לײען

רייזל:
לייזער, ווילסטו הײַנט באַקן קיכעלעך?
לייזער:
יאָ, איך וויל באַקן קיכעלעך אָבער הײַנט קען איך נישט. הײַנט איז מאָנטיק און אַלע מאָנטיק גיי איך שווימען.
רייזל:
מילא, קענסט נישט באַקן הײַנט. ווען קענסטו יאָ באַקן?
לייזער:
דינסטיק דאַרף איך לייענען און שרײַבן אַ סך. אָבער מיטוואָך קען איך באַקן. ווילסט באַקן קיכעלעך מיטוואָך?
רייזל:
ניין, מיטוואָך דאַרף איך מאַכן סושי צוזאַמען מיט מײַן ברודער.
לייזער:
און דאָנערשטיק? קענסט באַקן קיכעלעך דאָנערשטיק?
רייזל:
ניין, דאָנערשטיק גיי איך קודם לויפֿן אין פּאַרק מיט צוויי חבֿרים און דערנאָך ווילן מיר אַלע דרײַ הערן אַ קאָנצערט. און פֿרײַטיק?
לייזער:
פֿרײַטיק וויל איך שפּילן אין קוישבאָל.
רייזל:
און שבת באַקן מיר נישט.
לייזער:
נו, קענסטו באַקן קיכעלעך זונטיק?
רײזל:
יאָ, לאָמיר באַקן קיכעלעך זונטיק!
1
רייזל און לייזער ווילן באַקן קיכעלעך __________.
  1. א
    אַלע מאָנטיק
  2. ב
    שבת
  3. ג
    צוזאַמען
  4. ד
    מיט חבֿרים
2
מאָנטיק איז לייזער ___________.
  1. א
    מיט אַ חבֿרטע
  2. ב
    מיט אַ הינטל
  3. ג
    אין פּאַרק
  4. ד
    אין וואַסער
3
דינסטיק דאַרף לייזער ___________.
  1. א
    אַ פֿעדער
  2. ב
    אַ פּילקע
  3. ג
    אַ שטעקן
  4. ד
    אַ מעסער
4
מיטוואָך דאַרף רייזל ___________.
  1. א
    װײַנטרױבן
  2. ב
    מילך
  3. ג
    רײַז
  4. ד
    ברױט
5
__________ מאַכן סושי מיטוואָך.
  1. א
    צװײ ייִנגלעך
  2. ב
    צװײ מײדלעך
  3. ג
    אַ מיידל און אַ ראָבאָט
  4. ד
    אַ מיידל און אַ ייִנגל
6
דאָנערשטיק: וואָס טוט רייזל קודם, און וואָס טוט זי דערנאָך?
  1. א
    1. הערן מוזיק אָן חבֿרים; 2. לויפֿן מיט חבֿרים
  2. ב
    1. לויפֿן מיט חבֿרים; 2. הערן מוזיק אָן חבֿרים
  3. ג
    1. לויפֿן מיט חבֿרים; 2. הערן מוזיק מיט חבֿרים
  4. ד
    1. הערן מוזיק מיט חבֿרים; 2. לויפֿן מיט חבֿרים
7
פֿרײַטיק וויל לייזער שפּילן מיט ___________.
  1. א
    אַ שטעקן
  2. ב
    אַ פּילקע
  3. ג
    אַ קעצל
  4. ד
    אַ מוזיקער
8
וואָס טוען נישט רייזל און לייזער שבת?
  1. א
    באַקן
  2. ב
    לײענען
  3. ג
    עסן
  4. ד
    שפּילן
9
ווען קען רייזל נישט באַקן?
  1. א
    מאָנטיק, דאָנערשטיק, שבת
  2. ב
    מאָנטיק, מיטוואָך, שבת
  3. ג
    דינסטיק, דאָנערשטיק, שבת
  4. ד
    מיטוואָך, דאָנערשטיק, שבת
10
ווען קען לייזער יאָ באַקן?
  1. א
    מאָנטיק, דאָנערשטיק, זונטיק
  2. ב
    מיטוואָך, דאָנערשטיק, זונטיק
  3. ג
    מאָנטיק, מיטוואָך, זונטיק
  4. ד
    דינסטיק, מיטוואָך, זונטיק