וואָס צו — איז איבעריק…
אין אונדזער פֿילם זעען נעמי און מאָבי אײַן אַז אָפֿט מאָל איז נישט גוט זיך אונטערצונעמען צו פֿיל זאַכן מיט אַ מאָל. די ייִדישע שפּראַך פֿאַרמאָגט אַ גאַנצע ריי װערטלעך װאָס דריקן אױס אָט די פֿאַרשפּרייטע פֿאָלקס־חכמה.
למשל:
-
בעסער אַ ביסל און רעכטס אײדער אַ פֿולע און שלעכטס.
(„אַ פֿולע“ טרעפֿט מען אין צפֿונדיקן ייִדיש און באַטײַט „אַ סך”.)
עס איז וויכטיקער די קוואַליטעט איידער די קוואַנטיטעט.
-
וואָס צו (פֿיל) איז אומגעזונט.
יעדע זאַך — אַפֿילו די בעסטע און נייטיקסטע — מוז האָבן אַ מאָס. אַנישט קען זי ווערן שעדלעך.
-
צו שטאַט קומט מען אָן װײַט.
(דאָס ווערטל קומט פֿון אונגאַרישן ייִדיש װוּ „צו שטאַט“ [אַרױסגערעדט /צעשטאַ'ט/] מײנט „פּאַמעלעך, לאַנגזאַם“ און דאָס װאָרט „װײַט“ װערט אַרױסגערעדט מיט אַ לאַנגן [אַאַ] און גראַמט זיך דעריבער מיט „צו שטאַט“.)
דאָס איז דער ייִדישער נוסח פֿון אַ וועלטסווערטל, וואָס מע טרעפֿט אין אַ סך אייראָפּעיִשע שפּראַכן.
-
אַ ביסל מיט אַ ביסל ווערט אַ פֿולע שיסל.
זייער אַ פֿאַרשפּרייט ווערטל, מיט אַן ענלעכן באַטײַט ווי 3: אַ געמאָסטענער און פֿאָרזיכטיקער גאַנג איז דער בעסטער אופֿן צו דערגרייכן דעם ציל.