײן אין זאָאָ־גאָרטן?
  1. א
    פֿרײַטיק מיט דער מומע און איר משפּחה
  2. ב
    פֿרײַטיק מיט זײדע־באָבע און דער שװעסטער
  3. ג
    זונטיק מיט זײדע־באָבע און דער שװעסטער
  4. ד
    זונטיק מיט דער מומע און איר משפּחה
3
אין זאָאָ־גאָרטן איז דאָ _________ צו טאָן.
  1. א
    אַ ביסל
  2. ב
    אַ סך
  3. ג
    גאָרנישט
  4. ד
    צו פֿיל
4
װען אַרעלע קוקט אָן די חיות, װיל ער…
  1. א
    לײענען װעגן זײ.
  2. ב
    רעדן װעגן זײ.
  3. ג
    מאָלן בילדער פֿון זײ.
  4. ד
    שרײַבן װעגן זײ אין זײַן בוך.
5
אין זאָאָ־גאָרטן װיל אַרעלע עסן...
  1. א
    אָבער נישט טרינקען.
  2. ב
    נאָר אײַזקרעם.
  3. ג
    אינעװײניק.
  4. ד
    אין דרױסן.
6
װען לאַכט מאָטל?
  1. א
    װען די שװעסטער איז קאָמיש.
  2. ב
    װען ער װיל גײן אין זאָאָ־גאָרטן.
  3. ג
    װען ער טראַכט װעגן די מאַלפּעס.
  4. ד
    װען ער טראַכט װעגן די פּאַװעס.
7
דער פֿעטער, די מומע און די שװעסטערקינדער װעלן זײַן אין זאָאָ־גאָרטן...
  1. א
    נאָר אין דער פֿרי.
  2. ב
    נאָר נאָך מיטאָג.
  3. ג
    אין דער פֿרי און בײַם עסן.
  4. ד
    אין דער פֿרי און נאָך מיטאָג.
8
װאָס װיל די מומע גוט אָנקוקן, און פֿאַר װאָס?
  1. א
    די מאַלפּעס, װײַל זײ זײַנען קאָמיש.
  2. ב
    די זשאַבעס, װײַל זי װיל זײ מאָלן.
  3. ג
    די מאַפּע, װײַל זי װיל געפֿינען די מאַלפּעס.
  4. ד
    די מאַפּע, װײַל זי װיל געפֿינען די זשאַבעס.
9
די ספּאָרטשיך זײַנען...
  1. א
    בײַ דער מומע אין שטוב.
  2. ב
    בײַ אַרעלען אין שטוב.
  3. ג
    אין טעאַטער.
  4. ד
    אין זאָאָ־גאָרטן.
10
װי זאָגט די מומע שײנע „זײַ געזונט“ אין איר בריװ אַרעלען?
  1. א
    דײַן
  2. ב
    אײַער
  3. ג
    מיט ליבשאַפֿט
  4. ד
    מיט װאַרעמע גרוסן